אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט דערמאנט פריער, אבער אין אלע 3 היימישע צייטונגען איז עס געווען אויף די העדליין אז פאנאוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז הרבי מסאטמר צדק אין א אינטערוויא ווי ער האט זייער קלאר געזאגט אז מע וואלט קיינמאל נישט געמעגט נעמען געלט פון די מדינה און אזוי וואלט מען נישט געהאט די יעצטיגע פראבלעמען מיט זיי.
פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט. אפי׳ אויב זייי וואלטן נישט געארבעט אריינציריקן די ישיבה לייט אין מיליטער וואלט די רבי נאך אלץ געווען גערעכט, אבער אינטערעסאנט אלץ א נייעס איז עס יא, אבער נישט אזא אויפגעבלאזענע ווי די צייטונגען האבן עס געמאכט.
וואס זאגן די אנדערע וואס האלטן נאך ווייטער ביים נעמען געלט?
און זענען געווען נאך אנדערע וואס האבן די זעלבע געזאגט אין די פארגאנגענהייט?
סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2999 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
דער אשכול פארמאגט 24 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן