בן אדם האט געשריבן:א גוטע חקרן...
א גוטן בן אדם...
חקרן האט געשריבן:[center]איינער האט דא געפרעגט:[/center][center]ווער איז קורח און ווער איז משה?[/center]
לאמיר זיך פראבירן אריינצולייגן אין די שיך פון יענע אידן און דינען אצינד אלס קורח'ס אדוואקאט, קוקנדיג מיט פליישיגע אויגן (נישט חלילה אז איך האב אזעלכע דעות, נאר וויבאלד מען קוקט פשוט, משה איז א צדיק, זיך מוסר נפש פאר אידן וכו' און קורח איז א באנדיט, א לץ - לאמיר זען ווי אזוי אידן האבן אנגעקוקט דער חילוק צווישן משה מיט קורח):
משה:
אויפגעצויגן איז ער ביי פרעה'ן אינדערהיים אלס פאלנער מצרי. בכלל איז זיין געבוירן ווערן גארנישט אזוי גלאטיק, פרעה'ס טאכטער, 'בתיה די גיורת' האט מען איר גערופן, זי איז געגאנגען זיך באדן אין טייך און צוריקגעקומען מיט א קינד, טענה'ענדיג אז דאס מוז זיין א אידישער. ווער דאס איז קינד איז געווען און פון וואנעט ער איז געקומען, ווייסט איין גאט און אפשר אויך בתיה און מעגליך אז נאך איינער... אבער רעדט מען דאך נישט, הקיצור, הייסט דאס אז דאס קינד איז א איד וואס די מאמע האט אים מפקיר געווען אין וואסער.
לאמיר גיין ווייטער: דאס קינד איז אויפגעצויגן געווארן אלס גוי מיט אלע מפרשים, פון אידישקייט האט ער נישט געוויסט ביז די דרייצן. אין יענע יארן איז ער ארויסגעגאנגען, זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ, געמארדעוועט א פאליציאנט, איינער וואס היט אויפן געזעץ פון מצרי'שער אטאריטעט, וועלנדיג העלפן ווילדע קנעכט זיך ארויסצודרייען פון דינען דעם געזעץ און ארבעטן.
ווילדע הענט האט ער געהאט דער משה (אגב, וועלכער שפראך איז דאס 'משה' און ווער האט אים געגעבן דעם נאמען? - גייט און געפינט אליין אויס...). עס איז נישט אריבער איין טאג און אויף מארגן האט ער שוין געטראפן נאך א קורבן, דאס איז שוין געווען נישט קיין צווייטער ווי דער ראש-הקהל און דער עסקן, דתן, וועלכער גיבט זיך איבער פאר כלל-ישראל און פייט קעגן קאראפציע. בקיצור המעשה, מען האט אים געזוכט און דאס קינד איז אנטלאפן - איר ווייסט וואו? - קיין מדין.
וואס האט א דרייצן יעריגער יונגל געזוכט איינער אליין אין מדין? - ער האט זיך באכלעפשעוועט מיט די טעכטער פונעם ארטיגן גלח, זיך געדרייט מיט זיי, עס איז נישט געווען קיין סוד, גאנץ מדין האט געשמועסט איבער דעם, עס איז פאראן היינט עדות וואס דערציילן זיין היסטאריע דארט, לאמיר שוין נישט ארומרעדן, אבער איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס א יונגער טינעידזשער אין די יארן, טוט איינער אליין אן קיין אויפזוכט. און געס וואט? - זיין ווייב, יא די כושית, די רביצין, זי איז גאר די טאכטער פון דעם גלח! - ווי אזוי האט נאר רבינו קורח געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין משכן קורח? - 'בת יתרו מי התיר לך?' - נאר ער מעג און מיר טארן נישט!
הקיצור, איך וויל נישט מאריך זיין, נאר נאך פערציג יאר וואס ער האט קיין איד נישט געזען, קיין ספר נישט געעפנט, ארומגעהאצקעט א טאג, ווען ער איז שוין געווען אן אכציג יעריגער זקן און ער האט שוין אלעס געענדיגט, קומט ער זיך אן קיין מצרים, דרייעט איבער די שטאט. יעדער ווייסט אז רוב כלל-ישראל איז נישט געווען אויף זיין זייט, ער האט קוים געהאט א פינפטל צי ווייניגער וואס זענען מיטגעגאנגען מיט אים. ער האט דארט אנגעמאכט צרות צרורות, פרעה האט געהויבן די מאס ארבעט, ער איז ווילד געווארן און געהייסן אז אידן מוזן זיך אליין קלויבן שטרוי. משה האט נישט איינגעריעט, ער האט אנגעטאן ציפקע צרות פאר פרעה, געמאכט שטיקלעך, צוגעזאגט די אידן אז מען גייט אריין אין א לאנד פון זבת חלב ודבש. איך האב שוין דעמאלס געשריגן אז אויב ער קען שוין יא, זאל ער מאכן א רעוואלט אין מצרים גופא און איבערנעמען דאס לאנד, וואס פעלט אויס ארויסצושלעפן א גאנצע פאלק און זיי אריינברענגען אין א צווייט לאנד? - האט ער אנדערש פארשטאנען.
און וואו האלטן מיר היינט? - שטעקן געבליבן אין מדבר, אויסגעשטאטעט צו כל מיני חולערעס און מגיפות, מלחמות און וואס נישט? - אין מצרים האבן מיר געהאט פארמעגן, געווען מסודר, געגעסן על סיר הבשר. אין מדבר? - אביסל מן.
בקיצור, משה איז א מענטש, וואו תורה, וואו סחורה, וואס פארקויפט ער בכלל?
קורח:
לאמיר אצינד אריינגיין אין די היסטאריע פון רבינו קורח שליט"א.
קורח איז באקאנט אלס יחסן מופלג, דור אחר דור פון געהויבענע ערליכע אידן, נשיאים וואס האבן אויפגעטאן גדולות ונצורות פאר כלל-ישראל. זיין ייחוס איז באקאנט פאר יעדן איינעם, א זוהן פון יצהר, אייניקל פון דער באקאנטער קהת, דער זיידע פון די בני קהת, א זוהן פון לוי בן יעקב, דער בחיר השבטים.
משחר טל ילדותו איז ער געווען באקאנט אלס תלמיד חכם און ירא חטא, געלערנט תורה אין די ישיבות אין מצרים, אסאך קונה געווען פון זיין טאטע'ן און זיידן. און ניין, ער האט נישט אזא לאנגע היסטאריע ווי משה, פשוט דערפאר וואס ער איז געזעצן און געלערנט, נישט ארומגעהאצקעט א וועלט.
און מיינט נישט אז קורח איז סתם א תמים וואס פארשטייט נישט צו דער וועלט; פונקט פארקערט, אויב עפעס איז משה דער תמים וואס וויל זיך נישט לאזן. קודם כל איז קורח אן עושר מופלג, א מאלטי מיליאנער, א געריבענער ביזנעסמאן, וואס טראץ זיין גדלות בתורה וואס קיינער קען זיך מיט אים נישט פארמעסטן, האט ער נאך באוויזן צו מאכן ביליאנען און זיין וועלטס גרעסטער עושר.
פירערשאפט קוואליפיקאציעס? - הא, א שאלה בכלל... ווער נאך האט באוויזן דאס וואס ער האט באוויזן, צוזאמענצונעמען א גאנץ פאלק אונטער זיין באזיץ. קורח האט ביי יעדן שיעור זיינער, צוויי-הונדערט-און-פופציג רבנים ודיינים, מורי הוראה בישראל. איר קענט נאך א רב וואס האט אזאנס געהאט ביי זיינ'ס א טיש? - ער איז א רבי אויף 250 רבי'ס, נישט חסידים. ער האט זיי אין די הענט און פירט אן מיט א מעכטיגע אפעראציע.
אלזא, זאגט איר אליין:
ווער איז משה און ווער איז קורח?
באמת וואלטן מיר געדארפט גיין א טריט ווייטער: וואס פארקויפט משה און וואס פארקויפט קורח! מיר האבן שוין אבער מאריך געווען דערין אין א פריעדיגע תגובה, עיין שם ותמצא נחת.
נאכאמאל: ווען איר דארפט מאכן דעם אויסוואל צווישן משה מיט קורח, וועמען וואלט איר אויסגעוועלט? - ווער איז משה און ווער איז קורח?
פלעין יודיש האט געשריבן:ס'וואלט אויסגעקיקט אזוי ווי ס'קיקט היינט אויס אין 12 גארפילד און אין הופפער.......
שמואל פרימו האט געשריבן:לצנות אין די זייט געלייגט: מיר געפינען אין פסוק א לשון-הפסוק 'העלו מעל משכן קורח דתן ואבירם'. דער לשון 'משכן' גייט געווענליך ארויף אויף דער משכן העדות און עס ווערט קיינמאל נישט באנוצט אויף א וואונונג פון א פריוואטע מענטש. אין גאנץ תנ"ך געפינען מיר דאס איינמאל אויסער ביי קורח, דאס איז אין פסוק 'מה טובו אוהליך יעקב משכנותך ישראל', וואס דארט ווערט עס דערמאנט אלס לשון רבים. דאס איינציגסטע מאל וואס מיר געפינען אזא זאך איז ביי 'קורח'.
דאס מאכט מיר טראכטן, אז אפשר האט קורח אנגעהויבן אויסצופירן זיין פלאן פון 'כל העדה כולם קדושים', ער האט אויפגעשטעלט אן אייגנארטיגער משכן וואו דארט האט יעדער געקענט טון די עבודה כאוות נפשו הטוב. דאס וועט אויך פארענטפערן ווי אזוי די ר"נ ראשי סנהדראות האבן פלוצלינג געהאט גענוג מחתות און קטורת, א זאך וואס איז נישט געווען צו באקומען אויף די גאסן, עס זענען געווען באזונדערע כלים און סממנים פארן משכן. אויב זאל זיין ריכטיג אז קורח האט אויפגעשטעלט א משכן, ווערט אלעס פארשטאנדיג.
נקודה למחשבה.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:איך זעה אז מען ארבייט דא שווער זו מזהה זיין ווער קרח איז געווען. אידען! מען דארף זיך נישט איבערארבעטען. די פסוק און חז"ל זענען שיין מסביר.
1- קרח ועדתו - איך קען נישט טראכטען פון א סאך אנדערע "גדולים" אין תנ"ך און ווייטער וואס האבען געהאט אן "עדה" ביז די שפעטערדיגע דורות- די חתם סופר שרייבט אין א תשובה צו די הייליגע ישמח משה (שו"ת חתם סופר חלק אורח חיים סימן קצז) אז עס איז מרגלא בפומיה צו קריטיקירן [די ישמח משה - כך משמע מהתשובה] און זאגען אז זיין רבי'ס [די חתם סופר'ס רבי'ס] האבען קיינמאל נישט ממשיך געווען אן עדה. וז"ל, ולכן ראיתי רבותי הגאון הפלאה ז"ל ומורי החסיד שבכהונה מהו' נתן אדליר זצ"ל והגאון מהו' זלמן חסיד ז"ל שלא המשיכו עדה, עכ"ל. קוק נאך צו זעהן נאך קריטיק אויף די ישמח משה. קרח האט יא ממשיך געווען אן עדה.
[עיין דברי יואל בפרשתן עמוד טו לגבי גלגול קדום של הישמח משה ודו"ק]
[הערה נחוצה: איך מיין ארויס צו ברענגען א פאונט און נישט ח"ו מזלזל זיין אין די גרויסע גאון בעל מח"ס השיב משה וואס די חתם סופר האט פון עם שטארק געהאלטען (נאך געהאט א פאר חילוקי דעות מיט עם). אגב אורחא כיהודה ועוד לקרא, איז גראדע אינטערסאנט אז רבי אלישיב ברענגט די תשובות השיב משה אין זיין ספר הערות און לייגט צו "היה תלמיד חכם גדול"]
2 - טלית שכולו תכלת - עס זענען דא צוויי זכירות אין ציצית, איינער איז "תרי"ג מצוות" און די אנדערע איז "תכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע דומה לכסא הכבוד", די רמז אין דעם איז אז אן תרי"ג מצוות, אן "תורה צוה לנו משה" העלפט נישט טראכטען פון כסא הכבוד -פליען אין הימל בלע"ז - און די זעלבע פארקערט, כל מי שאין לו אלא תורה אפילו תורה אין לו - קרח איז געקומען מיט די טענה פון "טלית שכולו תכלת" - מען דארף נישט זיין קיין תורה צוה לנו משה - עס איז גענוג "כסא הכבוד" - ווען מען האנדעלט כסא הכבוד איז שווער צו וויסען ווער איז טאקע די בעל מדרגה. שמואל הנביא האט נישט געקענט וויסען וואס טוט זיך אין יענעם'ס הארץ - כי האדם יראה לעינים וה' יראה לבב. ווען גדולי ישראל ווערען אוועק געשטעלט לויט זייערע ידיעות התורה, זאגט מען "אל יתהלל חכם בחכמתו" - מען קען עם דאך פארהערען - אבער ווען ער קען איינרעדען אז ער פליעט אין הימל - דעלמאלס "בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי" - מען קען עם נישט אפרעגען. קרח איז געקומען מיט די טענה "ובתוכם ה'" מען קען עס נישט זיין. טלית שכולו תכלת...
3- ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו - משה רבינו, כאטש אפילו ער וואלט טאקע געוואלט [כמבואר ומי יבין את זאת] אז זיין קינדער זאלען איבער נעמען, אבער ער האט דאך געוואוסט אז בלא - עס וועט נישט זיין. אבער "קרח שפקח היה מה ראה לשטות זה, עינו הטעתו, ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו קרח האט געזען די גרויסע "שלשלת". אזוי וויל בנש"קליך און נישט נעמען א רביסטיווע?
4- בדברי ליצנות כל הלילה - רש"י ברענגט אז קרח האט עוסק געווען אין לצנות א גאנץ נאכט. מלפנים בישראל האט מען געוואוסט אז איינער וואס וויל מען זאל עם האלטען גרויס דארף ארום גיין ערנסט עטוף בטלית ותפילין ואינו מסיח דעתו מהתורה. קרח האט געקענט ארום זיצען מיט מענטשען האקען לצנות, אפשר פארציילען מעשיות בדויות מהלב, אפשר זינגען לידער און עסען קוגעל, פארברעגען א גאנץ נאכט און דאך הייסען א גרויסע איד.
[מענין לענין איז ראוי צו דערמאנען די הייליגע ווערטער פונעם ייטב פנים (אבני זכרון לראש השנה) וזל"ק, אבל הענין על פי ששמעתי ממוזלה"ה [בעל ישמח משה זיעועכי"א] סיפר לנו שבימי נעוריו היה קשה בעיניו מה שהחסידים יגילו כל היום הלא איתא בש"ע או"ח סי' א' ס"ג ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש ועגמה נפשו על דבר זה והתפלל אל ה' במחשבה צפונה בלב בנסעו לקבל פני רבו הקדוש מהר"י יצחק זלה"ה מלובלין אנא ה' הושיעה נא בעת בואי אל הצדיק יורינו דרך תירוץ על ענין זה וכו' וכאשר בא אל ביתו נאוה קודש תיכף פיו פתח בחכמה וברוח הקודש ואמר לו למה נפלו פניך אם אמנם איתא בשולחן ערוך ראוי לכל אדם ירא שמים שיהא מיצר ודואג וכו' אבל כבר אמרו עיין במדרש אס"ר פ"ט א' החכם צהלתו בפניו ואבלו בלבו, עכלה"ק. ותקיש להנ"ל ודו"ק.]
5- עושר גדול - עס שטייט טאקע אז אין הקב"ה שורה שכינתו אלא על .. עשיר.. אבער רייך ווי קרח איז א נייע שטייגער נישט וואס מען האט געזעהן ביי אנדערע גדולי ישראל.
6- מחלוקת - קרח האט געמאכט מחלוקת.
וישמע חכם ויוסיף לקח ולא באתי אלא להעיר...