למעשה אויף למעשה

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

למעשה אויף למעשה

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די היינטיגע באקוועמע צייטן, ווען יעדע זאך קומט אן צו שווער, איז מען צוגעוואוינט צו "סטעפ-ביי-סטעפ אינסטרוקציעס". כמעט יעדע פראדוקט וואס מען קויפט איין און דער קאסטומער דארף עפעס מוסיף זיין אליינס כדי די זאך זאל זיין צוזאמגעשטעלט, קומט מיט שטאפל-ביי-שטאפל אינסטרוקציעס, מען דארף נאר נאכפאלגן איין שטאפל אויפאמאל, עס מאכט די גאנצע פראצעדור פשוט'ער און מער פארשטענדליך.

כלפי מה דברים אמורים. [tag]אבטולמוס[/tag] האט ארויסגעשטעלט אזא שיינע "למעשה" פראיעקט, ווי אונזערע טייערע חברים האבן אפגעשריבן הערליכע ארטיקלען איינס שענער פון צווייטן, מיט פאסיגע עצות און הלכה למעשה ווי אזוי מחנך צו זיין אונזער קומענדיגע דור מיט די ריכטיגע מיטלען צו האבן די אמת'ע אמונה און נישט ווערן פארלוירן אין די וועלט פון נסיונות וכו', ואחרון חביב דער למעשה ארטיקל פון זיניגער.

ברם דא עקא אז די אלע זאכן זענען זייער שיין אויף פאפיר, עס קלינגט הערליך, מען פאלט אריין אין עולם הדמיון אז זאכן וועלן אנהייבן פארן אויפן גוטן ריכטונג און עס וועלן זיך אויפהערן די אלע קוועטשערייען און באקלאגערייען... אבער ליידער איז עס נישט אזוי גרינג, עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, מען דארף נאך אסאך כוחות אינוועסטירן ארויסצוברענגען די אלע למעשה פראיעקטן מכח אל הפועל, עס זאל טאקע אריינגיין אין קראפט. ווייל נאך אלעם, פון די מוסדות קען מען קיין סאך נישט ערווארטן, און די עלטערן מוזן זיך אליינס ארויפשארצן די ארבל און איינטונקען די הענט אין די קאלטע חינוך וואסערן, אבער דער טאטע איז פונקט אזוי פאריאגט און פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה ווי ביז היינט, און די מאמע האט א שטוב מיט קינדער און די שטוב ווירטשאפט פארנעמט איר קאפ און מח, און ממילא האט מען נישט דעם ישוב הדעת ווי אזוי צו אימפלעמענטירן די אלע גוטע עצות יעדער אין זיין שטוב הלכה למעשה. בפרט אז די פילע עצות קען זיין אביסל overwhelming at first.

אשר ע"כ מוזן מיר מאכן א שטיקל סטעפ ביי סטעפ פראגראם. וואס זאל ממש אריינגעבן די עצות און איידיעס מוכן ומזומן כשולחן הערוך, מען זאל נישט דארפן צופיל אריינטראכטן און אויספלאנירן, נאר מען זאל קענען נעמען די עצות גלייך אראפ פון שעלף און זיי אויספירן כיד ה' הטובה.

איין גאר פאסיגע איידיע האט [tag]ברסלבער[/tag] אריינגעווארפן:
ברסלבער האט געשריבן:אין ליכט פון זיניגער'ס הערליכע #למעשה אשכול, קלער איך אז די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס איז די פאסיגסטע צייט אויסצונוצן צו זיצן און פארברענגען און נאנט ווערן מיט די קינדער, און מיט דעם ראטעווען זייער לעבן.


לענינינו,

יעדער איינער זאל זיך אויסקלויבן לכה"פ 2 מאל א האלבע שעה אין יעדע וואך ווען ער קען זיך אפגעבן מיט די קינדער. דאס איז אויסער שבת. שרייבטס דאס אראפ, די האלבע שעות זענען חוק ולא יעבור. די האלבע שעה זאל די וועלט זיין געשטארבן, און גארנישט עקזיסטירט נישט, בלויז די אייגענע קינדער. אויב האט מען מערערע קינדער, קען מען אראפנעמען אביסל צייט פער קינד, אבער זיכער מאכן אז יעדע קינד באקומט די פריוואטע אטענשאן. אויב ארבעט זיך דאס נישט אויס, קען מען נעמען 2 קינדער פון א ענליכן עידזש אויף אמאל.

המשך יבא בעז"ה. ביטע העלפט מיר צו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער גערעכט שמעקעדיג. אבער דאס אוועקלייגן די צייט, איז אויך נאר די ערשטע סטעפ, דערנאך קומט די שווערערע חלק, וואס טוט מען די צוויי א האלב שעה?
די קינדער'ס מוחות לויפן גאר אנדערש פון די ערוואקסענע, און דאס איז די הויפט סיבה פארוואס עלטערן האבן נישט קיין געדולד צו זייערע קינדער. די עלטערן האבן ליב צו רעדן פון גאר אנדערע זאכן וואס אינטערעסירט די קינדער.
אויב אבער א טאטע וויל אמת'דיג ראטעווען זיינע קינדער, ווער ער זיך מוזן אראפלאזן צו זייער מח, און זען צו שמועסן און פארברענגען מיט זיי, טאקע אויף זייער לעוול.
ווי אזוי ווייס איך וואס עס אינטערעיסרט מיין קינד? איך פערזענליך האב עטליכע געדאנקען וואס איך האב שוין אויספרובירט מיט הצלחה.
איין קינד מיינ'ס האט ליב צו שפילן געימ'ס, ווייס איך דאך וועלכע געימ'ס ער האט ליב צו שפילן, זעץ איך זיך אראפ מיט אים שפילן דעם געים, און אינמיטן שפילן קען מען שמועסן וואס טוט זיך אין חדר, אין פארק, זינע רבי'ס, זיינע חברים, וכדומה.
א צווייט קינד, מער עלטער, האט זייער ליב צו ליינען ביכער, האב איך איר געבעטן אז אזוי ווי איך דארף אסאך מאל האבן שיינע געדאנקען צו קענען נאכזאגן דא און דארט, זאל זי מיר טון א טובה, און ווען זי זעט אינמיטן ליינען עפעס אן אינטערעסאנט שטיקל, זאל זי עס אנצייכענען און מיר עס ווייזן. דער געדאנק האט זיך אויסגעארבעט ממש געוואלדיג, זי שפירט זיך גוט אז זי קען מיר ארויסהעלפן, און איך שפיר זיך גוט אז איך ווייס וואס איר ציט, און איך קען שמועסן מיט איר די זאכן.
דאס געדענק איך יעצט אויפ'ן מאמענט, וישמע חכם ויוסיף.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

נאך א געדאנק האב איך זיך דערמאנט, דאס האט איך געטון ביי עטליכע קינדער, און מיט גרויס הצלחה.
איך האב זיי געקויפט א שיינעם בוך צו שרייבן, און זיי געהייסן שרייבן אן אייגענעם "טאג-בוך", און איך העלף זיי ארויס מיט'ן שרייבן דעם בוך. יעדע פאר טעג ווען זיי דערמאנען זיך אז זיי דארפן שרייבן ווייטער אינעם טאג-בוך, גיי איך דורך מיט זיי די לעצטע געשעענישן פון זייער לעבן, וואס איז אינטערעסאנט פאר זיי צו שרייבן, און זיי שרייבן דאס אראפ.
דאס האט געברענגט גאר אסאך גוטע זאכן. קודם אז עס מאכט א שטארקע קשר צווישן מיר און זיי, איך מוז זיך אראפלאזן און באטראכטן די געשעענישן מיט זייערע אויגן, אויף א וועג אז זיי זאלן דאס קענען אראפשרייבן. און נאכדעם בויט עס סתם אזוי אויף זייער זעלבס זיכערקייט, עס געבט זיי א בליק אין לעבן, זיי מוזן באטראכטן זאכן, און קענען נישט סתם אזוי לויפן ווייטער.
איך לייג נישט קיין פרעשור אז זיי זאלן יעדן טאג שרייבן, עס קען אמאל דורכגיין וואכן אן שרייבן גארנישט, איך וויל נישט עס זאל ווערן א חוב, און נאכדעם וועלן זיי זוכן פטור צו ווערן דערפון (אויסער דעם וואס ליידער האב איך נישט אייביג די געדולד דערצו..) אבער דער געדאנק איז א גוטער, און אפילו נאר דאס וואס זיי שרייבן פון צייט צו צייט, טוט אויך אויף א געוואלד.
פארשטייט זיך אז יעדעס קינד שרייבט לפי דרגא דילי'.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

וואס מ'קען טוען נאנט צו ווערן מיט די קינדער:

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

0-2 יאר אלט:
האלטן אויף די שויס שבת ביים זינגען. קליינע קינדער האבן זייער ליב די קלאנג פון מוזיק. דאס ברענגט זיי נאנט צו דער טאטע פון א אינגע עלטער.
געבן א וואנע פאר די קליינע, אדער פיטערן, ברענגט אויך קליינע קינדער נענטער צום טאטע'ן. (מיט די מאמע איז מען שוין ממילא)
אפילו רעדן אביסל בויעט א קשר. לאכט נישט, די קשר מיט א בעבי איז זייער וויכטיג פאר שפעטערע נאנשאפט.

2-3 יאר אלט:
מיט א קינד פון צוויי דריי יאר קען מען טוען אן א שיעור זאכן. נישט יעדע טאטע האט געדולט צו גיין צו די פארק, אבער פאר א קינד אין די יארגאנג איז עס א גן עדן. ווען דו שטופסט דיין קינד לאגווייליג אויפן סווינג, שטופסטו אים נענטער צו דיר. רעדן צו די יארגאנג קינדער, איז געשמאק און פאן. איך פרעג למשל מיינע קינדער אלע מיני מאדנע שאלות אויפן וועלט, און איך באקום די מאדנעסטע לאכעדיגע תשובות און די וועלט. לייגן די עיזש קינדער שלאפן מיט א מעשה, איז אויך א גרויסע קשר בויער, און העלפט א געוואלד מיט די קינד'ס מחשבה און מדות אנטוויקלונג.

4-5 יאר אלט:
קינדער אין די יארגאנג פארשטייען שוין problem solving. דאס קען גענוצט ווערן צו אנהייבן שפילן מיט די קינדער לייכטע געימס. די קינדער אין די יארגאנג זענען שרעקליך זיס מיט זייער מהלך המחשבה. איך למשל הייב אן דערציילן א מעשה און מיין טאכטער דארף ממשיך זיין, אזוי גייט מען אהין און צוריק. איך לערן איר אויך אויס מאלען ווען איך האב אפאר מינוט.

5-8 יאר אלט:
קינדער לערן זיך אין די יארן אויס שרייבן, לייענען, רעדן קלאר און וואס נישט. די צייט איז זייער רייף צו פארברענגן מיט זיי מיט געימס, ביכער, מוזיק, מאלען און שפאצירן. א שיינע לאנגע שפאציר מיט א 7 יעריגע איז א מתנה, און א מעסעזש פון שעצונג פאר'ן קינד שאין כמוהו. אויב קיין געדולד, גיי מיט'ן קינד צו א אייזקרים סטאר אדער טעיקאוט, און מאך זיי פילן חשוב און וויכטיג. איך לאז מיין קינד צאלן די ביל אדער ארדערן, צו שטארקן זעלבסט זיכערקייט. אויב די קינד שעמט זיך, זאג איך צו א גרויסע דרינק, וואס דערדרוקט הפלא'דיג די פחד.

8-11 יאר אלט:
קינדער אין די יארגאנג הייבן אן צו ווערן זעלבסט שטענדיג, דיינע אלע קונצן זענען שוין נישט אינטערעסאנט. זיי קענען ליינען, שרייבן, לערנען און שפילן. דא דארף מען האבן שכל און זיי געבן ספעיס צו טוען זייער זאך. אסאך מאל זענען זיי אזוי פארנומען מיט זייערע זאכן, אז זיי האבן נישט קיין נערווען צו זיצן און הערן דיינע תורות. זיי ווילן ענדערש שפילן מיט דיר א געים און שטארק פילן אז דו קוקסט ארויף אויף זיי. זיי זוכן דיין רעספעקט מער ווי יעדע זאך און די וועלט, און דיין מוסר די ווייניגסטע אין די וועלט. די עיזש איז א turning point און דיין רילעישנשיפ מיט זיי. ביי בערך די 10 און ווייטער פארן זיי אויף זייער אייגענע מהלך המחשבה. דו קענסט נאר שטיין און די זייט און געבן עמערס פון חיזוק, אהבה און רעספעקטפולע, נישט דערנידערנע דיצפלין.

11-13 יאר אלט:
דא האט שוין די קינד לכאורה מחליט געווען צו דו האסט אים ליב אדער נישט. אויב האט ער מחליט געווען אז יא, דעמאלסט דאנק דעם אייבירשטען און זיי ממשיך צו לערנען, שפאצירן און שפילן מיט אים. ביי די יארגאנג קען מען אויך גיין מיט'ן קינד צו מנחה/מעריב ביי א אינגל, און אים מאכן פילן גרויס. שווימען אדער טוען עקסערסייז איז אויך א גוטע געדאנק. אויב די קינד האט א טאלאנט ווי זינגען, מוזיק, מאלען וכדומה, שיק אים אויף קלאסן צו בויען זיין זעלבסט זיכערקייט און זעלבסט ווערד. אויב ח"ו די קינד איז אין קאנפליקט דעמאלסט איז דא א סיבה פאר דעם. די סיבה איז עפי"ר די עלטערן אליינס. ס'איז אבער קיינמאל נישט שפעט צו טוישן די וועגן. מ'קען גיין רעדן מיט פארשטענדליכע מחנכים און טערעפיסטן צו זעהן ווי אזוי מ'קען זיך טוישן, און דורך דעם העלפן די קינד מיט ימין מקרבת און אהבה שאינה תלויה.

האפענטלעך אז א קינד באקומט די געפיהל, אז זיינע עלטערן שעצן אים און טוען אלעס אין די וועלט לטובתו, וועט ער אריינטרעטן אין זיינע בחורישע/גרויסע מיידילישע יארן מיט א סענס פון וואס איז ריכטיג. די קינד וועט שטיין ווייט פון וואס די עלטערן ווילן ער זאל שטיין, ווייל די עלטערן האבן מיך אזוי ליב און פארשטייען וואס איז גוט פאר מיר, און איך זוך זיי נישט מצער צו זיין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

געוואלדיג, האסט מיר ארויס געכאפט די ווערטער פון מויל,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווען דער קינד ווערט 16-17 איז צייט אים צו נעמען צום קאמפיוטער און העלפן עפענען א ניק אויף ק"ש. אמאל איז דאס זיך רעגיסטרירן אין ק"ש געווען א פשוט'ע זאך, היינט אבער אז מ'דארף שרייבן וועגן זיך אביסל איז דאס דער טאטעס פליכט צו העלפן דאס קינד זיך איינשרייבן.
פארשפארט