זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך גלייב אז א סך יונגע מענטשן זענען צעמישט איבער דעם. פון איין זייט איז מען געברענוואשט אז עלטערע מענטשן פארשטייען בעסער ווי די יונגע, און טיילמאל זעט מען א געוויסע אמת דערין, זיי האבן דאך פארט ערפארונג, בנוסף צו די קנייטשן און ערוואקסענע מינע אויפן פנים, אדער דער גרייזער בארד, וואס מאכט א רושם ווי עפעס ווייסט ער מער איבערן סוד פון די בריאה.
און מצד שני איז ברייט אונגענומען ביי די יונגע אז די עלטערע זענען שמאל קעפיג, נאיוו, און צוריקגעשטאנען.

איז לאמיר אביסל קלאר מאכן וואס עס איז דער אמת. פארשטייט זיך אז איך רעד בדרך כלל.

פרעג איך לעצטנס אן עלטערער פרוי וואס זי זאגט דערצי, ענטפערט זי מיר דברים של טעם "אויב איז מען יונגערהייט קלוג דאן איז מען עלטערערהייט קלוג, און אויב איז מען יונגערהייט נאריש און מען עלטערערהייט אויך נאריש".
אפגעזען ווי ווייט ריכטוג איר באהויפטונג איז, האב איך אבער הנאה געהאט פון איר אויפריכטיגקייט, אבער ווארשיינליך האלט זי זיך פונעם ערשטן קאטעגאריע איז עס איר גרינג צו זאגן.

איינטליך איז פאראן א באקאנטער ענטפער דערויף פון חז"ל וועלעכע זאגן אז תלמדי חכמים ככל שהם מזקינים ווערט זייער דעת קלארער און עמי הארצים וואס עלטער זיי ווערן ווערט זייער דעת מער מטורף. טאמער נעמט מען אן דעם מאמר אלס רעלעוואנטע סטעיטמענט כלפי חכמה, דארף מעו נאר וויסן לפי די היינטיגע משגים ווער עס גייט אריין אינעם קאטעגאריע פון חכם אדער עם הארץ לויט וועם די חכמה אנטוויקלונג ווערט געמאסטן.

שמועסענדיג מיט א חבר מיינער, א מיטגליד פון א מאדערן ארטעדאקס קהילה, איבער זיין קהילה, זאגט ער מיר אז דער עלטערער דור איז א סך מער עקספיריענסט און אוועק געשטעלט ווי די יונגע, זיי זענען אויך קלוגער, אבער נישט לטובת די יונגע אזוי ווי זיי פארקויפן זיך, נאר לטובת די אייגענע אינטערעסן, און דאס איז אפילו אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער. זיי ווילן נישט ווערן ארויסגעפאלן פון דעם עולם המעשה דורך די שעפערישער יוגנד, דרוקן זיי דעריבער אונטער די יוגנט מיטן אויסרייד פון עקספיריענס און אז עס מיינט לטובתם. עס איז באמת א ברודער קריג צווישן די עלטערע אין די יונגערע.

עד כאן איז וויאזוי מיין מאדערנע ידיד האט עס ארויס געברענגט מיט זיין וועלטליכן בליק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר