[tag]מיימון[/tag] ייש"כ פאר מציין זיין די ארטיקל אין "האסיף" וועגען די אבן עזרא. איך וויל שרייבען א פאר הערות להראות שעיינתי בדבריו. פאר די הערות אויפן פרטים, וויל איך זאגען אז היות ער שרייבט אין די "עברית החדשה" אבער אין א צייט וואס עס איז נאך נישט געווען משוכלל, איז עס א ביסל שווער און אומבאטעמט צו ליינען זיינע ווערטער בפרט ווען ער רעדט וועגען קאפליצירטע זאכען אזוי וויא פיליסופיה.
א- לגבי מיט וואס די שמוז האט זיך אנגעפאנגען, צו די אבן עזרא איז געווען גרויס אין די אלגעמיינע וועלט פון וויסענשאפט. איך מוז מודה זיין אז עס איז גאר מעגליך אז דער רמב"ם איז טאקע געשטאנען העכער אין דעם, אבער ד"ר ברנפלד שרייבט וועגען אבן עזרא "כבר גדול שמו בין עמנו ובין יתר העמים."
ב - א גרויסע חלק פון דער ארטיקל איז צו שטיין אין אבן עזרא'ס defense קעגען שד"ל וואס האט עם באשולדיגט אז ער האט געפעלטש זיין דעות, אבער למעשה א סאך פון דער "ראיות" וואס ברנפלד ברענגט אויף די אהבת האמת פונעם אבן עזרא, קען מען גרינגערהייט אויסדרייען אויף פונקט פארקערט.
ג - עס איז געווען גאר אינטערסאנט צו וויסען אז דאס וואס מען זאגט נאך פונעם אבן עזרא, אז וואלט ער פארקויפט תכריכים וואלט מען אויפגעהערט צו שטארבען, איז טאקע אמת און נישט קיין באבע מעשה. ער ברענגט די לשון "איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר בתכריכין, לא יגועון אישים בכל ימי..." מצד השני, דאס וואס איך האב אלעמאל געוואוסט אלץ אן אמת, אז די אבן עזרא איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה הלוי, זאגט ברנפלד אז עס הייבט זיך נישט אן.
ד - ער רעדט א סאך וועגען די ראלע פונעם אבן עזרא אין ביקורת המקרא, און אז ער האט מייחס געווען עטליכע פסוקים צו א שפעטער צייט, אבער ער ברענגט נישט ארויס אז אין די פיוט [וואס ער אליין ברענגט] וואס דער אבן עזרא האט געשטעלט אין די הקדמה צו זיין פירוש על התורה שרייבט ער "לבאר דת בהר סיני נתונה, וכל חכמה למשה היא למנה".
ה- לגבי די סדר פון די פירוש אבן עזרא על התורה, רבי יעקב קמנצקי אין זיין אמת ליעקב [כמדומני ריש פרשת שמות] באמערקט אז עס זעהט אויס אז שמות איז געשריבען געווארען פאר בראשית. צוליב דעם דערמאנט די אבן עזרא יסודות אין שמות וואס ער וואלט שוין געדארפט מסביר זיין אין בראשית, עיי"ש.
ו- ער ברענגט דארט אין אן הערה בזה"ל "עיין בדבריו [של האבן עזרא] על "ממחרת השבת" שהוא מודה ברמז בסוף דבריו לדברי הצדוקים כאשר כבר העיר שד"ל" - עס איז כדי צו באמערקען אז אין כוזרי שטייט אויך אז אין דער פרט קען מען נאכגעבען צו די קראים אז אזוי איז פשוטו של מקרא עיי"ש.
ז- ער ברעגט די באקאנטע בריוו פונעם אב"ע צו דער רבינו תם "ומי הביא לצרפתי בבית שיר?" דארט שרייבט אבן עזרא "ולו שיר יעקב ימתק כמו מן, אני שמש - וחם השמש ונמס" - אינטרעסאנט אז ער דערמאנט דא מן. תוספות אין קידושין לז, ב ברענגט "הקשה ה"ר אברהם אבן עזרא היכי אמרינן ממחרת הפסח דהכא וכו'. ואומר ר"ת.... די ענין דארט האנדעלט זיך איבער די טייטש פון "מחרת הפסח" אין יהושע פרק ה (פסוקים יא-יב): וַיֹּאכְלוּ מֵעֲבוּר הָאָרֶץ מִמָּחֳרַת הַפֶּסַח מַצּוֹת וְקָלוּי בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה: וַיִּשְׁבֹּת הַמָּן מִמָּחֳרָת בְּאָכְלָם מֵעֲבוּר הָאָרֶץ וְלֹא־הָיָה עוֹד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מָן וַיֹּאכְלוּ מִתְּבוּאַת אֶרֶץ כְּנַעַן בַּשָּׁנָה הַהִיא. אפשר ווייל זיין געשפרעך מיט רבינו תם איז געווען איבער מן, האט ער דאס אריין געווארפען.....
ח- עס איז מיר געווען א גרויסע חידוש וויאזוי ער מאכט אוועק שד"ל. אפילו מהר"ץ חיות וואס האט זיך אנגענומען פאר'ן כבוד פונעם רמב"ם קעגן שד"ל זעהט אויס אז ער האט עם גענומען גאר ערענסט. איך בין נישט קיין גרויסע בקי אין שד"ל, אבער איך האב נאך נישט געזעהן מען זאל עם סתם אוועק מאכען.
ט- איטערסאנט אז די אבן עזרא האט געקענט שרייבען א שיר וועגען פליגען...
וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
אינטערעסאנט, אין די גמ' מנחות (עכ"פ לפירש"י שם) איז משמע פארקערט, אז אויף אן אנדערע זאך פון די צדוקים ברויך מען זיך פלאגן צו פארענטפערן, אבער די טענה איבער ממחרת השבת איז מופרך מעיקרא. און די צדוקים זענען אויך נישט אויפגעקומען מיט עפעס בעסער ווי משה רבינו אוהב ישראל היה.
און לכאורה איז די פשט אז אויב זאל עס מיינען שבת פעלט דאך די דעטאלן, וועלכע שבת, וכדו' משא"כ אז מען רעדט פון יו"ט (וואס דער פסוק קען צומאל אנרופן מיטן טיטל שבת) שטימט זייער גוט דער המשך אז ממחרת היו"ט וואס מ'האט יעצט גערעדט פון, ט"ו ניסן, זאל מען אנהייבן ציילן.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
אויבערלענדער חכם
באמת קומט דאס נישט אין דעם אשכול אבער איך וועל מעיר זיין בקצרה.
דער ארטיקל פון ברנפלד איז בעיקר אינטערעסאנט וועגן דעם חלק פון אבן עזרא'ס פילוסופיה א זאך וואס ווערט כמעט נישט ארומגערעדט דערפון, דאס עפנט א טיר צו א נייע וועלט פון מחשבה בדרכם של ר''ש אבן גבירול און אנדערע, וואס ווי ער שרייבט איז דאס לעבעדיגער און מער פערזענליך ווי דעם רמב''ם'ס קאלטע אריסטוטלישע פילוסופיה.
לגבי די תולדות איז שוין אסאך געשריבן געווארן שפעטער, לגבי דעם סדר פון די חיבורים זע אין מבוא צו אבן עזרא מוסד הרב קוק פון אשר וייזר אז אגרת השבת איז געווען פאר די חיבור עה''ת, און זע דארט וועגן בראשית-שמות.
וועגן שד''ל, גראדע בין איך א שטארקער חסיד פון אים, אבער האמת אז כמדתו מדדו לו וויאזוי ער האט גערעדט אויף די גרעסטע גדולים בזלזול כן עשו לו...
דעת תורה
לגבי די צדוקים איז אסאך געשריבן געווארן במחקר, וא''א להאריך, אבער טייל זאגן אז די צדוקים האבן געהאט א אלטע מסורה וועגן ממחרת השבת און דאס וואס די גמרא (פון מגילת תענית ) ברענגט אז לא היה אלא זקן אחד שפיטפט איז שוין געווען שפעטער ווען עס איז שוין פארגעסן געווארן די עיקרי המחלוקת, אדער אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט ביי דעם ויכוח, מיט די אלע טענות פון גמרא בלייבט נאך אלץ דער פשט פון די צדוקים מער פשוט (נישט איך זאג עס, דער כוזרי זאגט עס.. )
באמת קומט דאס נישט אין דעם אשכול אבער איך וועל מעיר זיין בקצרה.
דער ארטיקל פון ברנפלד איז בעיקר אינטערעסאנט וועגן דעם חלק פון אבן עזרא'ס פילוסופיה א זאך וואס ווערט כמעט נישט ארומגערעדט דערפון, דאס עפנט א טיר צו א נייע וועלט פון מחשבה בדרכם של ר''ש אבן גבירול און אנדערע, וואס ווי ער שרייבט איז דאס לעבעדיגער און מער פערזענליך ווי דעם רמב''ם'ס קאלטע אריסטוטלישע פילוסופיה.
לגבי די תולדות איז שוין אסאך געשריבן געווארן שפעטער, לגבי דעם סדר פון די חיבורים זע אין מבוא צו אבן עזרא מוסד הרב קוק פון אשר וייזר אז אגרת השבת איז געווען פאר די חיבור עה''ת, און זע דארט וועגן בראשית-שמות.
וועגן שד''ל, גראדע בין איך א שטארקער חסיד פון אים, אבער האמת אז כמדתו מדדו לו וויאזוי ער האט גערעדט אויף די גרעסטע גדולים בזלזול כן עשו לו...
דעת תורה
לגבי די צדוקים איז אסאך געשריבן געווארן במחקר, וא''א להאריך, אבער טייל זאגן אז די צדוקים האבן געהאט א אלטע מסורה וועגן ממחרת השבת און דאס וואס די גמרא (פון מגילת תענית ) ברענגט אז לא היה אלא זקן אחד שפיטפט איז שוין געווען שפעטער ווען עס איז שוין פארגעסן געווארן די עיקרי המחלוקת, אדער אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט ביי דעם ויכוח, מיט די אלע טענות פון גמרא בלייבט נאך אלץ דער פשט פון די צדוקים מער פשוט (נישט איך זאג עס, דער כוזרי זאגט עס.. )
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
אבן עזרא
[tag]מיימון[/tag] אפשר הייבט אן אן אשכול אויפן אבן עזרא. עס וואלט געווען אינטערסאנט צו ארום רעדען זיין שיטות. דער חלק פון פילוסופיה איז טאקע געווען אינטערסאנט אבער איז זוכט שטארק צו מחפה זיין אויפן די אבן עזרא'ס גלויבען אין אסטרולוגיה, א זאך וואס דער רמב"ם האט שטארק מרחק געווען און איז אפילו חולק אויף די חכמי הגמרא וואס האבען געגלויבט אין איר.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:[tag]מיימון[/tag] ייש"כ פאר מציין זיין די ארטיקל אין "האסיף" וועגען די אבן עזרא. איך וויל שרייבען א פאר הערות להראות שעיינתי בדבריו. פאר די הערות אויפן פרטים, וויל איך זאגען אז היות ער שרייבט אין די "עברית החדשה" אבער אין א צייט וואס עס איז נאך נישט געווען משוכלל, איז עס א ביסל שווער און אומבאטעמט צו ליינען זיינע ווערטער בפרט ווען ער רעדט וועגען קאפליצירטע זאכען אזוי וויא פיליסופיה.
א- לגבי מיט וואס די שמוז האט זיך אנגעפאנגען, צו די אבן עזרא איז געווען גרויס אין די אלגעמיינע וועלט פון וויסענשאפט. איך מוז מודה זיין אז עס איז גאר מעגליך אז דער רמב"ם איז טאקע געשטאנען העכער אין דעם, אבער ד"ר ברנפלד שרייבט וועגען אבן עזרא "כבר גדול שמו בין עמנו ובין יתר העמים."
ב - א גרויסע חלק פון דער ארטיקל איז צו שטיין אין אבן עזרא'ס defense קעגען שד"ל וואס האט עם באשולדיגט אז ער האט געפעלטש זיין דעות, אבער למעשה א סאך פון דער "ראיות" וואס ברנפלד ברענגט אויף די אהבת האמת פונעם אבן עזרא, קען מען גרינגערהייט אויסדרייען אויף פונקט פארקערט.
ג - עס איז געווען גאר אינטערסאנט צו וויסען אז דאס וואס מען זאגט נאך פונעם אבן עזרא, אז וואלט ער פארקויפט תכריכים וואלט מען אויפגעהערט צו שטארבען, איז טאקע אמת און נישט קיין באבע מעשה. ער ברענגט די לשון "איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר בתכריכין, לא יגועון אישים בכל ימי..." מצד השני, דאס וואס איך האב אלעמאל געוואוסט אלץ אן אמת, אז די אבן עזרא איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה הלוי, זאגט ברנפלד אז עס הייבט זיך נישט אן.
ד - ער רעדט א סאך וועגען די ראלע פונעם אבן עזרא אין ביקורת המקרא, און אז ער האט מייחס געווען עטליכע פסוקים צו א שפעטער צייט, אבער ער ברענגט נישט ארויס אז אין די פיוט [וואס ער אליין ברענגט] וואס דער אבן עזרא האט געשטעלט אין די הקדמה צו זיין פירוש על התורה שרייבט ער "לבאר דת בהר סיני נתונה, וכל חכמה למשה היא למנה".
ה- לגבי די סדר פון די פירוש אבן עזרא על התורה, רבי יעקב קמנצקי אין זיין אמת ליעקב [כמדומני ריש פרשת שמות] באמערקט אז עס זעהט אויס אז שמות איז געשריבען געווארען פאר בראשית. צוליב דעם דערמאנט די אבן עזרא יסודות אין שמות וואס ער וואלט שוין געדארפט מסביר זיין אין בראשית, עיי"ש.
ו- ער ברענגט דארט אין אן הערה בזה"ל "עיין בדבריו [של האבן עזרא] על "ממחרת השבת" שהוא מודה ברמז בסוף דבריו לדברי הצדוקים כאשר כבר העיר שד"ל" - עס איז כדי צו באמערקען אז אין כוזרי שטייט אויך אז אין דער פרט קען מען נאכגעבען צו די קראים אז אזוי איז פשוטו של מקרא עיי"ש.
ז- ער ברעגט די באקאנטע בריוו פונעם אב"ע צו דער רבינו תם "ומי הביא לצרפתי בבית שיר?" דארט שרייבט אבן עזרא "ולו שיר יעקב ימתק כמו מן, אני שמש - וחם השמש ונמס" - אינטרעסאנט אז ער דערמאנט דא מן. תוספות אין קידושין לז, ב ברענגט "הקשה ה"ר אברהם אבן עזרא היכי אמרינן ממחרת הפסח דהכא וכו'. ואומר ר"ת.... די ענין דארט האנדעלט זיך איבער די טייטש פון "מחרת הפסח" אין יהושע פרק ה (פסוקים יא-יב): וַיֹּאכְלוּ מֵעֲבוּר הָאָרֶץ מִמָּחֳרַת הַפֶּסַח מַצּוֹת וְקָלוּי בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה: וַיִּשְׁבֹּת הַמָּן מִמָּחֳרָת בְּאָכְלָם מֵעֲבוּר הָאָרֶץ וְלֹא־הָיָה עוֹד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מָן וַיֹּאכְלוּ מִתְּבוּאַת אֶרֶץ כְּנַעַן בַּשָּׁנָה הַהִיא. אפשר ווייל זיין געשפרעך מיט רבינו תם איז געווען איבער מן, האט ער דאס אריין געווארפען.....
ח- עס איז מיר געווען א גרויסע חידוש וויאזוי ער מאכט אוועק שד"ל. אפילו מהר"ץ חיות וואס האט זיך אנגענומען פאר'ן כבוד פונעם רמב"ם קעגן שד"ל זעהט אויס אז ער האט עם גענומען גאר ערענסט. איך בין נישט קיין גרויסע בקי אין שד"ל, אבער איך האב נאך נישט געזעהן מען זאל עם סתם אוועק מאכען.
ט- איטערסאנט אז די אבן עזרא האט געקענט שרייבען א שיר וועגען פליגען...
ג) גַּלְגַּל וּמַזָּלוֹת
גַּלְגַּל וּמַזָּלוֹת בְּמַעְמָדָם נָטוּ בְּמַהְלָכָם לְמוֹלַדְתִּי;
לוּ יִהְיוּ נֵרוֹת סְחוֹרָתִי – לֹא-יֶחֱשַׁךְ שֶׁמֶשׁ עֲדֵי מוֹתִי!
אִיגַע לְהַצְלִיחַ וְלֹא-אוּכַל, כִּי עִוְּתוּנִי כּוֹכְבֵי שָׁמָי;
לוּ אֶהֱיֶה סֹחֵר בְּתַכְרִיכִין– לֹא יִגְוְעוּן אִישִׁים בְּכָל יָמָי!
http://benyehuda.org/ibnezra_a/ibn264.html
ד) ידוע ענין הסוד שנים עשר שכתב האב''ע בפר' דברים, דרמז שלדעתו י''ב פסוקים נכתבו לאחר זמן משה,
ה) די פירוש אויף שמות וואס מיר האבן איז נישט די זעלבע ווי אויף די אנדערע חומשים, עס איז פון זיין פירוש הארוך אין די אנדערע איז פון די פירוש הקצר, מען זעט אז אין שמות איז ער אסאך מער מאריך,
ט) עיי''ש בלינק הנ''ל הרבה שירי חול מהאבן עזרא,
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
סוד הי"ב ועוד
[tag]מיימון[/tag]סוד הי"ב איז שטארק מפורסם בזמנינו, אבער איך זע ווייניגער זאלען דערמאנען דאס וואס אבן עזרא שרייבט אז איוב איז אריגאנעל געווען אויף אן אנדערע שפראך און עס איז איבערגעטייטשט געווארען אויף לשון הקודש.
בענין סוד הי"ב והעיקר השמיני והתשיעי של הרמב"ם יש לי להאריך ועוד חזון למועד. אמנם את זה אגיד שבכתבה בה"אסיף" הוא מציין לדברי שד"ל בשם רבינו יהודה החסיד פירוש אפולוגיטי על דברי האבן עזרא אודות הפסוק "והכנעני אז בארץ" (https://books.google.com/books?id=kOg6A ... &q&f=false - עמוד 71) ומסתפק שד״ל אם רבינו יהודה החסיד בתום לבבו אמר לתלמידו ש"הכנעני אז בארץ" היינו שמלאך הממונה עליהם וכו' או שבחכמה השיב כן. לאור מה שאנו יודעים היום מרבינו יהודה החסיד קענן מען פושט זיין די איבעיא אז ער האט עס געזאגט מיט חכמה און נישט בתמימות.