אונזערע מלמדים (פאעזיע)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אונזערע מלמדים (פאעזיע)

שליחה דורך שמעקעדיג »

גיין אין חדר
לערנען די הייליגע תורה
זאגט מיר די מאמע
די תורה איז דיין לעבן
דאס איז דיין תכלית החיים
דאס וועט דיר מאכן גליקליך
בזה ובבא

א גוטן טאג מאמע,
זאג איך מיט געוויין
ארויס פנעם קאמפארט זאון,
ארויף אויפן פרעמדן באס
איך קום אן אין דעם נייעם וועלט, 'חדר'
זיצן שוין דארטן ווילדע חיות
מיט אויסגעשארפטע ציינער
גרייט צו פארציקן (מחנך זיין בלע"ז)
יעדעס קינד וואס קומט אריין.
זיי רופן זיך: "מלמדים"

איך גיי אריין אין קלאס
נאך גאר יונג, אומערפארן,
איך ווייס נאך נישט גענוי
ווי אזוי מען ביהעיווט

דער מלמד נעמט דעם שטעקן
און גיט א גוטן קלאפ
עס גייט א רויך
עס דערהערט זיך א יונג געוויין
דאן נאך א קינד און נאכאיינס
על אלה אני בוכיה
טאג נאך טאג נאכאנאנד
עס ווערט א נייער רוטין
דער שטעקן איז א ערזאץ
פאר די מאמעס ליבליכע קוש

מען וואקסט אונטער א יאר נאך א יאר
דער חדר א טעראר אנשטאלט
ווי עלטער, אלס ערגער
מלמדים ווי פשוט'ע רוצחים
איזדיעקעווען זיך איבער מיר
מיט ברוטאלע מיטלען

איינער דרוקט די פינגער
און זאגט אז דאס איז געזאלין
די קינדער טאנצן ביזן דאך
און שרייען פון ווייטאג
אבער דער מלמד, הוא בשלו
ער האט א 5 מינוט מינימום

דער אנדערער מלמד האט
א שטעקן פון א קינדער בעטל
ארומגענומען מיט ציפעדיגע טעיפ
און טיילט פאר יעדער עבירה'לע
לכה"פ 50 קנאקעדיגע שמוץ
די אונגארישע רופן עס שלעק

דער נעקסטער מלמד האט
א אויסגעריבענעם דיקן קאנטשיק
וואס פון יעדן שמוץ דערפון
שרייט מען מיט יללות

דער מלמד זאגט שטרענג
האסט נישט געקענט ביים פארהער
ס'קומט זיך דיר 75 שטיק
גלייב מיר עס טוט מיר מער וויי

שטרעק אויס דיין האנט
יעצט די אנדערע
אבער מיין האנט איז שוין געשוואלן רויט
ניטעמאל שפיר איך דעם הילכיגן קנאק!
די האנט איז קאכעדיג הייס
רויט ווי א פייער

אבער דער מלמד גיט נישט אויף
ער טייטשט 'שמאל דוחה וימין מקרבת'
אויסשטרעקן איין האנט נאכן צווייטן
ימין ושמאל תפרוצי

דער אנדערער מלמד זאגט
לייג זיך איבער
זיי מקבל באהבה
די מלקות ארבעים
אנדערע פירן זיך גאר
צוצובינדן מיט א שטריק
אזוי ווי יצחק עולה תמימה
מ'קען כארכלען ווי א אקס
שטויסן מיט די פוס
אבער אן ערפאלג

דער נעקסטער מלמד
הייסט איבערדרייען די האנט
פון אויבן אויף אראפ
כדי צו האקן אויף די האקעלע ביינער

יוסיף דעת יוסיף מכאוב
ווי עלטער, אלס ערגערע שטראף מיטלען
נאר דער טייוול אליינס
קען דאס אויסטראכטן
האקן אויף די שפיץ פינגער
אזש מען שפירט נישט די נעגל

אזוי לעבט מען אין טעראר
יעדע שעה א מינימום פון 3 קרבנות
קיינער ווייסט נישט ווער איז נעקסט
און ווי קליין די עבירה דארף זיין
אמאל איז עס בלויז פאר וועלן גיין אין טוילעט
און אמאל אויב מען האט זיך צופעליג פארקלאצט
ווייל דער מלמד אליין פארקלאצט זיך קיינמאל נישט
כאטש ביים שיעור שבת דרימלט ער שטענדיג
היפאקריט וואס דו ביסט
איז דער יונג קינד עפעס מער מלאך ווי דיר?

פלוצים די טיר עפנט זיך אויף
א מלמד פון די אנדערע כיתה
שפאצירט אריין מיט א תלמיד
ער רופט אויס הויך
דער אינגל האט רח"ל געזאגט ליגנט
און אלס עונש האב איך גע'פסק'נט
ער וועט ארומגיין אין יעדן חדר
זיך איבערלייגן בפני כל קהל עם ועדה
און זיך לאזן שמייסן
די בושות זאלן ברענען א גאנץ לעבן

חרוב ונחרב זאל ער ווערן
אבער וויסן זאל ער
אז שקר איז אסור מדאורייתא
למען ישמעו וייראו ולא יזידון עוד
כולי האי ואולי
וועט ער בלייבן א ערליכער איד

דער אינגל האט קיין 2 ברירות נישט
ער לייגט זיך אונטער בהכנעה
און וויינט און שרייט כקול קורא במדבר
אז ס'נעמט איבער יעדנ'ס הארץ

פאר 'זיין טובה' מוז ער כאפן
מכות נמרצות אן א גבול
אז ער זאל נישט קענען זיך אראפזעצן
פאר די נעקסטע 2 חדשים


ווער רעדט נאך פון קעמפ
ווי מען טוט זיך אויף
אז מען מענעדזשט אזויפיל
טויזענטער קינדערלעך כ"י
אבער פאר יעדע קלייניגקייט
רופט מען ארויף אויבן אן
אויפן בימת הכבוד
און מען טוט אן אזא מאדנע טעלער
אז יעדער זאל אים אויסלאכן

משה'לע האט באנעצט ביינאכט אין בעט
אזא עוולה האט מען שוין לאנג נישט געהערט
מען שטעלט אים אויף אין דער הייך
מיט א מאדנעם טעלער אויפן קאפ
און מען רופט אויס הויך
ככה יעשה לאיש
וואס מאכט נאך נאס אין בעט!

משה'לע האפט נעבעך אז די ערד
אונטער אים עפנט זיך אויף
ער וויל ווערן איינגעשלינגען
די בושות איז נישט אויסצוהאלטן
די פנים ווערט אים אלע קאלירן
ער ווייסט נישט צי ער זאל קוקן
אויף די ערד צי אויפן דאך

יאנקעלע גייט אריין אין קאך
ער האט נישט באקומען היינט
קיין אייער שפייז פונעם סארווער
וואס דארפסטו? פרעגט אים דער מנהל
אביסעלע אייער, ענטפערט ער, כ'בין הונגעריג!
בום! א פאטש! די ליידיגע טעלער פליט
ארויס פון זיין האנט אראפ אויפן פלאר
די פנים איז רויט
די רעכטע זייט פונעם פאטש
די לינקע פון די בושה
עס איז שטרענג פארבאטן
פאר קינדער אריין אין קאך!
ארויס פון קאך גייט ער
כאבל וחפוי ראש
הונגעריג גייט ער אין חדר
און גרייט זיך מקבל צו זיין
נאך עונשים שפעטער
על כל עבירה שלא תבא


כהנה וכהנה הוסיפו בני עוולה
פרובירט אריינצופלאנצן
מיט דער געוואלד, מיט בייזן
אהבת התורה ואהבת הבורא
כופין אותו עד שיאמר רוצה אני
כאילו עס ארבעט אויף דעם אופן

די קינדער האבן יעדן טאג
פרובירט שפילן ווי מ'איז קראנק
געוויינט מיט זודיגע טרערן
יעדע וואך בעפאר דעם פארהער,
אבער די טאטעס האבן זיך
קאטעגאריש אנטקעגנגעשטעלט
און אפגעשיקט די קינדער אין חדר
מיט דער געוואלד

כ'האב געכאפט ביי ואני
און נאכאמאל ביי משפטים
און אויך אלע וואכן אינדערצווישן
גענוי ווי אונזערע זיידעס אין געטא
געציטערט פאר די קומענדיגע אטאקע


על משכבי בלילות, עס וואונדערט מיר ביינאכט
איז דאס די זיסע תורה
פון וואס מיין מאמע האט גערעדט?
די יסורי איוב
וואס מיר לעבן מיט טעגליך
הזאת נעמי?

דער מלמד טוט אונז פארענטפערן
קינדער, איר פארשטייט נאך נישט
איר זענט נאך צו יונג
עס וועט נאך קומען א צייט
ווען עטץ וועטס דאנקבאר זיין
פאר יעדן פאטש
חושך שבטו שונא בנו
'איר וועט גאר האבן פאראיבל
הלמאי מען האט נישט געכאפט נאך...'

איר וועט עלטער ווערן
איר וועט זעהן די טובה
פון יעדן פעטשל
פון יעדן עונש
אוי וועט איר דעמאלס דאנקען
אודך מלמד אשר אנפת בי

פעסט פארווערד
עס איז שוין היינט
קנאפע 30 יאר שפעטער
איך קען קוים ווארטן
צו טרעפן מיינע מלמדים
און זיי "באדאנקען"
מי יתן לי מלמד ואנשכנו כחמור
איך וואלט זיי צעריסן לעבעדיגערהייט
זיי האבן חרוב געמאכט מיין לעבן
פאר'מיאוס'ט דאס אידישקייט
א שאנדע פאר א חסיד'ישן מלמד
אלע מדות רעות זיך ביי זיי געלערנט
כעס, נקמה, אכזריות, רשעות

* *

קומט ארויף דאס קינד
צום בי"ד של מעלה
און מען זעהט
ער האט נעבעך א מיאוס פעקל
קומט דער מלאך של רחמים
און טענה'ט, גיב א קוק
וואספארא שוידערליכע חינוך
דער האט נעבעך באקומען

בית דין טראכט נישט קיין צוויי
נאר פסק'ענט תיכף אפ
נאך אזא איבערלעבעניש
יסורים שונים ומשונים
גלייך אריין אין גן עדן
אבער בעפאר דעם
קענסטו גיין א בליק טאן
ווי דיין מלמד וואלגערט זיך
אינעם הייסן גיהנם ער בראט
מ'גיט אים אביסעלע צו שפירן
וואס ער האט געטון פאר זיינע תלמידים

דער תלמיד שעפט נחת
און דערקוויקט זיך פון נצחון
דער מלמד דערזעהט אים
צאפעלדיגערהייט שטאמלט ארויס
משה'לע, וואס טוסטו דא?
מאין באת ולאן אתה הולך?

משה'לע ענטפערט
איך גיי אצינד אריין אין גן עדן
הגיע הזמן, יעצט איז געקומען די צייט
עס ווערט מקויים דיין הבטחה
אז איך וועל זיך נאך אמאל באדאנקען
אויף די אלע יסורים און עגמת נפש

דער מלמד קוקט צו מיט קנאה
און טענה'ט ס'איז נישט יושר
שלא יהא הוא בגיהנם
ותלמידיו בגן עדן
ביטע פרעג דעם מלאך
צי מען קען עפעס טון
אביסעלע פראטעקציע
וועט נישט שאטן

משה'לע פרעגט דעם מלאך
מיין ווייך הארץ קען נישט
צוקוקן די שרעקליכע עונשים
נעם אים ארויס, אפשר דאך

דער מלאך קוקט צום מלמד
און ענטפערט שטרענג
דו רוצח, שלעכטער מענטש
דו שעמסט זיך נישט צו בעטן
אבער איין ברירה איז דא
עפר אתה תחת כפות רגליו
דו קענסט משמש זיין משה'לע
און צוקוקן ווי ער איז זיך
מתענג על ה' מיט די שכינה הק'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שמעקעדיק געוואלדיק שיין און טרויערדיק פונקט גוט פאר תשעה באב. אילו זכינו וואלטן מיר אריינגעדריקט אייער ליד אינעם קינות'ל נאך אלי ציון און נאך ר' מיכאל בער'ס פזמון איבער די נאציס און אלע מבן שלשים ולמעלה זאגן אינאיינעם פסוק בפסוק.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

בן תמליון האט געשריבן:שמעקעדיק געוואלדיק שיין און טרויערדיק פונקט גוט פאר תשעה באב. אילו זכינו וואלטן מיר אריינגעדריקט אייער ליד אינעם קינות'ל נאך אלי ציון און נאך ר' מיכאל בער'ס פזמון איבער די נאציס און אלע מבן שלשים ולמעלה זאגן אינאיינעם פסוק בפסוק.


... און די מלמדים שפאצירן ארויס ווי ביי יזכור! אשפג.

די פאעזיע אליין אידעך געוואלדיג! 'שטייטזיך אריבער די מציאות מיט א שמוץ, אבער וואס אידען דא צו ערווארטן פון א צושמיסענע רחמנות'ל... דיין מלמד האט שוין זיכער פאראויס געזאגט אז פון דיר 'עט גארנישט ווערן!!!
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך zamel »

יא געוויסע מלמדים וואל איך נאך היינט צופראסקעט אויפן גאס ווען איך שעם זיך נישט, אבער נאך אלץ איז געווען מלמדים וואס האבן פארשטאנען א קינד און אפילו זיי האבן יא געשלאגן איז עס געווען מיט רחמנות, און אפילו די מלמדים וואס האבן מיך געשלאגן ווען עס איז מיך נישט געקומען האב איך אויך נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל א מענטש מעג מאכן א טעות, אבער די יעניגע וואס האבן אזוי הנאה געהאט ווען איך בין געטאנצען פאר ווייטאג און זיך געשאקלט פאר שרעק, און זענען געווען ביזי אז זיי מיינען דעם אייבערשטען, זיי זענען עתיד........

און פרוביר מיך נישט מאכן טראכטן פון דעם מלמד וואס האט מיך געשלאגן און גערודפ'ט ווייל איך בין נישט געווען אין די זעלבע פארטיי ווי אים, ווי קאמיש עס וועט זיין נאך צו זאגן ווי איינמאל האט ער מיר גערופען אויף א שפאציר, אינמיטען וועג הייבט ער מיך אן צו פרעגן פארוואס איך האלט אזוי שטארק פון מיין פארטיי? און האט מיך אנגעהויבן פרעגן אויף מענטשן מיט נעמען, זענען זיי טאקע אזוי שלעכט, בקיצור געווען א קינד און איך האב אים געענטפערט מיט באק ציינער אויף יעדן מענטש, עס האט אים זייער נישט געשמעקט צו הערן מיינע ענטפערס אבער ער האט מיך גארנישט געטוען, ויהי ממחרת און חדר האט זיך געמאכט עפעס א געדראטשקע וואס האט גארנישט געהאט מיט מיר, אבער דא האט ער געטראפן ווי צו נקמה נעמען אין מיר, און פארשטייט זיך אז איך האב געכאפט יאמערליכע קלעפ.

די מעשה האט נאך א המשך,

פארשטייט זיך אז אזוי ווי איך בין געקומען צו מיר האב איך אנגעהויבן זינגען אז ער האט מיך געשלאגן וועגן פארטיי אישוס, און פארשטייט זיך אז אלע אנדערע קינדער וואס זענען געווען אויף מיין זייט פארטיי האבן מיך צוגעהאלפן, בקיצור עס האט געברענט פולווער, עס איז אדורך צוויי טאג האט ער זיך אנגעכאפט אויף א אינגל פון זיין פארטיי און האט אים צו'מזיק'ט די ביינער, און א טאג צוויי דערנאך האט ער זיך אויסגעדריקט עטץ זעטס איך שלאג קיינמאל נישט פאר פארטייאישע אישוס.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

עטס זענטס קנדער וועה מיין רבי האט מיר געשלאגן וואס גייט פאר מיט ענק!!! גרוי אפ אזוי איז עס יעדער האט געכאפט פעטש. און קינדער דארפן כאפן פעטש א נישט וואקסן זיי אויף ווי פרא אדמים!!!
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

zurich האט געשריבן:עטס זענטס קנדער וועה מיין רבי האט מיר געשלאגן וואס גייט פאר מיט ענק!!! גרוי אפ אזוי איז עס יעדער האט געכאפט פעטש. און קינדער דארפן כאפן פעטש א נישט וואקסן זיי אויף ווי פרא אדמים!!!



דיין רבי האט דיך אזוי שטארק געדעמעדזשט אז ער האט דיך נאך איינגערעדט אז ער איז געווען גערעכט!

איך ווארט נאך אויף די געלעגנהייט צוצוגיין צו איין מלמד און פרעגן ווי גוט ער שפירט זיך נאכדעם וואס איך טראג א שנאה אויף אים שוין 20 יאר

אן אנדערער מלמד האט מיך איבערגעבעטן. ער האט נישט פרובירט צו זיין גערעכט
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דבילה האט געשריבן:די פאעזיע אליין אידעך געוואלדיג! 'שטייטזיך אריבער די מציאות מיט א שמוץ


ליידער מוז איך זאגן אז ס'איז שוין גארנישט מיט א שמוץ אריבער. כ'האב נאכנישט געשריבן אפילו 5 פראצענט. איך וואלט געקענט ארויסגעבן 3 חלקים דיקע בוכער. און א דאנק פארן קאמפלימענט.

zurich האט געשריבן:עטס זענטס קנדער וועה מיין רבי האט מיר געשלאגן וואס גייט פאר מיט ענק!!! גרוי אפ אזוי איז עס יעדער האט געכאפט פעטש. און קינדער דארפן כאפן פעטש א נישט וואקסן זיי אויף ווי פרא אדמים!!!


מר. ציריך, וואויל איז דיר אז דו קענסט אזוי רעדן, מסתמא ביי אייך אין שווייץ זענען פאראן אנדערע סארט מלמדים וואס האבן נאר געשלאגן טאקע וויפיל מען ברויך, קיינער זאגט נישט אז קינדער דארפן נישט קיין פעטש. אבער אונזערע מלמדים דא אין יארק זענען געווען אויף אזא עקסטרעים, אז דו קענסט זיך נישט פארשטעלן.

איך האב נישט געעפנט דעם אשכול אויסצושמועסן עיניני חינוך, אבער בקיצור נמרץ: עס איז פאראן אסאך מיני עבירות פון קינדער, רובם בשוגג, און אסאך זענען מעשה ילדות אדער מעשה נערות, און נישט אויף יעדע זאך קומט זיך 100 שמוץ.
פונקט ווי דו פארשטייסט (איך האף אזוי) אז נישט פאר יעדע קליינע פארברעכן איז פאסיג 30 יאר תפיסה, ווייל נאכדעם בלייבט נאר איבער פאר די ערנסטע פארברעכער 150 מאל לעבנסלענגליכע טורמע, א חוכא וטלולא, נאר יעדע עבירה האט זיך זיין פאסיגן עונש, אט אזוי איז שייך ביי חינוך. מען קען נישט פאר יעדע ווארט וואס א קינד האט געזאגט אינמיטן פארלערנען אדער נישט קענען ביים פארהער געבן 100 שמוץ.

אקעי, פארפארט נישט אין חינוך אריין. פאקט אויס וואס איר זענט אדורך מיט אייערע מלמדים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

איך דערמאן זיך ביי דע 12 יאר האב איך געהאט ציטיען מיט א צווייט יונגל. נאכן אויספארשטן האט ער מיר מיטן אנדערן יונגל געגעבן 250 פעטש מיט א קאנטשיק
איך גדענקט 3 חדשים שפעטער האט עס מיר נאך וויי געטיען
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

קליינע רעבעלע האט געשריבן:איך דערמאן זיך ביי דע 12 יאר האב איך געהאט ציטיען מיט א צווייט יונגל. נאכן אויספארשטן האט ער מיר מיטן אנדערן יונגל געגעבן 250 פעטש מיט א קאנטשיק
איך גדענקט 3 חדשים שפעטער האט עס מיר נאך וויי געטיען

250 פעטש? רחמנא לצלן... וואס האסטו שוין געטון אזוי ביטער?
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

וואס אימער איך האב נאר געטיען קימט זיך נישט פאר אימוויסענד קינד 250 פעטש
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

שמעקעדיג, ביסט אזוי ביטער גערעכט. די רשעות פון שלאגן קינדער, און נאך געווענליך אויף נארישקייטן אדער זאכן וואס פארלאנגען טויזנט מאל ענדערש א גוט ווארט, אביסל חיזוק, אדער העכסטנס א לעקציע און א פארציע מוסר, און וואלטן טויזנט מאל בעסער אויפגעטון ווי די מאמענטאלע, פיזישע, דערנידערנדיגע פעטש. הערליך ארויסגעברענגט (ליפא וואלט דיך געמעגט ניצן פאר זיין אנטי-פעטש ניגון) און איי טאטעלי פיעל יור פעין.

איך פערזענליך האב אויך צומאל געכאפט, און טאקע גוטע מכות, און אפילו שלא ביושר, אבער למעשה האב איך קיין טראפ טענות נישט. איך קוק אן יענעם מלמד ווי א גרויסע רחמנות , ווי א קליין קינד וואס האט נאך די הנאה צו געוועלטיגן אויף אן אנדערן, אפילו דער יעניגער איז א פיצל קינד, און איך פארשטיי אז אין א געוויסן זין איז ער א שטיקל שוגג ווייל ער האט מסתמא ניטאמאל באגריפן וואס ער טוט. אויב ער פארשטייט ווען א פיצל וואס א קינד איז, וואלט דען מעגליך געווען ער זאל קענען האקן און שלאגן די קליינע הענטעלעך און פינגערלעך? איך באטראכט עס ווי א רוצחישע אקט, אבער וואס איז געטון געווארן פון א שוטה. פשוט א פרימיטיווער מענטש, וואס האט זיך איינגערעדט ער ווייסט וואס חינוך מיינט און דערווייל האט אים זיין כעסיגער אינסטינקט קאנטראלירט 80 פראצענט פון די מאל וואס ער האט געשלאגן.

בכלל האב איך א פאליסי אז איך קוק אויף פאראויס און נישט אויף צוריק, אויסער אויב עס קען מיר עפעס העלפן. איך קוק אויף צוריק זיך צו לערנען לעקציעס אויפ'ן עתיד, אבער צו זיין דערביטערט און זיך ארומדרייען שעלטן און אנגעווייטאגט, טוט דאך למעשה נאר מיר אליין אפּטון נאך מער. דאס הייסט אין א געוויזן זין בין איך נאך אונטער יענעמ'ס רושם. נו, האלט איך נישט דערביי. איך וויל ענדערש שפירן אז איך בין גענצליך ארויס פון אונטער זיינע הענט, גייסטיש און פיזיש.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

יא מדארף קיקען אויף דו פיוטשער
וויאזוי קענסטי שיקען דיין קליין קינד אין חדר וויסענדיג אז סיין מלמד קען אים געבען 250 שלעק מוט א קאנטשיג?

איך פערדיקט אז סגייט זיך אנהייבען יונגלעך ואס זאלען ארעסטען זייערע מלמדים פארען שלאגען אזוי וי אויף מאלעסטען
דעמאלס ועט זיך עס אפשר אפשטעלען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ער האט שוין נישט געזעהן זיין כתה ט' רבי פאר איבער פופצן יאר, יא דער כתה ט' רבי וואס האט אויס געפאקט אלע זיינע שלום בית פראבלעמען אויף קינדער פון זיין קלאס, וואס ער מ'כלומר'שט געדארפט מחנך זיין משך פון צען חדשים... א אכזר, וואס האט ליב געהאט צו שפילן מיט די מוחות מיט א רציחה שאין כדוגמתו, פארשעמען קינדער אויף די ארגסטע אופנים מעגליך, ממש זיי אראפשלעפן ביז זיי מאכן שפירן אז זיי זענען א גארנישט שבגארנישט, אלעס אונטערן נאמען פון 'חינוך'.

דרייווט מרדכי יחזקאל זיין קאר, היינט איז ער שוין א שיינע בעל פרנסה, א שטוב מיט עטליכע קינדער, פלוצלונג שלא בעונתה, צום ערשטן מאל נאך פופצן יאר דערזעהט ער זיין דעמאלסדיגע כתה ט' מלמד, ער זוכט א היטש... ער טראכט ביי זיך, יא געבן נישט געבן, די שנאה וואס ער האט באקומען צו דעם מלמד האט זיך נישט אפגעטוהן פון איהם אפילו נאך אזא לאנגע צייט.

יא, קום אריין, ווי דארפסטו גיין?... דער מלמד האט איהם נישט דערקענט, דער מלמד זעצט זיך אריין אין דער קאר, מרדכי יחזקאל פאהרט און פאהרט, הייסן הייסט דאס אז מ'פאהרט פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, אבער אונזער מלמד הייבט אן ווערן נערוועז, די גאסן איז עפעס נישט קענטליך, ווי פארסטו? פרעגט דער מלמד, מרדכי יחזקאל מיט גרויס דרך ארץ ענפערט צוריק, איך נעם די גאסן...

ענדליך גיט זיך דער קאר א שטעל אפ, און מרדכי יחזקאל זאגט פאר דעם מלמד, מ'דארף ארויס פון דער קאר, עפעס טויג נישט, ביידע גייען אזוי ארויס פון דער קאר, ווי נאר דער מלמד איז ארויס און צוגעקלאפט דעם טיר, גיט מרדכי יחזקאל זיך צוריק א שנעלע זעץ אריין אין די קאר, פארהאקט די שלעסער, מאכט אויף די פענסטער אביסל, און גיט א שריי צום מלמד: "דו האסט מיר געגעבען, ווייל אין דער עתיד וועל איך דאס געדענקען און זיין דאנקבאר דערפאר, יעצט גיב איך דיר עפעס זאלסט געדענקען"... דער מלמד הייבט זיך אן צו בעטן, אבער מרדכי יחזקאל לאכט איהם אין פנים, און טראגט אפ, לאזט איבער דעם מלמד שטיין מיט הוט און רעקל ערגעץ-ווי אין א גוטע שחורים שבשחורים געגענט, וואס פאר איהם זעהט דאס אויס ווי ער איז ערגעץ-ווי אויף די ארץ המערב, אויף די אנדערע זייט פון די הרי אררט, אן קיין סעלפאון, אן וויסענדיג ווי אזוי דאס פלאץ הייסט אפילו.

כ'ווייס ווער דער מרדכי יחזקאל איז, כ'ווייס ווער דער מלמד איז, ס'דארף נאר נעמען איינער מיט גאטס, וואס ווען דער מלמד וואלט עס געמיינט ערנסט, לשם טובת החינוך החרשתי, אבער היות דעם אמת קען מען נישט באהאלטן, איך בין נישט במקום דיין ווייב אויף וועמען דו זאלסט דיך אויסגעבן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג הערליך שיין, כ'מיין אויך אז סאיז אביסל איבערגעטריבען, כ'האב געלערנט אויך אלע יארען אין חדר און סך הכל געהאט איין רבי וואס מ'קען אפשר אנרופען רוצח.
ב"ה מיינע קינדער לערנען אין א חדר וואס אז א מלמד וויל שלאגען דארף ער רשות פונעם מנהל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צום דריטן מאל. קיין איינע פון די זאכן איז נישט איבערגעטריבן!!!
אפשר דאס פארקערטע.

אז כ'וועל האבן נאך צייט, וועל איך שרייבן נאך זאכן וואס בעיני ראיתי, באזני שמעתי, אדער גאר בכבודי ובעצמי, גווי נתתי למכים.
און אפשר מפרסם זיין נעמען, לקיים "והוקע אותם נגד השמש".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

איך מיז אויך מודה זיין אז איך האב געהאט גיטע מלמדים אויך וואס איך בין זיי אמת'דיג מכיר טובה זיי האבען נאר געמיינט מיין גיטס נישט צי הייסען דער בעסטער מלמד
אויף זיי זאגט דער פסוק והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע, ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד ווי דע גמרא דרשה'ענט אז גייט ארויף מלמדי תנוקת
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך כאפצעם »

איך דערמאן מיך יעצט אין חדר ווען א אינגל (פין גע'גט'ע עלטערן) האט ארום געשאסן סטינק באמס (אזא פורים שטיק וואס מאכט די גאנצע רום האבן א אזא נישט גוטע שמעק), איך געדענק נאך ווי היינט.... מען האט איהם ארויפגערופן פאר הודו ביי שחרית, בעפאר די גאנצע חדר הונדערט בחורים... 

דער מנהל האט ארויסגעצויגען זיין פאסיק מיט כעס... און ער האט איהם אנגעהויבן צו שלאגען אויפן הענט.... 

נאך צוואנציג רציחה'דיגע פעטש האט דער בחור אנגעהויבן צו טאנצן פאר יסורים, און זיך גענומען וויינען הויעך... 

ווען איך זאג ער האט געטאנצן פאר יסורים מיין איך עס בלי גוזמא... ער האט געטאנצן פאר יסורים, די פלאר האט זיך געשאקעלט!!!

און ער האט זיך געבעטן מיט טרערן אין די אויגן פאר דעם מנהל זאל אויפהערן שלאגן... און ער זאגט צו ער וועט עס מער נישט טוען... 

מיט יאמערליכע קולות געשטיקט פין טרערן האט ער געשריגן, איך וועל עס מער נישט טוען..!!!! 

אבער אין קול ואין עונה.... דער מנהל האט פארגעזעצט מיט נאך 19 מערדערליכע קלעפ, אנצוקומען צום נומבער פון מלקות 39!!!!! 

אין פאגעסט נישט דאס איז געוועהן אין פראנט פין הינדרעט בחורים.... די בשות וואס ער האט געהאט..!!! 

אין עטס זאגסט מיר וואפארע אפעקט האו דען אזא מין חינוך סיסטעם.....!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אווטש!! האסט מיר געמאכט מיטוויינן מיט דעם נעבכדיגע אינגל.

למעשה אזווי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן וועט זיך די סארט רציחות אויפהערן (דארט ווי עס האט זיך נאכנישט אויפגעהערט, איך מיין אז אין רוב מוסדות גייט שוין נישט פאר אזאנס עכ"פ נישט מיט אזא לעוועל פון רציחה) נאר ווען איין אזא געליטענע יונגעל וועט גיין מסר'ן זיין רבי צו מנהל וועסט זעהן אז איבערנאכט וועלן זיי אלע ווערן וואוילע צדיקים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

האסט פארגעסען צוצוענדיגען די מעשה אז די יונגעל היט היינט נישט קיין שבת.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

יא סאיז געווען רציחהדיגע פעטש ביי עטלעכע מלמדים מיט א סאדיסטישקייט מיט קאנטשיגס און אסאך מאל איבער 100 פייערדיגע שמיצען
אבער סאיז נישט אזוי ווייט דע פעטש ווי די דענידערונג אין פראנט פין די גאנצע קלאס ואס האבען געזען ווי די יונגעל ווארפט זיך שרייט אין וויינט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך כאפצעם »

געפילטע פיש האט געשריבן:האסט פארגעסען צוצוענדיגען די מעשה אז די יונגעל היט היינט נישט קיין שבת.


ניין גראדע היט ער יא שבת...

אבער אן אנדערע חבר מיינע וואס פלעגט זייער אפט כאפן רצוחדיגע פעטש פין די זעלבע מנהל...
אין.... ער איז שוין געוועהן אויף דראגס!!!

קרעדיט: מיין מנהל
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

טייערע חברים, עס רינט טרערן פון די אויגן צו ליינען די אלע פיינפולע זכרונות - יעדער איינער קען זאגן מבשרי אחזה! אפי' א וואוילער אינגל, געדענקט אויך אבער ווי מען האט צאם געריסן פאר גארנישט אן אנדערע שלעכטע יונגל, ולפעמים האט דער מלמד נאך מתיר געווען הרצועה, און געגעבן גערעכט פאר אנדערע אינגלעך "קנאים" צו דערגיין פאר דעם "רשע" די יארן - אבער וואס טוען מיר דערצו אז אונזערע קינדער זאלן אויסזעהן בעסער און דער קומענדיגער דור זאל זיין בעסער? מיט באשולדיגן די מלמדים איז נאכנישט פאריבער די גזירה פון שלעכטע אין נערוועזע עלטערן.

די עצה איז, הערט אויס חינוך שיעורים! אפי' פון "פרעמדע" קרייזן, {יא אפי' ציונים ל"ע ול"ע} יעדעס שיעור פון א נארמאלען מחנך, {וואס הייסט נארמאל איז א סוגיא פאר זיך} טוט אויף א געוואלד און קען ראטעווען דיין קינד, דו זאלסט אים נישט פארצוקן בשעת כעסך, און אויך אים צו דערהייבן איבער זיין שלעכטען נערוועזן שלום בית געליטענער און סאדיסטישער מלמד.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כ'וועל אייך זאגן וואס איך טראכט, עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אויב וואלט דער יעניגר מנהל געלעבט ביים קריג וואלטן די נאציס ימ"ש עם געשטעלט פאר א קאפאו אט אזעלכע בעלי רציחישע מידות האבן זיי געזיכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איך אויך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט