קליינע אוצרות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
קליינע אוצרות
אזוי ווי ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז אין די אויסגאבע מעלות איז דא א רובריק וואס הייסט קליינע אוצרות גוטע ווערטער פון קליינע קינדער וויל איך דא מאכען עפעס ענדליך צו דעם באשרייבען גוטע רביס פון קליינע שוהלן נאר פון בארא פארק (אפשר וועל איך אמאל זיין אין אנדערע שטאט וועל איך מיך דארטען אומקוקען, אפשר וויל איינער פון א אנדערע שטאט ואלונטירען) די סיבה דערפאר ווייל און אזא עולם החשכות ווייסט מען אז עס איז דא ערליכע אידן מדארף זיי נאר טרעפען וועל איך וואלונטירען אין גיין אין די קליינע שוהלן אין באשרייבען יעדע רבי'לע זיינע מעלות זיינע אויפטוהען אין אביסעלע מאמרים פון אים אפשר זיין יחוס אויכט און דער עולם זאל זאגען וואס זיי ווייסען יראה הקהל וישפוט
אז דער עולם וועט זאגען אז אזא ארטיקעל איז אינטרעסאנט דאן וועל איך עס טוהן אויב נישט אשאד אויף מיין צייט אין קען באקומען אטענטשען אויף א אנדערע וועג
לדוגמה איך וועל אנהייבען מיט הרב משה גרינבערג אבדקק פאליאנע זיין בית המדרש געפונט זיך אויף 46 צווישען 16-17 ער איז זוהן פון א הייסע בעלזא חסיד פון דערהיים געהייסען ר לייביש א ברענידיגע יראה שמים א בעל תפילה מיט א הערליכע אייגענע נוסח אין שיינע שטימע, פאליענא רב שליטא איז איידעם ביים אלטען טעמעשוואר רב פון 47 נעבן באבוב ואין צריך להאריך צום רב אליין א כיתה ג מלמד און וויען צולייגען קודם די מעלות אלץ מלמד א מחנך נפלא פון די ערשטע בליק קודם האט ער אליין אויפגעשטעלט גאר א פיינע שטוב ממילא קען מען אים טראסטען גאר א ווארימע מענטש בעיני ראיתי בין איך געוועהן דע וואך ביי אים אין בית המדרש (כדי צו קענען שרייבען דעם ארטיקעל) איז געוועהן דארטען א משפחה שמחה איז געקומען אלטע תלמידים אים צו געבען מזל טוב
ממילא א מלמד וואס די קינדער וויל אים געדענקען איז א גוטע סימן יעצט אלץ רב גאר א שטארקע עניו ער זיצט געווענטליך ביי א טיש נעבן זיין שטענדער דעי וואך צוליב די שמחה איז נישט געוועהן ווי צו זיצען האט ער זיך אראפ געזעצט ביי זיין שטענדער אין ער איז געוועהן זייער אומבאקווען שישי אין ברכות החודש האט ער אוועקגעגעבען פאר שיינע אידן און גאנץ שבת האי ער נישט גענומען א כיבוד אין סהאט נישט אויסגעזעהן ווי ער האט א צושטערטע שבת
מדברי תורתו ק' פארוואס האט מען צוגענומען פון עפרון די אות ויו אין פארוואס ביי יתרו האט צי גכלליגט די אות ויו אויף יתר וואס איז מיט דעם ויו ת' ווייל אות ויו קען מען שרייבען ווייל אות ויו נישט קיין חילוק צי די שרייבסט ואו צי ויו צי וו אלעמאל הייבט זיך אן און ענדיג זיך עס מיט א ויו אבער אנדערע אותיות איז נישט אזוי ווי א הייבט זיך אן מיט א ענדיגט זיך מיט ף נאר ויו הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט די זעלבע אות דעס ווייסט תוכו עברו עפרון וואס האט געזאגט נעם בחינם איז נישט געוועהן תוכו כברו ווייל ער האט געוואלט ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר ממילא האט מען צוגענומען די ויו יתרו וואס איז יא געוועהן תוכו כברו טוען ער האט זיך מגייר געוועהן האט ער איז געמיינט ערנסט האט מען צוגעלייגט די אות ו
אויב סאיז אינטרעסטנט נאך א זיינע ארטיקלען (רביס) לאזט מיר וויסען)

Re: קליינע אוצרות
אצינד גייען מיר אריבער צום דעעש רבי פון 41 צוויישען 14 און 15 הרב ר מנחם מענדל ראשית זיין פאטער איז געוועהן הרב ר אלימלך א געשמאקע רב מיט אלע מפרשים ואין כאן מקום להאריך צוריק צו אונזער רב איינס גאר א בטאמטע איד. כהאב געהערט אגוטס ער גייט אמאל צו צו א אינגעל און פרעגט אין ווי הייסט דיין טאטע די אינגעל ווייסט נישט וואס צו ענטפערען ער וויל נישט זאגען זיין טאטענס נאמען זאג אים דעשש רבי דיין טאטע הייסט די זאלסט זיין וואויל ודו"ק קודם אין מסחר איז ער מוראדיג גלייך ער באצאלט זיינע בעלי חובות אויפען טאג וואס ער נעמט זיך אויס א ריכטיגע נהנה מגיע כפו. ער נעמט אויף יעדע אינגעל מיט א לאלי גראדע נישט צו פארגעסען פון אים קען מען זיך לערנען עכט כיבוד אב ער טיילט גרויס געלט פאר קמחא דפסחא ועוד
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
Re: קליינע אוצרות
איך האב געהערט פין דעשער רבי שליט״א אז זיין פאטער איז אמאל געווען ביי א שמחה. ווען מ׳ האט געטיילט אייז קרים האט ער אויך געבעטען א פארציע פאר זיך. האט ער געפרעגט דער פאטער זייט ווען עסט ער אייז קרים. האט ער געענטפערט אז ער האט באמערקט אז אויפען אויבען אן זיצט איינער וואס זעהט אויס אז ער שעמט זיך צו נעמען אייז קרים, דערפאר האט ער געבעטען פאר זיך, אז יענער זאל זעהן אז די רבי עסט אויך אין אזוי ארום זיך נישט שעמען אליין צו בעטען. דאס מיינט עכטע אהבת ישראל.
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב געהערט פין דעשער רבי שליט״א אז זיין פאטער איז אמאל געווען ביי א שמחה. ווען מ׳ האט געטיילט אייז קרים האט ער אויך געבעטען א פארציע פאר זיך. האט ער געפרעגט דער פאטער זייט ווען עסט ער אייז קרים. האט ער געענטפערט אז ער האט באמערקט אז אויפען אויבען אן זיצט איינער וואס זעהט אויס אז ער שעמט זיך צו נעמען אייז קרים, דערפאר האט ער געבעטען פאר זיך, אז יענער זאל זעהן אז די רבי עסט אויך אין אזוי ארום זיך נישט שעמען אליין צו בעטען. דאס מיינט עכטע אהבת ישראל.
ועל כגון דא האט די חוזה געפרעגט דעם בעל עבירה פארוואס דארפסטו קומען בעטן א דרך אין תשובה פאר דיין חבר, דיין חבר קען דאך קומען זאגן אז ער בעהט פאר זיין חבר. יענער רב וואלט אויך געקענט עסן די אייזקריעם זאגענדיג אז דעשער רב שעמט זיך....
לכבוד חברי השטיבל [tag]ווייס פרעזידענט[/tag], [tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag], [tag]כוכב[/tag],
ווען מען רעדט פון אדמורי״ם דארף מען זיכער מאכן אז מען רעד פון די זעלבע און נישט מאכן א טעות ח״ו, אין אזוי ווי ביי דעעש אדער ספינקא איז זייער שווער צו האלטן חשבון, ווייל אי אפשר לפרטם כי רבים הם, איז כדי צו צולייגן א בילד פונעם רבין זז״ג, כדי קיינער זאל ח״ו נישט מאכן א טעות און זיך פארמישן מיטן ברודער, פעטער, קאזין, נעפיא וכדומה.
ווען מען רעדט פון אדמורי״ם דארף מען זיכער מאכן אז מען רעד פון די זעלבע און נישט מאכן א טעות ח״ו, אין אזוי ווי ביי דעעש אדער ספינקא איז זייער שווער צו האלטן חשבון, ווייל אי אפשר לפרטם כי רבים הם, איז כדי צו צולייגן א בילד פונעם רבין זז״ג, כדי קיינער זאל ח״ו נישט מאכן א טעות און זיך פארמישן מיטן ברודער, פעטער, קאזין, נעפיא וכדומה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
Re: קליינע אוצרות
איך וויל האלטען דעם אשכול זייער פאזיטיו נישט ברענגען די קליינע אוצרות זייער גרויסע מחלוקת אבער ליצנות איז סתם געשמאק למה לא
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
Re: קליינע אוצרות
כוכב האט געשריבן:זייער א שיינער אשכול, מ'דארף ארויסהייבן די קליינע אוצרות, די חשובע רבנים וואס מאכן פון זיך נישט קיין וועזן. דער פאליאנער רב איז טאקע באמת גאר א חשוב'ער ערליכער און איידעלער איד כולו אומר כבוד.
דער דעעשער רבי איז מיט די ווייסע זאקן און זילבערנע שטעקן? ער איז שוין א גרויסע אוצר...
איך ברענג יעדעמס מעלות וועמען מען קוק נישט אן איינער איז בעסער פונים צווייטען ווייס איך אויך איך ברענג נאר ידועות איינער וואס צולייגען אדרבה
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך וויל האלטען דעם אשכול זייער פאזיטיו נישט ברענגען די קליינע אוצרות זייער גרויסע מחלוקת אבער ליצנות איז סתם געשמאק למה לא
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
נייון: ר' ווייס פרעזידענט. איך בין מחולק מיט דיר. (אויב איך האב דיך גוט פארשטאנען.) א ווערטל, אדער אן אינטרעסאנטן עפיזאד, וואס איז זיך פארלאפן מיט א געוויסן רב אדער רבי. דאס יא. זיכער. אבער ליצנות נישט ווייל ליצנות איז בכלל נישט פאזיטיוו. ליצנות מיינט אפשפעטן. אזוי ווי ס'שטייט טאקע אין די הייליגע ספרים ..."ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"...! און ליצנות מיינט נישט מאכן א ווערטל. ס'מיינט אפשפעטן און חוזק מאכן פון א מענטש אדער מצב.!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך וויל האלטען דעם אשכול זייער פאזיטיו נישט ברענגען די קליינע אוצרות זייער גרויסע מחלוקת אבער ליצנות איז סתם געשמאק למה לא
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
נייון: ר' ווייס פרעזידענט. איך בין מחולק מיט דיר. (אויב איך האב דיך גוט פארשטאנען.) א ווערטל, אדער אן אינטרעסאנטן עפיזאד, וואס איז זיך פארלאפן מיט א געוויסן רב אדער רבי. דאס יא. זיכער. אבער ליצנות נישט ווייל ליצנות איז בכלל נישט פאזיטיוו. ליצנות מיינט אפשפעטן. אזוי ווי ס'שטייט טאקע אין די הייליגע ספרים ..."ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"...! און ליצנות מיינט נישט מאכן א ווערטל. ס'מיינט אפשפעטן און חוזק מאכן פון א מענטש אדער מצב.!
די גרעסטע ליצנות וואס איך האב נאר געזען אין קאווע שטיבל איז אז אונזער בערל׳ן טייערע בעט אז מען זאל נישט מאכן קיין ליצנות.......
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ביים עק שטאט אויף 61 און 19 געפינט זיך ביהמ"ד רימניץ. די רב הביהמ"ד איז הגה"ק ר' דוד יצחק שיק. איך שרייב הגה"ק זייער ערנסט אן קיין שום סארקאזם ווייל דאס איז א איד וואס איז מובדל ומופרש פון עוה"ז.
זיין טאטע איז געווען אן אשכנז'יש אידל, געוואוינט אין די איסט סייד אלע יארן. דער רב האט געלערנט ביים ווינער רב (לעבאוויטש) וועלכע האט אים זייער געגליכן. דער ווינער רב האט אים געשטופט אריינצוגיין אין התאחדות אבער זיין מדת האמת האט נישט אויסגעהאלטן דארט. ווען ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די חברה דארט האט מען אים גע'רודפ'ט און ער האט אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
לערך דרייסיג יאר צוריק איז ער נתדבק געווארן צו הרה"ק מריבניץ וועלכע האט אים געהייסן עפענען א שול וכך עשה. וויבאלד ער טויג זייער שוואך צו חנופה, האט ער קיינמאל נישט מצליח געווען און מוטשעט זיך מיט מנין, אבער אויף אים האט עס נישט קיין השפעה. ער דאווענט אלץ מיט די זעלבע פלאם.
ער איז א בקי נפלא בנגלה ובנסתר און אויך בתולדות צדיקים. שוין יארן לאנג וואס ער לייגט זיך נישט אין בעט משבת לשבת און איז עוסק בתורה יומם ולילה. לעצטענס האט ער זיך שטארק אריינגעלייגט אין תורת הקבלה און האט אנגעקומען געוויסע אינטרעסאנטע מנהגים, אבער אלע וואס קענען אים ווייסן אז ער טוט עס בכלל נישט פאר כבוד אדער אטענשען. ער איז א מענטש וואס דארף גארנישט און דינט דעם באשעפער בקדושה ובטהרה מיט א זעלטענע פרישות.
איך זאג אייך, כאפטס אריין יעצט ווילאנג ער איז נאך נישט אזוי פאפולער ווייל ביז אפאר יאר וועט זיין לאנגע ליינס ביי זיין טיר פון אידן וואס וועלן זוכן אן ערליכן איד.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
דריידל האט געשריבן:ביים עק שטאט אויף 61 און 19 געפינט זיך ביהמ"ד רימניץ. די רב הביהמ"ד איז הגה"ק ר' דוד יצחק שיק. איך שרייב הגה"ק זייער ערנסט אן קיין שום סארקאזם ווייל דאס איז א איד וואס איז מובדל ומופרש פון עוה"ז.
זיין טאטע איז געווען אן אשכנז'יש אידל, געוואוינט אין די איסט סייד אלע יארן. דער רב האט געלערנט ביים ווינער רב (לעבאוויטש) וועלכע האט אים זייער געגליכן. דער ווינער רב האט אים געשטופט אריינצוגיין אין התאחדות אבער זיין מדת האמת האט נישט אויסגעהאלטן דארט. ווען ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די חברה דארט האט מען אים גע'רודפ'ט און ער האט אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
לערך דרייסיג יאר צוריק איז ער נתדבק געווארן צו הרה"ק מריבניץ וועלכע האט אים געהייסן עפענען א שול וכך עשה. וויבאלד ער טויג זייער שוואך צו חנופה, האט ער קיינמאל נישט מצליח געווען און מוטשעט זיך מיט מנין, אבער אויף אים האט עס נישט קיין השפעה. ער דאווענט אלץ מיט די זעלבע פלאם.
ער איז א בקי נפלא בנגלה ובנסתר און אויך בתולדות צדיקים. שוין יארן לאנג וואס ער לייגט זיך נישט אין בעט משבת לשבת און איז עוסק בתורה יומם ולילה. לעצטענס האט ער זיך שטארק אריינגעלייגט אין תורת הקבלה און האט אנגעקומען געוויסע אינטרעסאנטע מנהגים, אבער אלע וואס קענען אים ווייסן אז ער טוט עס בכלל נישט פאר כבוד אדער אטענשען. ער איז א מענטש וואס דארף גארנישט און דינט דעם באשעפער בקדושה ובטהרה מיט א זעלטענע פרישות.
איך זאג אייך, כאפטס אריין יעצט ווילאנג ער איז נאך נישט אזוי פאפולער ווייל ביז אפאר יאר וועט זיין לאנגע ליינס ביי זיין טיר פון אידן וואס וועלן זוכן אן ערליכן איד.
ולא עוד, נאר ער זעהן זיך עין בעין, באנפין נהירין מיט'ן ריבניץ'ער רבי'ן, נאך היינט צו טאגס.
איי וועט איר פרעגן פון ווי ווייס איך. ווייל ער האט מיר אליינס פארציילט. איך האב אים אמאל אויסגעפרעגט איבער זיין שייכות צום ריבניץ'ער און ער האט מיר עס אליינס פארציילט, ווי גאר גאר אפט קומט דער ריבניצ'ער מעלמא דקשוט אים באזוכן ביינאכט. און איך בין זיכער אז עס איז אמת אויך, ווייל ער האט עס מיר געזאגט מיט א גלייכן פנים...