למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

שליחה דורך בר-כוכבא »

חברה, ס'איז צייט זיך אוועקצודרייען פון דער מזרח וואנט און אנהייבן זיך אומקוקן צו די זייטן. שוין צו לאנג וואס מיר קלאצן אויפ'ן אויבנאן און ווארטן און האפן און בייזערן זיך און שרייען און קוויטשן. גענוג פון אונז האבן שוין גענוג לאנג געווארט און געברימט צו פארשטיין אז דארט וועט זיך גארנישט רירן. די אידן וואס זיצן דארט וועלן זיך נישט טוישן; זיי וועלן נישט טוישן זיך און אויך נישט אונז. אלעס וועט בלייבן ביים אלטן, אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי עס לויפט שוין זייט דער אינטערנעט האט צום ערשטן מאל הויך אויסגעזאגט דעם סוד אז א ריזיגער ציבור איז אומצופרידן מיט זאכן כמו שהם.

איך רעד דא, אגב, נישט פון רוחניות – תקנות, כינוסים, דרשות, קול קורא'ס און דעם רעשט פון דער ליסטע. רוב פון יענע ענינים זענען כמעט נישט נוגע למעשה. (יא, איך רעג זיך אויך ווען מ'דרייט מיר דעם קאפ און מ'ריקט מיר יעדן שני וחמישי אונטער צעטלעך צו חתמ'ען אונטער צוואנג. אבער – וואס מיר מאכן מיר זיך נאריש – אלעס גייט ווייטער ווי געווען, און דער כעס איז בעיקר אויף דער אומבאקוועמליכקייט און אומ'טעמ'טן געפיל פון ווערן דיקטירט אויף יעדן שריט אין לעבן, וואס איז טאקע נישט געשמאק אבער פארט נישט עק וועלט). איך מיין מער אונזער גשמיות, די געווענליכע, טאג טעגליכע פראבלעמען און שוועריגקייטן.

די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק איז געלט. רוב יונגעלייט מוטשען זיך אויסצוקומען. יעדער ווייסט עס און ס'איז נישט קיין סוד. דער פינאנציעלער פלאנטער אין וועלכן מיר זענען שטעקן קען צום בעסטן אילוסטרירט ווערן דורכ'ן זיך פארשטעלן דעם מצב ביי דרייפערטל מאנשי שלומינו אויב זאל די רעגירונג באשליסן אפצושטעלן די פראגראמען און סובסודיעס פאר יחידים. רוב ציבור וועט איבערנאכט פארוואנדלט ווערן אין ארעמעלייט ממש, מיט שוואכע אויסזיכטן צו קענען פשוט שטעלן ברויט אויפ'ן טיש. דאס מיינט אז אונזער פרנסה באשטייט צום גרויסן טייל פון קינסטליכע, שעפערישע קינצן.

דערנאך זענען פאראן אנדערע שוועריגקייטן פון וועלכע קיינער איז נישט פריי. יעדער האט זיך זיין פעקל, זיינע דאגות, עסקים און קאפ ווייטאגן וואס שטערן אים און אין וועלכע ער נויטיגט זיך אין הילף און הדרכה.

דאס מציאות פון די לעצטע יארן האט אונז איינגעוואוינט צו טראכטן אז די ישועה מוז קומען אויפן ריזיגן פארנעם, דורך יסודות'דיגע, סיסטעמאטישע ענדערונגען. פארוואס דאס איז אזוי, איז נישט אזוי וויכטיג. מסתבר איז אז ס'האט מיט דעם וואס כמעט אלעס אין אונזער לעבן ווערט דיקטירט און פאראויס פלאנירט דורך אנדערע מענטשן פון אויבן. כמעט יעדער אספעקט פון אונזער לעבן – פון וויאזוי מיר גייען אנגעטאן ביז וויאזוי מיר מאכן און האבן חתונה, ביז וויאזוי אונזער לוי' נאך א לאנג לעבן וועט אויסזען – איז פארגעשריבן און אוועקגעשטעלט אויף פעסטע יסודות. כיוצא בו, זענען פאראן סטאנדארטן און תקנות פאר יעדן ריר, יעדער געלעגנהייט און אלע אומשטענדן. במילא ליגט ביי אונז א קאפ אזא פאסיוויטעט, און ווען מיר טרעפן זיך מיט פראבלעמען הייבן מיר זיך אומקוקן און זוכן אז די לעזונג זאל קומען צופליען, פונעם אויבנאן, עסקנים, אדער פון סתם "סטאנדארט", פונקט ווי ס'איז מיט אונזערע שמחות, וועמענס פארנעם און אויסזען האבן סטאנדארטן וואס קיינער האט נישט אוועקגעשטעלט און מיט וועלכע קיינער איז נישט מסכים אבער וועלכע יעדער פאלגט אויס ווי א גוט קינד.

איך שהוא, זיצן מיר אין צרות און זענען מצפים לישועה. די ישועה וועט אבער נישט קומען, כל זמן מיר וועלן נישט עפעס טאן דערצו. וואס זאל מען אבער טאן? איך מיין אז מ'דארף אנהייבן מיט א טויש אינעם בליק און די ערווארטונגען. אנשטאט זיך בייזערן פארוואס "קיינער טוט גארנישט"; פארוואס די רבנים, וואס קריכן אונז אין די געדערם און זענען אונז בודק די ציצית און טאשן, קענען נישט טאן עפעס אונז צו העלפן בגשמיות – לאמיר ענדערש אליין אנהייבן טאן פאר זיך און איינער פאר'ן אנדערן. די ישועה כללית און יסודות'דיגע שינויים אינעם סיסטעם וועלן נישט אזוי שנעל אונטערקומען. די איינציגע זאך וואס מיר קענען דערווייל טאן איז אויסדרייען די אויגן כלפי פנים און כלפי הצדדים.

עמיצער מיט א ברייטערן בערזל און ווארעמען הארץ, וואס איז וויליג צו געבן געלט, זאל אנשטאט צו עסקנים און מוסדות דאס געבן צום ערשטן קרוב אדער באקאנטן וואס נויטיגט זיך דערין. יעדער קען אזעלכע מענטשן און מיט אביסל שכל קען מען העלפן א צווייטן אין נויט בדרך כבוד.
דו זעסט עמיצן קוועטשט עפעס אדער סתם עס פעלט אים שמחת החיים, לייג זיך אריין אין דער זאך, אבער אויפריכטיג און מיט דער ריינער כוונה אים גרינגער צו מאכן, אים לייכטער צו מאכן אויפן הארץ, אים העלפן נעמען דעם נעקסטן בעסטן שריט. זאל די "אחיעזר" אפטיילונג פון "קאווע שטיבל" קראכן פון אזויפיל טראפיק!

אין א ווארט: לעב און ווירק מיט דער פאלשער אבער פארט נוצליכער הנחה אז מיר לעבן אין א מדבר און גארנישט ווערט געטאן אויב עמיצער וועט עס נישט טאן. "אין איש". ס'איז א פאקט. "נשתדל להיות אישים"!

דער מהלך איז טאקע ניטאמאל קיין נאנטער קרוב מיט דער ישועה און דעם טויש אויף וועלכע מיר אלע ווארטן אזוי, אבער דאס איז אלעס וואס איז שייך צו טאן יעצט אויף דער מינוט. און לאמיר זיך טאקע יא לערנען פון אונזערע אויבנאן אידן, וואס גייען מיטן קאפ אין דער וואנט פאר די זאכן וואס זיי האלטן זענען ריכטיג, אפילו ווען די אויסזיכטן פאר הצלחה זענען נישט קיין סך מער ווי א משהו העכער זערא.

לאמיר פירן א קאנסטרוקטיווע, גשמיות'דיגע סמארטפאון-נוסח מערכה פון טאן צו דער זאך אפילו דאס מיינט גיין מיטן קאפ אין דער וואנט. לאמיר אויפהערן טראכטן גרויס און ברייט וועגן טוישן אדער אפילו פארבעסערן דעם סיסטעם, און במקום זה פשוט טאן קלייניגקייטן דארט וואו און אויף וויפיל מען קען. יתכן אז דאס וועט זיין א שפרינג ברעט צו עפעס ברייטער און בעסער; בכל אופן, לאמיר טראכטן און טאן למעשה פה למטה מעשרה טפחים ממש, ווייל נאר דאס איז שייך און מעגליך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בר-כוכבא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

שליחה דורך ירא שמים »

ממש וואס הלל האט געזאגט פארן גר אלעס הייבט זיך אן ביי טראכטען פון יענעם ואידך פירושא היא.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

הערליך געזאגט!

אזעלכע ווערטער קענען נאר קומען פון ערפארונג... שטארקע ווערטער.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

וואונדערליכער שריפט.
איי לאוו יו בר "כוכב"א.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כוכב האט געשריבן:וואונדערליכער שריפט.
איי לאוו יו בר "כוכב"א.


בכל אדם מתקנא חוץ מבנו... :lol: :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

שליחה דורך ירא שמים »

תוספת נופך: מען קען עס צזאמענשטעלן מיט ברעסלוב׳ערס אשכול וועגן גלאבל ווארמינג , וואס די געדאנק איז אז יעדער דארף טון וואס ער איז באשטימט אויף , א טאטע צו מחנך זיין די קינדער , ווער סהאט געלט , ווער סקען געבן א גוט ווארט וכדו׳ וואס יעדער האט זיך זיין תפקיד אויף וואס זיין נשמה איז אראפ אויפן וועלט און דאס רעשט פארלאז דיך אויפן אייבערשטן אז ער פירט זיך זיין וועלטל און זיין פאלק און ער ווייסט וואס ער טוט , און ווען משיח וועט קומען וועט אלס רעכט זיין ,סתם זיך עסן פארוואס אהין און פארוואס אהער און טראגן די וועלטס דאגות האט נישט קיין נוצן ,
אז די וועסט זיין אויף א תפקיד וואס קהלישע החלטות וועלן ליגן אויף דיינע פלייצעס צו דיצעדירען , וועסט זיין א רב / רבי/ ראש הקהל וכדו׳ העסטו דעמאלט טון וואס ליגט אויף דיינע פלייצעס צו טוען צו מתקן זיין די פראבלעמן פון אונזער קהילה.
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

פלאוויוס האט געשריבן:הערליך געזאגט!

אזעלכע ווערטער קענען נאר קומען פון ערפארונג... שטארקע ווערטער.


מי יתן והי' - אויף מיר און אויף דיר!


כוכב האט געשריבן:וואונדערליכער שריפט.
איי לאוו יו בר "כוכב"א.


:D

[tag]ירא שמים[/tag], שקויעך פארן צואווייזן דעם אשכול פון אחד המיוחד שבחבורה [tag]ברסלבער[/tag]. אז איך האב צוגעטראפן צו אים איז א סימן אז צו שלעכט טראכט איך נישט :)
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

זייער שיין

אבער איך קלער מוסף זיין אז א פראבלעים איז פארהאן מיט דיין פלאן, לאמיר זאגן איינער קאן געיבן צדקה א וואך צוויי הינדערט דולר, אדער א גרויסער עושר צוויי טויזנט דולר א וואך, יעדער אויף זיין שטטיגער ווערט אפגעווארט פון גאר סאפיסטיקירטע שנאר אפעראטן, וואס יעדע אפעראט געפינט אויס א וועיג ווי ער שפינט אריין זיין האנט ביי יענעם אין קעשענע אויף א וועיג וואס ער קען זיך בדרך הטבע נישט ארויס דרייען.

על כן אז א שוה פריטה זאל אנקומען צי יענעם וואס איז נויטיג עכט צים געלט איז שוין כמעט נישט מעיגליך, גאר א גרויסע עקשן דארף מען זיין מען זאל זאגן למשל אין שיל פאר יעדעם איינעם ניין איך געב דיר נישט ווייל איך געב פאר מיין ברידער אדער קאזען, אבער איך גיי דאך פאר די אדער יענע וויכטיגע צוועק וואס מען ברויך דאך געיבן יותר מכפי, אבער איך ברויך מיט יעדען זיך שטעלן טענה,ן און דאס איז גאר א שווערע עבודה.

דעריבער די צוועק וואס איז באמת א צוועק און בדרך כלל זייער לייכט זיך ארויס צי דרייען פאלט נעבעך די קרבן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט