כלפי מה דברים אמורים. [tag]אבטולמוס[/tag] האט ארויסגעשטעלט אזא שיינע "למעשה" פראיעקט, ווי אונזערע טייערע חברים האבן אפגעשריבן הערליכע ארטיקלען איינס שענער פון צווייטן, מיט פאסיגע עצות און הלכה למעשה ווי אזוי מחנך צו זיין אונזער קומענדיגע דור מיט די ריכטיגע מיטלען צו האבן די אמת'ע אמונה און נישט ווערן פארלוירן אין די וועלט פון נסיונות וכו', ואחרון חביב דער למעשה ארטיקל פון זיניגער.
ברם דא עקא אז די אלע זאכן זענען זייער שיין אויף פאפיר, עס קלינגט הערליך, מען פאלט אריין אין עולם הדמיון אז זאכן וועלן אנהייבן פארן אויפן גוטן ריכטונג און עס וועלן זיך אויפהערן די אלע קוועטשערייען און באקלאגערייען... אבער ליידער איז עס נישט אזוי גרינג, עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, מען דארף נאך אסאך כוחות אינוועסטירן ארויסצוברענגען די אלע למעשה פראיעקטן מכח אל הפועל, עס זאל טאקע אריינגיין אין קראפט. ווייל נאך אלעם, פון די מוסדות קען מען קיין סאך נישט ערווארטן, און די עלטערן מוזן זיך אליינס ארויפשארצן די ארבל און איינטונקען די הענט אין די קאלטע חינוך וואסערן, אבער דער טאטע איז פונקט אזוי פאריאגט און פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה ווי ביז היינט, און די מאמע האט א שטוב מיט קינדער און די שטוב ווירטשאפט פארנעמט איר קאפ און מח, און ממילא האט מען נישט דעם ישוב הדעת ווי אזוי צו אימפלעמענטירן די אלע גוטע עצות יעדער אין זיין שטוב הלכה למעשה. בפרט אז די פילע עצות קען זיין אביסל overwhelming at first.
אשר ע"כ מוזן מיר מאכן א שטיקל סטעפ ביי סטעפ פראגראם. וואס זאל ממש אריינגעבן די עצות און איידיעס מוכן ומזומן כשולחן הערוך, מען זאל נישט דארפן צופיל אריינטראכטן און אויספלאנירן, נאר מען זאל קענען נעמען די עצות גלייך אראפ פון שעלף און זיי אויספירן כיד ה' הטובה.
איין גאר פאסיגע איידיע האט [tag]ברסלבער[/tag] אריינגעווארפן:
ברסלבער האט געשריבן:אין ליכט פון זיניגער'ס הערליכע #למעשה אשכול, קלער איך אז די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס איז די פאסיגסטע צייט אויסצונוצן צו זיצן און פארברענגען און נאנט ווערן מיט די קינדער, און מיט דעם ראטעווען זייער לעבן.
לענינינו,
יעדער איינער זאל זיך אויסקלויבן לכה"פ 2 מאל א האלבע שעה אין יעדע וואך ווען ער קען זיך אפגעבן מיט די קינדער. דאס איז אויסער שבת. שרייבטס דאס אראפ, די האלבע שעות זענען חוק ולא יעבור. די האלבע שעה זאל די וועלט זיין געשטארבן, און גארנישט עקזיסטירט נישט, בלויז די אייגענע קינדער. אויב האט מען מערערע קינדער, קען מען אראפנעמען אביסל צייט פער קינד, אבער זיכער מאכן אז יעדע קינד באקומט די פריוואטע אטענשאן. אויב ארבעט זיך דאס נישט אויס, קען מען נעמען 2 קינדער פון א ענליכן עידזש אויף אמאל.
המשך יבא בעז"ה. ביטע העלפט מיר צו.