זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קוקט אויס אז אין דיין טרעין וואגאן איז נישט דא נאך ברודערליך מאנשי שלומזלינו
נופת צופים האט געשריבן:פארוואס ווען איך זיץ אויפ'ן טרעין אדער אין עני אלגעמיינע פלאץ קען איך זיצן און שרייבן אויף ק"ש אדער ערלעדיגן סיי וועלכע ביזנעס. אבער ווען כ'פאר מיט א רייד אדער מיט'ן ב"פ-ווילי באס זענען אייביג דא נאך נייגעריגע אויגן אויף מיין סקרין.
*** אראפ פון מיר!
געזען אמאל א חסידישער איד זיצן פארטיפט מיט א קונטרס אין איין האנט, און אין די אנדערע האנט האט ער געהאלטן זיין פאון - בין דפי הקונטרס, שלא ישלטו עיני צדיקים בה.
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ירא שמים האט געשריבן:קענסט קויפען א פרייוועסי סקרין פראטעקטער
גיימער זיך שוין איינהאנדלן. ס'העלפט טאקע?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
כווייס נישט כהאב עס לעצטנס געזעהן אויף עמעזאן מן הסתם האט די השגחה צוגעפירט כזאל דיר קענען מציע זיין …
איינס האב איך געזען דארט וואס איז רימאוועבל קענסט עס ארויפלייגען ווען דו היטש און אראפנעמען ווען בוסט אין טרעין…
איינס האב איך געזען דארט וואס איז רימאוועבל קענסט עס ארויפלייגען ווען דו היטש און אראפנעמען ווען בוסט אין טרעין…
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
סלינקי האט געשריבן:אויף אייוועלט: תהלים כולל; קריכט אראפ פון די נערווען, פליז !
די אשכול איז פארשפארט, זעיט אויס אז תהילים כולל האט זיך איינגעשריבן אינעם כולל צי ראטעווען פינעם אייוועלט גזירה, און עס האט זיך פארשפארט פליצלינג
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פליקער האט געשריבן:סלינקי האט געשריבן:אויף אייוועלט: תהלים כולל; קריכט אראפ פון די נערווען, פליז !
די אשכול איז פארשפארט, זעיט אויס אז תהילים כולל האט זיך איינגעשריבן אינעם כולל צי ראטעווען פינעם אייוועלט גזירה, און עס האט זיך פארשפארט פליצלינג
איך בין נישט קיין אפטער אייוועלט באזיכער, אבער דעם אשכול האבעך באמערקט גאנץ און אנפאנג, און כ'האב מעך טאקע געווינדערט ווי אזוי לאזן זיי צו אזא אשכול דארט וואס מאכט ממש חוזק מכל הקודש לנו. אבער ב"ה זיי זענען געקומען צום שכל.
- בן עזאי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 53
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
נופת צופים האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:קענסט קויפען א פרייוועסי סקרין פראטעקטער
גיימער זיך שוין איינהאנדלן. ס'העלפט טאקע?
יא, איך האב עס געקויפט אויף עמעזאן פאר מיין דעסקטאפ. ס'ארבייט זייער גוט פאר מענטשן וועלכע זענען אין די זייט פון דיר, אבער נישט פאר די וואס זענען אינטער דיר און קוקן פון א גראדע ענגעל.
איז בפשטות פאר א סעלפאון אויפ'ן באס וואלט דאס פיין געארבעט.
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
- בן עזאי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 53
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
שטיי איך אין גראסערי ווילנדיג באצאלן פאר מיין סענדוויטש און קאווע (ניין, גראסערי איז נישט קאווע שטיבל, מען מיז באצאלן פאר א קאפי.)
בין איך ענדליך מחליט וועלכע רעכענער האט די קלענסטע שורה.
שטייט אין פארנט פון מיר א פרוי און פאקט אויס 10 דאזן אייער,6 מילך 4 האול וויט ברויט און נאך א לאנגע אויסוואל פון כל מיני אייטעמס. ( זאג נאר, איז דאס אפשר געווען פרוי חאצקלאוויטש? איך ווייס נישט, כ'קוק נישט אויף נשים)
ענדליך ענדיגט זיך דאס אויספאקן, כ'פריי מיר זי ענדיגט שוין. צו להכעיס צוקלינגט זיך איר פאון מיט א רינגער פון "ואפילו בהסתרה".
העלאו שיינדי, די ביזט עס? האסט נישט קיין אהנונג וואסארע שיך כ'האב געטראפן פאר פישעלע, לייט מארון, מיט בעיזש... איין סעקאנד, האלט אויפ'ן ליין, כ'האלט אינמיטן באצאלן.
הונדערט און זעכציג דאלאר, און צוועלף סענט פליז.
הערשט יעצט פאנגט זיך אהן דאס ריכטיגע, פון איר פאקעט בוק נעמט זי ארויסצושלעפן כל מיני קיופאנס און וויק צעטלעך.
וואס, מ'קען נאר נעמען איין גאנצע גאלאן און נישט צוויי האלבע? ס'דאך די זעלבע זאך!
איימסארי נישט איך מאך עס אפ, דאס איז די וויק פאליסי, זיי נעמען עס זייער שטרענג.
אבער די סטאר קעגנאיבער נעמט עס יא! כ'האב מיר סתם איינגערעדט אז ביי ענק איז דא קאסטומער סערוויס.
אקעי פישעלע, לויף שנעל צו די פריזידער טויש עס אויף.
חוץ די וויק דארפסטו נאך געבן צוויי און ניינציג דאלאר.
אקעי שרייב עס אויף.
סאררי האסט שוין א בעלענס פון צוועל...
איך זעה שוין אז כ'וועל קיינמאל נישט פארטיגן, כאפ איך מיר אריבער צו די נעקסטע רעזיסטער. און כ'לאז איר איבער אין סטאר מסביר זיין פאר די רעזיסטער וואס מיינט קאסטומער סערוויס...

- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
פארוואס פיצא סטורס און אנדערע ביליגע רעסטעראונטען האבן אזעלכע קליינע דינע נעפקינס, מרירט עס נאר אן מיטן פינגער און סבלייבט צו געקלעבט צום האנט, און בכלל איז עס נישט ראוי זיך אפצווישן דערמיט, פארוואס קענען זיי נישט געבן נארמאלע נעפקינס וואס איך און דיר האבן אינדערהיים, זאג דארט איז די פלאץ צו קארגען?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
באמת האלט איך נישט פון אנלאזירן משוגעים און רשעים אפי׳ לרגע אבער אז די הארץ ווייטאג׳ט איז נישט דא צוויי ברירות דאגה בלב איש ישחנה אפי׳ כ׳בין נישט קיין שרייבער
מעשה שהיה כך היה כ׳בין אריין געפאלן אין א מנין מיט אפאר סאטמארע משוגעים הער איך ווי זיי רעדן פון די פטירה פון בנו של אב״ד וויזשניץ מאנסי זאגט איינער(כ׳ווייס נישט צו ס׳איז אפי׳אמת ) אז אב״ד צאנז ארץ ישראל איז געקומען קיין ווילאמסבורג און ער האט געדארפט פראווענען אין ביהמ״ד וויזשניץ אויף לי און צוליב די פטירה פון בן אדמור וויזשניץ שליט״א איז עס נישט דארט געווען זאגט יענער(–ער רעד זיך איין אז ער איז אין הימל–) אז ער איז נפטר געווארן אין דעם טאג בשביל זה איך וויל מיך נישט באשמיצן שרייב איך עס נאר ברמז או לאזנים שכך שומעות
אפגעזעהן אז זיי האבן געוואלט מקיים זיין א מצוה אין נישט קיין עבירה נאר אפי׳ לטפשתך האט ער נישט קיין שייכות דערמיט אין אפי׳ ער זאל זיין די ראש פארדעם ווער ביסטו צו פסקנען פסקים לא תאכלו על הדם יענעמס בלוט איז נישט הפקר
אונז דארף מיר זיך מאכן א חשבון הנפש למה בא לאזני כזאת מ׳זאגט נאך פון בעל שם אז מ׳שיקט צו פון אויבן צו הערן–זעהן נאר אויב מ׳איז נכשל געווארן בכזו
אריכות איז איבריג

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וויל קענען, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 111
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
- געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
- האט שוין געלייקט: 270 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף
אוי די שיך בענדלעך, וויפיל איך וועל עס נאר צובינדן אינמיטן טאג, וועט זיך עס האלטן אין איין אויפבינדן, אבער משום איזה סיבה שהוא, ווען ס׳קומט ביינאכט און איך וויל אויפבינדן מיינע שיך בענדלעך, געשעהט עפעס אזא מין סאמאטוכע, עפעס אזא קשר של קיימא, אזש מ׳דארף זיין א פיזיקער דאס צו מסדר זיין. פארוואס די גיהנם קען דאס נישט געשעהן צופרי? אזוי וואלט איך כאטשיג געהאט אגאנצן טאג מנוחה
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
[tag]יואב[/tag] האט א גאנצע אשכול אויף די נושא פון שיך בענדלעך זיך עס אויף
איך בין געווען פאריגע וואך ביי א משפחה שמחה. נאך הפסקה הייבט מען אן די צווייטע טאנץ הנקרא "הארא" אילאוויטש'ס נייע ניגון ראק"ט שטיקער מיטן גאנצן קראפט . און בום ! עס שפאנט אריין דער .... רב שליט"א מלובש מיטן ססגונא בעקישע באגלייט מיט א זון און א הויז בחור להגדיל המצב והטראסק ... נאך א קארגע מינוט ווייזט דער הויז בחור פארן שפילער א פולן האנט מיטן גראבן אגודל פונעם צווייטן האנט ...(פשוט אז מידת יסוד איז אין וואס דער בנשק"ל צייכנט זיך אויס )...דער רינג ה'טאנצערס ברעכט אינטער און פונאנדערשייד זיך מיט נאז קרומענישן ... דער בנשק"ל אבער. פאררעכט זיך דעם אבנט... פארגלייזט זיך די אויגן ... מקבל וממשיך ד' מוחין ...און לאזט זיך מיטן חתן דנן אין א טאנץ אזוי אחוז שרעפים ...ע"ב עגולות (כמנין הויה-אדני)...און טאנצט אזוי זעקס זיבן מינוט עד אפס כוחותיו ...(האט ער שוין געטון זיין דעילי עקסערסייז אויך ...) דערנאך קומט די טללי ברכות פארן חתן וואס שטייט מיטן שיפען שטריימל אויפן קאפ פארמאטערט און אומגעדילדיג האפענדיג אויף א רוח צפונית פארן אומגעבעטענעם גאסט וואס האט זיך אנגערוקט דא ...ענדליך טוישט מען צירוק צום שטייטערן ביט מיט א פרישקייט ! מיינט אבער נישט .. צוואנציג מינוט שפעטער אודך . קאפי פעיסט ...
האלא ! די ווילסט טאנצען ..די ווילסט דעם הינדערטער ...פיין און וואויל ! נעמט אוועק פון אייער טייערע צייט און ערשיינט צום ערשטן טאנץ , אדער קום צו א שבע ברכות דארט וועט זיך יעדער פרייען צי אייך אסאך מער ! דארט וועט איר באמת דערפרייען דעם חתן וכו. פארוואס דארף יעדע טאנץ צושטערט ווערן צוויי דריי מאל פון די (שטארק פארנומענע...) בנשק"לעך ??

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פארוואס פאר א פריקן יאר האלטן די קאמפאניס כסדר אין איין טשעינדזשן זייערע מעניו'ס?
"פליז ליסטען קערפולי עז אוער מעניו אפשענס העס ריסענטלי טשעינדזשד"... קלינגט אייך קענטליך??
דעם נוסח הער איך יעדן טאג לכה"פ זעקס מאל ביי יעדן איינציגע קאמפאני וואס איך קלינג, אידישע צו גוי'אישע, קליינע ביז גרויסע..

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער געוואגטער יונגל: דו האסט אויסגעלאזט א גאר וויכטיגן חלק פון די סצענאריא וואס דו לייגסט אראפ ווען דער בנש"ק'ל מיט זיין פמליא זענען אנגעקומען צו די חתונה. נאכ'ן גראד מאכן און איבערבינדן דעם אבנט אויפ'ן גוף הקדוש האט די רעבע שליט"א זיך געלאזט אנגיסן א רביעית משקה און פארגלאצט די אויגן און אנגעהויבן וואונטשן פאר די נעקסטע 5 מינוט. ערשט נאכדעם וואס די רבי שליט"א איז שוין געווען בגילופין און געשוועבט אין די עולמות האט ער זיך גענומען טאנצן די ריקודין של מצוה און ממשיך געווען אלע השפעות טובות (פארשטייצעך צו זיך אין טאש קודם.(.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ערעב שמעקעדיג
די אמת איז אז קאמפעניס לאזן די נוסח פאר א לענגערע צייט– ביז מ’טוישט שוין די מעניו נאכאמאל
די מעגסט זיך אפלערנען פון מיר ,ביי מיר ליגט עס שוין אויפן סיסטעם א לאנגע צייט ווייל זייט E-mail קאל איך כמעט נישט קיין ארבעטער ביי פאן הער איך עס נישט ועתה אין ועתה אלא לשון תשובה האב איך עס אראפ גענומען אפילו ביסט נישט מיין קאסטעמער תודה

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:03 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
היינט געשען. איך האב געגעסען א ״סושי״ אין קאר. ס׳געווען איין גוטע קריספי שטיקעל וואס איך האב געלאזט פאר די לעצטע, כדי צו בלייבען מיט א גוטען טעם אין מויל. אין פליצלינג ווען כ׳האב כמעט גענדיגט ״טאך״ ס׳האט זיך איבערגעדרייט די גאנצע מעשה אויפען פלאר. איז זאג אייך כ׳בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגערעגט.
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
אזאנע נידריגע עלעמענטן שטעלן זיי צו דא אז מען קען שוין כמעט גיין אויף אפריקא,
לאמיר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, איך זיץ דא אין א ברוקלינע קאר סערוויס, אפגערעדט פון דעם אז ער נעמט ביטערע געלטער, רעדט און בלעבלט ווי ער זאל זיצן ביי זיך אין וואנע, אין קאר הערשט היצן ווי אין פלארידא, זיצט ער און שטאפט אויס דאס נעזל, איך האלט מיך איין פון נעמען א בילד יעצט נאר ווייל איך ווייס נישט וואס דער מאדנע פערזאן קען מיר נאך אנמאכן דא, וואס איז מיט אים? ער שעמט זיך נישט?
ער איז אבסעסירט מיט זיין נאז זיך מאכנדיג א גוטן אויסרייניגונג דא מיט אלע פינגער, איך קען נישט אויסהאלטן דאס, ער גרוילט מיך.
איך הער יעצט אויף שרייבן פארן טובת הכלל.

מ'מאכט זאכן מעגליך.