דער חינוך מיתוס
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דער חינוך מיתוס
וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען דרשות איבער חינוך. זיי אזוי מחנך דיין קינד, נישט אזוי, גיב אים אריין דעם מעסעזש, נישט יענעם, זאג אים עס אויף דעם וועג, נישט אויף יענעם וועג.
וואס די אלע געלונגענע בעלי דרשנים און מחנכים און צוהערער כאפן נישט איז אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי חינוך. אויב עס עקזיסטירט יא, דאן איז דאס דער כישוף וואס מאכט חרוב קינדער אויף אייביג, ערציענדיג זיי אויף א וועג וואס וועט מיט א צויבערהאפטיגקייט ערציען פרישע דורות פון כלומר'שטע חינוך עקספערטן, אזעלכע טאטעס וואס זענען ספעציעל געאייגנט ווי אזוי צו מאכן די קינדער שפירן כאילו אויף עפעס א וועג דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון פאר'ן עקזיסטירן, און דער תירוץ אז דער געטרייער טאטע האט פשוט געוואלט פארשפרייטן זיינע גענעס איז נישט די והותיר.
די אויפגאבע פון עלטערן איז צו געבן די פיזישע געברויכן פאר זייערע קינדער און זיי צו גיבן דעם געפיל אז זיי זענען שטענדיג אקצעפטירט און באליבט. דא הייבט זיך אן זייער אויפגאבע און דא ענדיגט זיך עס. זייער אויפגאבע איז נישט צו זיכער מאכן אז די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן, תלמידי חכמים, עשירים, עדיוקעיטעד, קלוג, און אנדערע מרעין מישין וואס די מענטשהייט האט ערפינדן. זייער אויפגאבע איז צו פארגעסן אביסל פון זיך און פארגעסן אביסל פון דעם קינד, און אים בלויז ארויסווייזן א שמייכל ווען ער קומט אן אהיים און גיבן א קיש ווען ער גייט שלאפן.
הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: דער חינוך מיתוס
מיט וואס איז דער חינוך מיטאס אנדערש ווי דער גאנצער סאסייעטי מיטאס בכלליות?
אויב האבן מענטשן מחליט געווען אז עס איז דא א גאנצע ליסטע מיט זאכן וואס פארלאנגט כדי צו באלאנגן אין א סאסייעטי, צווישן זיי עדיוקעישן, גיין אנגעטוהן, שמייכלן צו אנדערע, ארבעטן און אויסהאלטן א ווייב מיט קינדער, און דער מענטש איז זיך מקריב זיין גאנץ לעבן פאר די אלע ווירדן, דאן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אז פונקט ערציען זיין קינד אויף די וועגן איז נאריש.
אויב האבן מענטשן מחליט געווען אז עס איז דא א גאנצע ליסטע מיט זאכן וואס פארלאנגט כדי צו באלאנגן אין א סאסייעטי, צווישן זיי עדיוקעישן, גיין אנגעטוהן, שמייכלן צו אנדערע, ארבעטן און אויסהאלטן א ווייב מיט קינדער, און דער מענטש איז זיך מקריב זיין גאנץ לעבן פאר די אלע ווירדן, דאן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אז פונקט ערציען זיין קינד אויף די וועגן איז נאריש.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שמערל האט געשריבן:מיט וואס איז דער חינוך מיטאס אנדערש ווי דער גאנצער סאסייעטי מיטאס בכלליות?
אויב האבן מענטשן מחליט געווען אז עס איז דא א גאנצע ליסטע מיט זאכן וואס פארלאנגט כדי צו באלאנגן אין א סאסייעטי, צווישן זיי עדיוקעישן, גיין אנגעטוהן, שמייכלן צו אנדערע, ארבעטן און אויסהאלטן א ווייב מיט קינדער, און דער מענטש איז זיך מקריב זיין גאנץ לעבן פאר די אלע ווירדן, דאן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אז פונקט ערציען זיין קינד אויף די וועגן איז נאריש.
אז דער מענטש איז מקריב זיין לעבן איז איין זאך, אז דער מענטש איז מקריב א צווייטנס לעבן איז גאנץ אן אנדערע זאך.
האדם לא נברא אלא להתענג
פישלע העררינג האט געשריבן:ורמינהו...
ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.
למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.
ס'שטייט פון צדיקים (אפטער רב ועוד) אז די בעסטע עצה איז אז די טאטע זאל פשוט זיין א סעמפל פאר די קינדער מיט זיין התנהגות, און ער זאל זיך אפילו מאכן.
לענ"ד קען מען עס אריינקוועטשען אין דיין פסוק. ס'נישט קיין סתירה.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:בקיצור, א פוילער רוח, א קינד א שטריק, האלט נישט ביים ארבעטן האלט נישט ביים לערנען, טאר אים דער טאטע נישט פרובירן מחנך זיין צו וואקסן א מענטש? וואס ווילסטו זען דא, א גאנצע וועלט בטלים ומבוטלים, משתתפי הפגנות ומחזירי חלק שמונה?
אפשר קענסטו מיר זאגן ווער האט מחנך דיין עלטער זיידע אין וואלד צו אראפכאפן פרוכט פון בוים און עסן פאר נאכטמאל?
האדם לא נברא אלא להתענג
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: דער חינוך מיתוס
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר, כ'האב א פילינג ביסט א nudist... ווערסט מיר שוין צו ליבעראל
קוק אויף זיין אוועטאר. איט סעז איט אלל. [emoji6]
Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: דער חינוך מיתוס
בקיצור א סאסייעטי וואס איז כסדר מקריב/טיילט איין אנדערע, פארשטייסטו אז חינוך איז נישט די יוצא דופן ווי דאס דארף זיך אפשטעלן? למשל איינער וואס איז נישט אזוי ליבעראל און האלט אז פאר גיין נאקעט אויפן גאס, קומט זיך א געלט שטראף / תפיסה, מעג יא פארלאנגען זיינע קינדער זאלן גיין אנגעטוהן ווי מענטשן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: דער חינוך מיתוס
וכדומה.. האט געשריבן:וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.
אבער דער געזעץ פונעם סאסייעטי גופא איז עפ"י רוב געבויעט צו באצווינגן יענעם זאל זיך פירן לויט מיין געשמאק, צבש"פ נודיזם אדער מריוואנא. ווילאנג מיר טיילן איין פרעמדע אויף אייגענע משוגעתן, דארפן מיר זיכער האבן די רעכטן עס צו עקסערסייזן אויף די אייגענע גענעס.
יאיר האט געשריבן:די אויפגאבע פון עלטערן איז צו געבן די פיזישע געברויכן פאר זייערע קינדער און זיי צו גיבן דעם געפיל אז זיי זענען שטענדיג אקצעפטירט און באליבט. דא הייבט זיך אן זייער אויפגאבע און דא ענדיגט זיך עס.
וואס גייט אריין אין כלל פון פיזישע געברויכען? דארף איך אים אויסלערנען גיין? טרעינען ביה''כ? דארף איך ארבעטען כדי ער זאל האבן עסן? און וואס איז מיט אים אויסלערנען וויאזוי צו דעגרייכן זיינע פיזישע געברויכן ווען איך בין שוין נישט דא?