יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק. וועלן מיר דאס איינהאנדלען.

אין די בלאט (אוצר אפטיילונג) לויפט לעצטנס א באשרייבונג, אפהאנדלונג פון אמעריקאנער טורמעס. גאנץ אינטרעסאנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

א לינק צו זיין בוך וואס ער האט געשריבן FROM JAILER TO JAILED
http://www.amazon.com/Jailer-Jailed-Cor ... +to+jailed
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מייק האקעבי, דער געוועזענער גאווערנאר און סטעיט עקזעקיוטיוו פון ארקענסעס, פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. די אינטרעסאנטע זאך דערפון אז ער פלאנט צו לויפן אויפן טיקעט/פלאטפארמע פון "קרימינאלע יוסטיץ רעפארם". אלס גאווערנער האט ער פארדאנירט איבער 1,000 (!) ארעסטאנטן.

פאר מער דרוקט דא:

https://www.yahoo.com/politics/the-mike ... 86601.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איבער דעם שמועס הנ"ל פון קעריק, שרייבט 'דער בלאט' די וואך ווי פאלגענד:

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די בלוט קומט ווידער ארויף אין קאפ.

אן 21 יעריגער יונג פון די בראנקס האט זיך גענומען דאס לעבן דעם פארגאנגענעם שבת אין זיין היים, דורך זיך הענגען מיט אן עירקאנדישאן שטריק, נאכן אדורכגיין דעם גיהנם אין זיין אייגענע שטאט ניו יארק, אין די פארשאלטענע רייקערס איילענד טורמע.

דער יונג איז געווארן ארעסטירט פאר 5 יאר צוריק נאכדעם וואס זיינס א חבר האט אים באשולדיגט אין אוועקכאפן זיין רוקזאק. ער איז דאן אלט געווען בלויז 16 יאר! דער ריכטער האט פארלאנגט עשרת אלפים ככר בעיל ביז צום טרייעל, און ווען זיין משפחה האט נישט געקענט אפירקומען מיט דעם סכום, איז ער געבליבן שמאכטן אין רייקערס, אן ווערן אנגעקלאגט!!

די צייט האט זיך געצויגן, און ער איז אפגעזעצן קרוב צו 3 יאר. 33 חדשים!! על לא עוול בכפיו. פון די חדשים, איז ער איבער 400 טעג אפגעזיצן און זיך אפגעפייניגט אין סאליטערי קאנפיינמענט, אויכעט באקאנט אלס "די לאך". ער האט זיך מערערע מאל פרובירט צו נעמען דאס לעבן פון עגמת נפש.

אפירגעקומענע סורוועילענס ווידיאוס האבן געוויזן אביסל פון די שרעקליכע טראומא'ס וואס דער יונג איז אדורך. ער איז געווארן אנגעהאקט די ביינער דורך די אפיצירן. ווי אויך איינמאל האבן זיך 10 אינמעיטס א לאז געטאן אויף אים און געמאכט אויף אים א משכנתא.

מען האט אים שפעטער געאפפערט פארשידענע פליע בארגעינ'ס וועלכע ער האט אפגעווארפן אלס אומריכטיג. אין 2013 איז ער ארויס פריי, נאכדעם וואס מען האט פשוט ארויסגעווארפן אלע קלאגעס!

ער האט פרובירט איבערמישן דאס בלעטל און אנהויבן דאס לעבן פריש, און זיך איינגעשריבן אין בראנקס קאמיוניטי קאלעדזש, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט. די טראומא וואס ער איז אדורך האט אים זייער צוטרייסעלט. ער איז געווארן געפערליך דעפרעסד. דאס לעבן איז אים גענצליך רואינירט געווארן, בעת זיין מוטער קוקט צו מיט אנגסט ווי איר יונג גייט צוגרינד, און ווערט ערגער און ערגער. פארגאנגענע פרייטאג צו נאכטס האט זיך דער יונג אנגערופן: "מאמע, איך קען עס מער נישט פארנעמען!". דעם קומענדיגן טאג האט מען אים געפינען א געהאנגענער.

"די סיטואציע איז ערגער ווי מען מיינט" – האט זיין לאיער זיך אויסגעדרוקט – "ווען מען קוקט אדורך די 3 יאר וואס ער האט מיטגעמאכט אין תפיסה מיט די אלע פרטים, איז ממש אומגלויבליך אז דאס האט געקענט פאסירן דא אין ניו יארק, נישט אין א דריטע וועלט לאנד".

http://www.msn.com/en-us/news/us/ex-rik ... ailyNews11
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

א געפערליכע מעשה דאס, איך האלט שוין מיט דעם פאל זינט די ניו יארקער פארפיל אויף קאליעף בראודער, אקטאבער 2014.

דאס וואס האט מיר דאס מערסטע געקרענקט איז אז מען האט פשוט ארויסגעווארפן די קלאגעס, נאך דריי יאר! ער איז נישט אריבער א פראצעס און ארויסגעקומען אומשולדיג, מען האט עס פשוט ארויסגעווארפן! ווייל עס איז גארנישט געווען קיין עווידענס קעגן אים! נאכן לאזן אים שמאכטן דריי יאר אין טורמע פאר גארנישט, אן איינער זאל זיך וויסנדיג מאכן אדער אים העלפן.
זיי האבן נישט געמאכט א קעיס קעגן אים בשעת זיי האבן אים געהאלטן אין גיהנום, פשוט ווייל אזא קעיס באקומט נישט צו מער עווידענס נאך איין וואך אדער א חודש צוויי. אז עס איז נישט דא קייינע באווייזן נאך איין חודש גייט נישט זיין גארנישט מער נאך א יאר אדער דריי. סתם אפגעשטיפט זיין פראצעס איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
איך געדענק ווען איך האב געליינט דעם אריגינעלע ארטיקל אינעם ניו יארקער מאגאזין איז עס מיר געווען אזוי אומגלויבליך, אז -ווי דו שרייבסט- דאס בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ!
איך האב געפלאנט דעמאלט איבערזעצן דעם ארטיקל פאר ק"ש (עס איז געווען א שמועס איבער חרדישע אידן אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם).
We have it bad? פינף מינוט נאכן ארעסט וואלט די גאנצע שטאט, געלט וואלט געפלאסן ווי א קוואל, און ער וואלט געווען אויף בעיל ביז א האלבן טאג, און נאך א פראצעס אין ניינציג טעג.

דער (ער איז געווען דאן 15 יאר, ניטאמאל 16) איז נעבעך געכאפט געווארן ווי א פישל אין נעץ, און אוועקגעדאמפט געווארן אין פריזער 'פאר א שפעטערע דאטום', מיט זיינע ציווילע רעכטן רעגלמעסיג פארלעצט, אן קיין שום הילף אדער שטיצע.
זיין זעכצנטע זיבעצנטע און אכצנטע יארן האט ער פארברענגט אין די ש****ל באקאנט אלס רייקערס איילענד, ווייל דער קראנקער סיסטעם האט געמיינט אז ער איז געבוירן געווארן אנצופילן זייער פינסטערע אינזל גיהנום.
דאס אז די חיות (פון ביידע זייטן) האבן אים אויסגע'רודפ'ט די יארן איז אביסל א עקסטערע נושא. מיר שטערט פיל מער די פארשאלטענע 'יוסטיץ סיסטעם'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וואס איז די יסוד פונעם פראבלעם? עס קוקט מיר אויס ווי פון ביידע פארטייען רעדט מען זיך אפ אויפן סיסטעם איז אויב אזוי פארוואס טוישט מען נישט?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ס'איז דא א דעדליין פאר בעיל, אדער ווען מ'ברענגט דאס דאן גייט ער?

אנדערש זע איך נישט פארוואס מ'האט נישט געקענט שאפן צען טויזנט דאללער אין לויף פון דריי יאר.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווען האסטו די לעצטע מאהל געהאט עקסטערע 10k?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

מאטי האט געשריבן:ווען האסטו די לעצטע מאהל געהאט עקסטערע 10k?

נארישע קשיא. ס'איז טאקע א סך געלט, אבער רעלאטיוולי איז דאס א שפיי. א מענטש זיצט פאר גארנישט בשאול תחתיה, און אין לויף פון דריי יאר איז זיין איינציגסטער האפענונג אז ער וועט געווינען פאפא ראפפעל? ביזט נאריש.

איך בין נישט באקאנט מיט דעם לעגאלן סיסטעם. שטארק מעגליך אז ס'איז דא א קורצע דעדליין. וואו איז די משפחה געווען? זיי האבן נישט געקענט אויפטרייבן אזא סכום?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס אז נישט. א ארעמע משפחה, אנע יודל ליכטנשטיין, און אן עפעס רייכע קרובים, קענען טאפן א וואנט.
לדעתי זאל די משפחה סוען די שטאט יעצט פאר א 50 מיליאן דאלער.

כ'ווייס נישט אויב מען שרייבט דעם אויסדרוק אויף א גוי, אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן: השם ינקום דמו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די קעיס אויף דעמאקרעסי נאַו. מיט עימי גודמאן.
ער איז געווען אין סאליטערי קאנפיינמענט כמעט אכט הונדערט טעג, איבער צוויי יאר!
מ'קען וויינען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועט מען קומען צו שטיקל אגריעמענט אז די זאכן זאלן זיך נישט איבער'חזר'ן אין דער צוקונפט?

http://www.nytimes.com/2015/06/10/opini ... .html?_r=0
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערווייל גייען נאך זאכן אן ווי געווענליך, עולם כמנהגו נוהג.
אבי זיי ווערן כאטש אנגעקלאגט

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עלובה עיסה....

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאנץ טשיקאוו אבער אביסל עמאציאנאל...
https://news.yahoo.com/friends-reunited ... 7115.html#
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

לויט אפמאך...? אהא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טויג ער דאך יא אויף עפעס, אונזער פרעזידענט.

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

שליחה דורך א איד »

רובאשקין אין סאמעט זענען אינקלאדעט אין די זעקס און פערציג?
זיכער נישט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אפאר קורצע נייעסלעך בענין זה

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אין 2012 זענען 958 אמעריקאנער געשטארבן אין טורמע. פון דעם זענען 698 (73%) קיינמאל נישט געווארן אנגעקלאגט אויף א פאברעכן!

http://theweek.com/speedreads/569670/7- ... cted-crime
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין נ''י טיימס איז היינט דא אן ארטיקעל וועגן א 40 יעריגע פרוי אן קיין שום פארברעכן היסטורי וואס מ'האט געכאפט דריוון אנגעטרינקענערהייט און זי האט באקומען 18 חדשים פראבעישאן. א דאנק דעם איז איר גאנצע לעבן חרוב ונחרב געווארן.
פארשפארט