א מעשה שהיה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 747 מאל

א מעשה שהיה

שליחה דורך מפוזרי »

א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין א שטעטל out of town.
א משולח אין אנגעקומען אין שטעטל. ויהי היום און ס'לאזט זיך ארויס א שמועה, אשה מפי אחותה מפי שכנתה מפי מכרה, אז משולח דנן איז א חשש מאלעסטאר ועד כדי כך אז פונם פריערדיגן שטעטל וואו ער באזוכט האט מען אים פארטריבן דורך שומרים.
מאכט זיך אפ א יונגערמאן אז ער גייט טון למעשה. ער גייט צו צו אים און זאגט אים שיינערהייט אז ער זאל וויסן אז מ'האט שוין געהערט פון אים, האט ער ברירה, אדער טראגט ער זיך אפ אן קיין גערודער און מ'וועט אים אויסצאלן א טעקסי צום לופטפעלט מיט א טיקעט אהיים און נאך צולייגן אפאר דאלאר צום האנט. אז נישט, וועט מען אים מפרסם זיין אין גאנצן שטאט שיידע הציבור ויזהר. דער איד האט זיך נאך פרובירט טענה'ן אבער האט שנעל איינגעזען אז ער האט נישט קיין ברירה און האט מסכים געווען. וכך הווה, אפאר גוטהארציגע אידן האבן אראפגעלייגט איעדער אפאר הונדערטערס, וילך ויסע אל מקומו ושלום על ישראל.
עד כאן סיפור הדברים.
איך וויל נישט יעצט דא אריינקלערן צו מ'האט זיך געמעגט פארלאזן אויף שמועות אן מברר זיין, צו מ'האט אים געמעגט פארשיקן, צו מ'האט אים גאר געדארפט משלח זיין במקלות ובאבנים.
וואס וואונדערט מיר יא איז דאס; די זעלבע פאר גוטע אידן וואס האבן זיך געלאזט קאסטן, וואלט דער נישט געווען קיין מאלעסטאר און צוגעגאנגען צו זיי בעטן א נדבה כנהוג, וואלטן זיי אים אפגע'פטר'ערט מיט א דאלאר צוויי, פארוואס דא אין דעם פאל זענען זיי פלוצלינג געווארן אזוי ברייט? מ'קען זאגן, שלגודל העניין כי רבה אפצוהיטן א שטאט פון א מאלעסטאר ח"ו האט זיך ביי זיי די הארץ ברייט צועפנט. אבל אולי יש לומר, אז דער געשמאקער געפיל פון פראווענען עסקנות און זיך שפירן כלל'ס פערזארגער, דאס האט זיי מטיב לב געווען. ויל"ע
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר