א מעשה שהיה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
א מעשה שהיה
א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין א שטעטל out of town.
א משולח אין אנגעקומען אין שטעטל. ויהי היום און ס'לאזט זיך ארויס א שמועה, אשה מפי אחותה מפי שכנתה מפי מכרה, אז משולח דנן איז א חשש מאלעסטאר ועד כדי כך אז פונם פריערדיגן שטעטל וואו ער באזוכט האט מען אים פארטריבן דורך שומרים.
מאכט זיך אפ א יונגערמאן אז ער גייט טון למעשה. ער גייט צו צו אים און זאגט אים שיינערהייט אז ער זאל וויסן אז מ'האט שוין געהערט פון אים, האט ער ברירה, אדער טראגט ער זיך אפ אן קיין גערודער און מ'וועט אים אויסצאלן א טעקסי צום לופטפעלט מיט א טיקעט אהיים און נאך צולייגן אפאר דאלאר צום האנט. אז נישט, וועט מען אים מפרסם זיין אין גאנצן שטאט שיידע הציבור ויזהר. דער איד האט זיך נאך פרובירט טענה'ן אבער האט שנעל איינגעזען אז ער האט נישט קיין ברירה און האט מסכים געווען. וכך הווה, אפאר גוטהארציגע אידן האבן אראפגעלייגט איעדער אפאר הונדערטערס, וילך ויסע אל מקומו ושלום על ישראל.
עד כאן סיפור הדברים.
איך וויל נישט יעצט דא אריינקלערן צו מ'האט זיך געמעגט פארלאזן אויף שמועות אן מברר זיין, צו מ'האט אים געמעגט פארשיקן, צו מ'האט אים גאר געדארפט משלח זיין במקלות ובאבנים.
וואס וואונדערט מיר יא איז דאס; די זעלבע פאר גוטע אידן וואס האבן זיך געלאזט קאסטן, וואלט דער נישט געווען קיין מאלעסטאר און צוגעגאנגען צו זיי בעטן א נדבה כנהוג, וואלטן זיי אים אפגע'פטר'ערט מיט א דאלאר צוויי, פארוואס דא אין דעם פאל זענען זיי פלוצלינג געווארן אזוי ברייט? מ'קען זאגן, שלגודל העניין כי רבה אפצוהיטן א שטאט פון א מאלעסטאר ח"ו האט זיך ביי זיי די הארץ ברייט צועפנט. אבל אולי יש לומר, אז דער געשמאקער געפיל פון פראווענען עסקנות און זיך שפירן כלל'ס פערזארגער, דאס האט זיי מטיב לב געווען. ויל"ע

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
Re: א מעשה שהיה
ווער זאגט אז מ׳ טאר נישט האבען זייטיגע נגיעות ווען מ׳ טוהט א מצוה? וויל ער כבוד פאר די מצוה, וואס איז די פראבלעים. מתוך שלא לשמה בא לשמה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס איז דאס אן 'אפיציעלער עסקן'? א מענטש וואס לייגט זיך אריין אין אן ענין לטובת אנדערע.
אדער א מענטש וואס רייט אויפ'ן ציבור און פארדינט שיין פרנסה אדאנק די 'טובות' וואס ער טוט, אדער אנדערע טוהן מיט איהם.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
ס'נישט קיין פראבלעם און ס'איז ווערד. איך האב נישט קריטיקירט. כ'האב נאר געזאגט א הבחנה אויף די אידן וואס זענען ארומגעגאנגען מיט א גוט געפיל אויף זייער נדיבות לב, אז ס'האט מער אויסגעזען ווי א נדיבות לב לצורך גוט געפיל. וזה בבסדר גמור.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דאס אן 'אפיציעלער עסקן'? א מענטש וואס לייגט זיך אריין אין אן ענין לטובת אנדערע.
אדער א מענטש וואס רייט אויפ'ן ציבור און פארדינט שיין פרנסה אדאנק די 'טובות' וואס ער טוט, אדער אנדערע טוהן מיט איהם.
אן אפיציעלער עסקן איז איינער וואס רייט אויפ'ן ציבור. איינער וואס לייגט זיך אריין אין אן ענין לטובת אנדערע איז א פיינער מענטש. און פון אזעלכע מענטשן רעד איך. כ'האב נאר אריינגעקלערט אין דער מאטיוו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
פטור צו ווערן פון א מנובל איז נאך א גרעסערע מצוה ווי געבן אפאר דאלער פאר א מוסד וואס פיפציג פראצענט אדער מער גייט פאר כבוד מרן אדמו"ר שליט"א
איין חזיר קען אפפירן א וועלט!
סאיז נישט צו לאנג צוריק געווען א שוידערליכע מעשה אין מאנסי ווי איין פעדעפייל האט ממש חרוב געמאכט גאנצע דורות!
אויב איינער אדער עטליכע האבן געטון אזא מצוה און אפגעהאלטן אזא פארשוין פון אונזערע היימישע גאסען און זיי האבן נאך געצאלט פון אייגענעם קעשענע דערפאר דארף מען זיי געבן א גאלדענעם פלעג דערפאר, און ווען איך וואלט געווען רב אין בית מדרש וואלט איך אויפגעגעבן מיין ששי פאר זיי, אפגעזען וואספארא נגיעות זיי האבן. פיריעד.
איין חזיר קען אפפירן א וועלט!
סאיז נישט צו לאנג צוריק געווען א שוידערליכע מעשה אין מאנסי ווי איין פעדעפייל האט ממש חרוב געמאכט גאנצע דורות!
אויב איינער אדער עטליכע האבן געטון אזא מצוה און אפגעהאלטן אזא פארשוין פון אונזערע היימישע גאסען און זיי האבן נאך געצאלט פון אייגענעם קעשענע דערפאר דארף מען זיי געבן א גאלדענעם פלעג דערפאר, און ווען איך וואלט געווען רב אין בית מדרש וואלט איך אויפגעגעבן מיין ששי פאר זיי, אפגעזען וואספארא נגיעות זיי האבן. פיריעד.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
Re: א מעשה שהיה
סתם פאר א משולח איז איין מצוה ״צדקה״. אין די פאל איז עס געווען צוויי מצוות, ״צדקה״ מיט ״פדיון שבויים״. ווייל ווען בלייבט ער דא אין מענטשען ווייסען נישט צו וואטשען וואלט ער אנגעקומען אין דשעיל.
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
אפשר גייט דאס ווערען א נייע וועג צו מאכען געלט. מען פארט אויף א פלאץ ווי קיינער קען איהם נישט. מען האט א חבר וואס זאהל רופען איינער פון די קהילה און מען איז מוציא שם רע. און דערנאך באוואווארפט מען אים מיט געלט אבי ער זאהל אפטראגען.
נישט קיין שלעכטע ביזנעס דיעל
נישט קיין שלעכטע ביזנעס דיעל
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!