אזוי ווי כמעט אלע גרויסע זינגערס, האט אברהם פריד אימיטעיאערס, אויפגעקומענע זינגערס וואס זינגען זיין סטייל אוו מיט אן ענליכע שטימע. אבער צו אברעמל'ס מזל (גוטע צו שלכטע) זענען זיינע אימיטעיטערס אויסנאם געלונגענע זינגערס וואס א טייל פון זיי האבן זיך שוין אויסגעבויט אן אייגענער סטיל און אליין'ס געוורן וועלט בארומטע זינגער ממש.
ווער ווייסט דען נישט היינט פון שלמי דאסקאל וואס האט אינאנהייב באקאנט געוורן אלס אימיטעיטער פון אברהם פריד (היינט האט ער שוין זיין אייגענע שניט), און פארשטייט זיך זיין נעפיו בעני פרידמאן וועלעכע האט עס ווי מען זאגט אין די דזשינס (אברהם פריד'ס מאמע א מארקוס פונדערהיים קומט פון א מוזיקאלישע משפחה), א געלונגענע זינגער און פערפארמער איינס אין די וועלט, מאנכע זאגן אפילו אז ער שטייגט איבער זיין פעטער אין געוויסע הינזיכטן.
אבער מער פון אלע זיינע אימיטעטערס, ציט מיר דאס מערסטע דער פראנצויזישע זינגער יוני שלמה (דאס איז נאר זיין זינגער נאמען), ער פארמאגט דעם חן פון אברהם פריד'ס שטימע און מיט א שמיצל אריבער. ער פארמאגט ווייט נישט דעם טאלאנט פון אברעמל'ס פערפארמען, און אראפ לייגן א זאך, אבער זיין שטימע איז באמת גאר ענליך צו אברהם'ס, ער זינגט מיט זיין שארפע שטימע גאר פראפעשענל און מיט א געוואלדיגע מתיקות און בא'טעם'טקייט.
משה לאופערס ארעידזשמענטס אויפן אלבום אינאיינעם מיט ניגונים פון אים מיט זיין זון אלי און פון יוסי גרין און וועבער, האט דער אלבום א נאסטאלגישער טעם פון אברהם פריד'ס ערשטע אלבום'ס. זיין אלבום טראכט גוט איז פון די איינציגסטע נייע אלבום'ס וואס איך וואלט געקויפט כאטש עס האט נישט די מוזיק פון מונה. (איך טרעף עס נישט אין די געשעפטן).
פון די ניגונים וואס זענען אויפגעכאפט געווארן ווייס איך איינער, אבער איך מיין בעיקר אין ארץ ישראל, און דאס איז דער ניגוו תנא דבי אליהו, םארפאסט דורך משה לאופער. אבער כמעט יעדער איינציגסטער ניגון דארט איז פיל מיט טעיסט.
ער דארף היצט ארויס צו קומען מיט נאך אן אלבום מיט משה לאופער, איך האב אבער נישט קיין אינפארמאציע איבער דעם. איך ווייס אז ער איז דורך געגאנגען שוטערע צייטן מיט א סעפערעישן וואס האט אים היבש אראפ געקלאפט זיין נאמען, און ווי ווייט ער האט זיך דערפון ארויס געדרייט האב איך נישט קיין אנונג.
דער הערליכער זינגער יוני שלמה נוסח אברהם פריד
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער הערליכער זינגער יוני שלמה נוסח אברהם פריד
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
https://www.youtube.com/watch?v=lSOrjUL ... ata_player
מנחם טוקר פון דער חרדישער מידיא פון ארץ ישראל, ביי א באזוך אין פראנקרייך וואו ער גייט ארום מיט יוני שלומה אין פארשידענע געגנטער אין פאריס