moshav zekeinim האט געשריבן:ר' חקרן, דו האסט געעפנט דעם אשכול, דו האסט ארויף געברענגט דעם נושא אויפן טיש, דעריבער טאמער ווילסטו נישט אז מען זאל ארויף ברענגען היציגע מסקנות אין דיין אשכול, דאן טרעט איך אפ, און איך וועל מיך איינהאלטן פון ארויף ברענגען מיינע געפילן איבער דעם נושא.
טו טאקע אזוי.
ס'וועט זיין געזונטער פאר חקרן, פאר אסאך ליינער'ס, און אפשר פאר דיר אויך [אויף יענע וועלט].
דיין רעטאריק דורכאויס דעם אשכול, האט מיך כמה פעמים ארויסגענומען פון די גלייזן, און כ'האמיך איינגעהאלטן מגיב צו זיין מיט אייזערנע קייטן. דיין שפראך און מסקנות באלאנגן נישט אין 'אנשי שם' נאר אין 'צימעס'.
יעצט נאך חקרן'ס בקשה, און דיינע אייגענע ווערטער הנ"ל, בלייבט מיר נישט איבער מער ווי צו זאגן: גם אני מצטרף לזה. מסקנות מאך ביי דיר אינדערהיים, נישט אין פאבליק ביי אנשי שם.
דיינע מסקנות זענען נישט בגדר 'דיסקוסיע', מ'דיסקוסירט שאלות, און היסטארישע אספעקטן. מסקנות אזויווי דיינס, האלט ביי דיר.
ייש"כ ובתקוה להבנה.