gehlungen האט געשריבן:Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין נקודה. כדי קלאר צו מאכן לאמיך דיך פרעגן: איז דא א שטאפל פון סכנה וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג מעג זיך אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי שטארק די סכנה איז טאר זיך די רעגירונג נישט אריינמישן ווייל עס איז רעליגיע?
די ריכטיגע פראגע איז א צווייטע: איז דא א שטאפעל פון אידישקייט וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי ווייט עס רירט אן די יסודות פון אידישקייט מעג זיך די רעגירונג אריינמישן ווייל לויט זיי איז עס נישט אויסגעהאלטן.
צו זיי מעגן? לויט וועמען? לויטן שולחן ערוך? לויטן - להבדיל - די קאנסטיטוציע?
גאלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה", אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען, אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,
ווען זיי זאגן ווען דיעות וויאזוי צו שאקלן לולב וואלט טאקע געווען א וויי געשריי. אבער ווען זיי זאגן אז ווער עס וויל שאקלן לולב אויף א געוויסן אופן מוז אונטערשרייבן א צעטל, וואלט אויך געווען א וויי געשריי? זיי זאגן אונז נישט וויאזוי צו מאכן מילה, זיי זאגן אונז: דו ווילסט עס מאכן אויף א געוויסע אופן? קיין פראבלעם. אבער בעפאר דו טוסט עס, שרייב ביטע אינטער אז דו נעמסט אחריות אויף די קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.
אבער נאך ווי עס וואלט געווען א ווייגעשריי, אויב די רעגירונג קען מיר קומען זאגן אז לויט זיי איז דא קאנצעקווענצן צו פראקטיצירן א הייליגע רעליגיעזע פראקטיצירונג, ווי ווייט זעמיר עס צו פארבאטן אינגאנצן,
ווי ווייט? כרחוק מזרח ממערב. זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן אויף זיך וואשן צום עסן אן זייף. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן נטילת ידים אינעם צוקונפט? זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן אויף אריינברענגן פירות פון אינדרויסן און דערפאר דארפן זיי דורכקוקן אלע אתרוגים וואס קומען אריין. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן אריינברענגן אתרוגים אינעם צוקונפט? זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן פון גיין אנגעטון טינקעלע בגדים אינטערן זון. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן צו גיין מיטן חסידישן מלבוש אינםע נאנטען צוקונפט? לאמיר קוקן אויף די פעלער ווי זיי פארלאנגן פון א מענטש צו אונטערשרייבן. זיי פארלאנגן מען זאל אונטערשרייבן פאר מ'גייט אינטערן שנייד-מעסער אין שפיטאל. צו גייען זיי פארבאטן אפאראציעס? זיי פארלאנגן מ'זאל אונטערשרייבן ווען מ'גייט אויף סכנה'דיגע ריידס. צו גייען זיי פארבאטן אמיוזמענט פארקס? צו פארבאטן פארלאנגט זיך א סיטואציע ווי עס זאל זיין אוממעגליך זיך צו באהיטן פון דעם פראבלעם (לדוגמא, אז מוהלים זאלן זיך נישט קענען אויסטשעקן פאר הערפיס, אדער אז מוהלים זאלן נישט קענען זיך דיסאינפעקטן), א סיטואציע וואס גייט קיינמאל נישט געשען פשוט ווייל מ'קען זיך יא באהיטן פונעם פראבלעם.
דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,
גאלד האט געשריבן:דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,
פרוכט קענען פארשפרייטן קרענק צו אנדערע מענטשן. עלטערן קענען אונטערשרייבן אפאראציעס פון פיצלעך קינדער. ס'זעט נישט אויס אז זיי גייען זיך שטעלן דערויף עני טיים סון.
נאך א דוגמא: אויב וויל מען באקומען א טאטו אונטער 18 יאר מוז מען אין אסאך סטעיטס לעגאל - מטעם די רעגירונג - האבן א געשריבענע הסכמה פון די עלטערן. אין אנדערע סטעיטס, ניו יארק בתוכם, טאר מען נישט אפילו מיט די עלטערן'ס הסכמה.
גאלד האט געשריבן: אפעראציעס איז אינגאנצן אן אנדערן קאנצעפט, קומט אינגאנצן נישט אריין דא, ס'איז נישט מטעם די רעגירונג, ס'איז מטעם די מעל-פרעקטיס אינשורענס, אז מ'זאל נישט קענען סוען אין באבנס באבן אריין אויב זאל זיך מאכן א "טעות", אדער א אומגעווינטשענע רעזולטאט,
און וואס זאגט דיר אז א מאמע גייט נישט אדער קען נישט איין טאג קלאגן דעם מוהל אין זיידע'נס זיידע'ן?
די יסוד פון טארט לאו איז אז ס'ברויך הערשן אן אחריות, אן אחריות צו טוהן דאס מערסטע וואס מ'קען צו פארמינערן שאדן, און אן אחריות צו אויפקלערן דעם פאציענט אין וואס ער/זח לאזט זיך אריין כדי ער/זי זאל שענקן דערויף זיין/איר אינפארמירטע הסכמה. דאס זעלבע מיט די מוהלים.
יידל האט געשריבן:נאך א דוגמא: אויב וויל מען באקומען א טאטו אונטער 18 יאר מוז מען אין אסאך סטעיטס לעגאל - מטעם די רעגירונג - האבן א געשריבענע הסכמה פון די עלטערן. אין אנדערע סטעיטס, ניו יארק בתוכם, טאר מען נישט אפילו מיט די עלטערן'ס הסכמה.
יידל האט געשריבן:נאך א דוגמא: אויב וויל מען באקומען א טאטו אונטער 18 יאר מוז מען אין אסאך סטעיטס לעגאל - מטעם די רעגירונג - האבן א געשריבענע הסכמה פון די עלטערן. אין אנדערע סטעיטס, ניו יארק בתוכם, טאר מען נישט אפילו מיט די עלטערן'ס הסכמה.
I just saw it on VIN. Btw where is Neiderman. Menczer now ???????
why do you always have to mix politics i am sure they do what they can and if they succeed who cares who did it
I am trying to prove a point they are there ONLY when there is fame but when they know & or see that its a loosing battle then they go into hiding[/quote
you dont believe a word what your saying why would he not try his best]
Satmar Headquarters @SatmarHQ Mayor Bloomberg is very tough on the issue of Metzitza Bepah and the Askunim Beroyshum Reb Moshe Duvid Niederman are still Satmar Headquarters @SatmarHQ it should not be any issue and besheim Hashem Naseh Venatzliach Remember We will always make Metzitza Bepah.
גאלד האט געשריבן:דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,
פרוכט קענען פארשפרייטן קרענק צו אנדערע מענטשן. עלטערן קענען אונטערשרייבן אפאראציעס פון פיצלעך קינדער. ס'זעט נישט אויס אז זיי גייען זיך שטעלן דערויף עני טיים סון.