עמעזאן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ממש נישט צום גלייבן!
ק/פ פון ביצה וועלט:עס עפנט זיך א וועיטינג ליסט אין וואדבריזש ניו זשערזי
בערך א דרייפערטל שעה פין ברוקלין, א שעה פין מאנסי אין נאך 15 מיניט פין קרית יואל
מען דארף אויספילן די בייגעלייגטע אפליקעישאן
אין עס ''אראפטראגען'' צו זייער אפיס
מ'קען עס אראפטראגען ''נאר 1 טאג''
ג חוקת - 6/23 פין 7 אינדערפרי ביז 7 ביינאכט
צו זייער אפיס אויף
20 Burns Lane,
Woodbridge, NJ.
מען דארף אויך צולייגן פרוף ווי מען וואינט
די ארטיגע איינוואינער האבען א דין קדומה
פאר מער זעהט דא
אבי שנאת ישראל!!
ער איז מודיע אז ווער עס זיכט א ביליגע געגנט צו וואינען אז דארט קען מען באקומען סעקשן 8 פארשטייט זיך ווער עס איז בארעכטיגט ליגאל,
און אזוי ווי די עולם רעדט שוין סיי ווי פון גיין קיין ניו דשערסי -דזערסי סיטי קען מען דארט בויען א ישוב
סיריסעלי? כ׳האף באמת דו מיינסט עס נישט ערנסט! די פראגראם איז געמאכט פאר לאוקלע איינוויונער!!! וואס וויואנען יעצט אין וואדברידזש ניו דזשערזי און היימישע אידן האבן קיינמאל נישט דארט געוויואנט!!!! און זיי האבן נישט דארט וואס צו זוכן!! און ס׳איז א חוצפה און א עזות און א גרויל פון א אייוועלטניק וואס קען קוים נאכזאגן וויאזוי די שטאט הייסט(ער שרייבט וואודריטש אנשטאט וואודבריטש) אבער ער איז שוין א גאנצע מחותן דארט ווייל אפאר אידן וואוינען אין יוניאן סיטי!!!?? און און וואס פארא שייכות האט דעס אז 20 אדער אפילו 100 היימישע אידן פלאַנען צו מופן קיין דזשערזי סיטי אלזא זענען זיי שוין בארעכטיגט צו יעדע סעקשאן 8 סלאט פון גאנץ ניו דזשערזי? וואס פארא נערישע און טיפשותדיגע געראדאכץ! און איך בין נאך דער שונא ישראל ?!