מיימון האט געשריבן:לויט די קראים קען עס אויסקומען יום טוב אבער די קצירה איז נישט דוחה יום טוב, עי' בספר
גן עדן הקראי דף נ''ד באריכות (גיב נאר אכטונג נישט צו ווערן קיין קראי, עס איז שוין דא היינט אסאך בעסערס.....

), אבער דאס איז פון די קראים, פון די שיטת הצדוקים איז ווייניג באקאנט היינט.
דער מאמר פון הבלין קען מען געפונען ביי דעם לינק וואס רוסישער האט
דא אנגעצייכנט, ער טוט דורך די גאנצע סוגיא באריכות, ואגב האט הרב אויבערלענדער חכם נישט גוט צוגעצייכנט די מראי מקומות, שלזינגר איז אין 'מחקרים במקרא ובלשונו' עיי''ש.
כת בייתוסיםאפשר טאקע אז מיר ווייסען נישט קיין סאך פון די שיטת הצדוקים, אבער ווי אויבען דערמאנט מסתמא רעדט זיך דא פון די "בייתוסים" און נישט די צדוקים
[עיין מאור עינים - שלא מתלמידי הבעש"ט - אז ער פארגלייכט זיי מיט די איסיים, ועיין מהר"ץ חיות וואס בצדק דינגט זיך און האלט אז זיי זענען א באזונדערע גרופע און אז די איסיים זענען געווען שלמים מיט חז"ל - חסידים הראשונים וכו' וכן נראה מתוך דברי מהרש"א אין קידושין ואכ"מ]. אין די גמרא טרעפט מען א סאך וועגען די וויכוחים צווישען די בייתוסים און די חכמים כאטש אפילו אז די מקורות מחוץ לחז"ל ווייסען בכלל נישט צו זאגען פון זיי. היינט איז דא אזעלכע וואס האלטען אז די כת פון ים המלח זענען אפשר געווען די בייתוסים, ועדיין צע"ג בכ"ז.
בייתוסים וכת ים המלחהנוגע לענינינו, אויב די בייתוסים זענען יא די כת פון ים המלח [און אפילו אויב נישט, קען נאך אלץ לערנען פון זיי] ווייסען מיר גאנץ א סאך פון זייער שיטה.
ומכאן הערה על דברי פרופסר מיימון ש"קרא" ולא שנה ולא הוליך עינו לים המלח:)ממחרת השבת במשנת הכתותאויב איינע לערענט פרשת אמור פשוטו של מקרא - מיט אן חז"ל - וואלט ער אנגענומען אז די גאנצע פרשה פונעם הקרבת העומר האט גארנישט צו טאהן מיט פסח. דאס מיינט ערשט קומט א יום טוב פון זיבען טעג, פסח, און נאכדעם קומט א יום הבאת העומר וכו' וכו'
[כמו שנוהגים איזו כתות של נוצרים כהיום שיש להם חגה של "מחרת השבת" לאחר חג הפסח EASTER בלע"ז]. דאס מיינט אז נישט נאר האבען זיי געהאט חילוקי דעות לגבי "מחרת השבת" אויב דאס מיינט זונטאג צו די צווייטע טאג פסח, נאר זיי האבען געקריגט אויף די גאנצע הנחה אז עס איז די צווייטע טאג פסח, ווייל זיין האבען געהאלטען אז עס איז אן עקסטערע יום טוב נאך פסח.
[די פשטות הפסוקים איז אויך אז מחרת השבת האט צו טאהן מיט "החל חרמש בקמה" - דאס מיינט ווען מען הייבט אן שניידען די ווייץ - ועיין כוזרי שכבר ציינו כאן לעיל]לוח של 364 ימיםנאך מער פון דעם, זיי האבען בכלל נישט געהאלטען פון חדשים ע"פ הלבנה, נאר ע"פ חדשי החמה. זייער יאר איז געווען 364 טעג. די נומער 364 איז גאר וויכטיג ווייל מען קען עס צוטיילען אויף זיבען
[תימה גדולה מה עשו מזה שלא היה מספר הימים מכוונים נגד שס"ה גידים, ואולי עדיין לא נתגלה הזוהר ולא ידעו שיש שס"ה גידים, שהרי לא הוזכר ענין זה בשום מקום לבר מספר הזוהר]. דאס מיינט אז יעדער יאר זענען אלע ימים טובים געפאלען די זעלבע טאג פון וואך. מיט דעם האט זיך גאר שיין אויסגע'ארבעט א יום טוב ווי ממחרת השבת
[וצ"ע לענין שבת הגדול ואכ"מ].
בייתוסים התנגדו לקידוש החודשוועגען דעם טרעפען מיר אין מסכת ראש השנה אז די בייתוסים האבען אונטער געשטעלט פיסלאך פאר די חכמים לגבי עדות החודש. תוספות ברענגט א ראיה פון דא אז זיי האבען געהאלטען פון די דרשה "אתם ואפילו שוגגים"
[ידוע שהראשונים נחלקו אם הכתות כפרו בכל הדרשות או שתפסו איזו דרשות וכפרו באחרות, עיין בריטב"א ובעוד, ויש בזה גילויים היום] ווייל אויב נישט וואס האבען זיי אויפגעטאן מיט מכשיל זיין די חכמים מיט די נישט ריכטיגע טאג פאר קידוש החודש. לאור גילויים היום ווייסען מיר אז זיי האבען בכלל נישט געהאלטען פון קידוש החודש ע"פ הלבנה ומיושבת קושיית התוספות, והכל על מקומו יבוא בשלום.
ה[אינו] נוגע לענינינולמעשה די גאנצע אריכות האט גארנישט קיין שייכות צום תרגום ווייל מיר זענען חושד די קראים אדער זייער השפעה און נישט די כתות בזמן בית שני אויפן מאכען די תרגום. אבער איך האב נאר געוואלט קלאר מאכען אז מיר האבען
יא א סאך ידיעות היינט פון כתות בזמן בית שני לאור די נייע גילויים פון מגילות ים המלח.
ר' שניאור ליימןווי אויבען דערמאנט קען מען גיין צו YU TORAH און הערען שיעורים פון ר' שניאור ליימן אויף די נושא פון כתות ים המלח, וישמע חכם ויוסיף לקח. די ענינים קענען מוסיף זיין נייע הבנות אין סוגיות הש"ס, כנ"ל לגבי יישוב קושיית התוספות, וכנ"ל לגבי פשט אין די משנה אין יבמות לגבי שתי אחיות, און ווי ר' ליימן ברעגט ארויס אין זיין שיעור לגבי די סוגיא פון בני בתירא.
תיקון טעותא דאנק ר' מיימון פאר פארבעסערן מיין מראה מקום, איך האב פשוט געקוקט אין די נישט ריכטיגע שורה אין די הערה אין די ספר מסורת התורה שבע"פ. איר זענט גערעכט אז הבלין'ס ארטיקל איז אין די רוסישע לינק, אבער איך האב עס גענומען פון זיין ספר מסורת התורה שבע"פ וואס איז א ליקוט פון א סאך פון זיין געלערענטע ארטיקלן.