יאיר האט געשריבן:היש לך רודפ'ן גדולה מזו?
צאלן פאר קאלעדז דארף איך יא?
בן אדם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.
איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?
פישלע העררינג האט געשריבן:ורמינהו...
ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.
למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.
יאיר האט געשריבן:הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.
יאיר האט געשריבן:דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען מיין כונה. אודאי זאל א טאטע אויסלערנען פאר זיין קינד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע. איך רעד וועגן "איבערמאכן" דעם קינד, וועגן אים פארוואנדלען אין דעם "ריכטיגן" מענטש. כאילו יעצט איז עפעס שלעכט מיט אים, און מען דארף אים טוישן כדי ער זאל ווערן א תלמיד חכם, א דאקטאר, א צדיק, אדער וואס אימער זאל נאר זיין. דאס זענען לגמרי צוויי אנדערע זאכן. עס איז נישט דיינע ביזנעס ווי אזוי דאס קינד וועט בוחר זיין צו פירן זיין לעבן. עס איז יא דיינע ביזנעס אים צו געבן די געצייג אז ער זאל קענען מאכן א בחירה. רוב טאטעס האבן א מיסיע צו אויספארעמען זיייערע קינדער גענוי ווי זייער חלום, עס איז זיי נישט גענוג אז דאס קינד וועט פירן א צופרידענער לעבן, ער מוז מיר נאך מאכן שטאלץ און ברענגען נחת און באלאנגען אין דעם ריכטיגן ארט, און דאס איז א רשעות.
וכדומה.. האט געשריבן:וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.
ראש הישיבה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.
א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.
אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????
יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.
הקטן האט געשריבן:יעצט איז דא וואס האלטן אז זיך פירען לויט די געזעץ פין די מדינה און בראשען די ציין א יעדע טאג הייסט מוצלחדיק אנדערע האלטן ליינען קר"ש בזמן און גיין צי מתמידים הייסט סוקסעס.
הקטן האט געשריבן:בכלל צי זאגן אז געזעץ איז אנדערש, און דאס דארף מען יא באהאנדלען, איז זייער א סליפערי סלאפ מהלך, דו וועסט וועלן באהאנדלען דו געזעץ פין אמעריקע אדער פין ny און א צווייטע טאטע וועט נאכדעם קימען אין אויך בהנדלען סוף זמן קר"ש אלס געזעץ פין בורא עולם