גראדעמעכעלע האט געשריבן:במחכ''ת האט איר אויסגעמישט זאכן, די פארצויגענע געריכטן און אייביגע קרימינאלע רעקארד אין פארלירן שטים רעכטן האט.גארנישט צו טון מיט די מהלך העונש,
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
אמת. איך האב עס נאר געשריבען אלץ א חלק וואס דארף רעפארמירט ווערן סאיז אבער א עקסטערע נושא אונטער מיין פראפאוזעל זאל די גאנצע געשעפט אינקלאדינג די שמיץ נישט נעמען לענגער ווי א טאג אין איינמאל אפגעשמיסען איז ער צוריק א געהעריגע בירגער ווי בעפאר דעם אחוץ אויב ער באגייט נאכאמאל דעם פארברעך
בן אדם האט געשריבן:אבער די פראבלעם איז דארט אז דער וואס באקומט דעם עונש איז דער וואס האט געארבעט קעגן די רוצחי הדור, און ער גליטשט זיך ליידער נישט ליידער פון זייערע הענט.
חברה עטץ פארקריכטס אונז זענען נישט איראן אין אונז זענען נישט סאודי אראביע אונז זענען אויך נישט אין סינגאפור, אונז זעמיר אין אמעריקע דארף עס וויי טון? זיכער אז יא דארף עס איבערלאזען cuts אין פערמאנענטע מארקס? זיכער אז נישט איז עס א פיזישע אין מענטאלישע שווערע שטראף? קלאר אז יא. איז נישט דעס די ציל צו באשטראפען די פארברעכער? (הגם סאיז לכאורה מער מענטאליש שווער) די נושא איז צו איבערלייגען אין אריינשמייסען מלקות אין אמעריקע אויף א נארמאלע מילדע שטייגער (נישט ווי איראן אין נישט ווי סינגאפור) וואלט געווען א פאסיגע אלטערנאטיוו צו די יעצטיגע תפיסה סיסטעם
וואס האלט די עולם איבער פארשעמען, למשל מוזען שטיין אויפען הויפט גאס פון שטאט מיט 2 פאליסמענס ביי די זייטען, געבינדען די הענט, און האלטען א סיין אז איך בין געוועהן א גנב, סאיז א שטראף וואס זשאדזשעס אין אמעריקע טוען צומאהל, און אנדערע טענהען אז סאיז אויך צו ברוטאל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער האט געשריבן:וואס האלט די עולם איבער פארשעמען, למשל מוזען שטיין אויפען הויפט גאס פון שטאט מיט 2 פאליסמענס ביי די זייטען, געבינדען די הענט, און האלטען א סיין אז איך בין געוועהן א גנב, סאיז א שטראף וואס זשאדזשעס אין אמעריקע טוען צומאהל, און אנדערע טענהען אז סאיז אויך צו ברוטאל
פארשעמען איז אויך א מהלך. אין די אלע וואס שרייען ברוטאל וועלן שרייען ברוטאל אויף עניטינג אין איז דען תפיסה נישט ברוטאל? די מעלה פון מלקות איבער פארשעמען איז אז עס האט ביידע סיי מווערט גוט פארשעמט אין עס טוט נאך וויי אויך
עס איז קלאר אז די גזמאות פון יארן וואס מען פארטיילט אין אמעריקע אויף פארברעכנס, ווי אויך די שטרענגע אומשטאנדן אין די תפיסות, זענען שוין לאנג צייט פאר רעפארמאציע.
אבער צו זאגן אז מען זאל אנשטאט אדאפטירן מלקות, איז אבסורד. דער עצם געדאנק פון עין תחת עין, אז טאמער איז איינער איז באגאנגען א פארברעך ברויך מען באגיין א פארברעך אויפ'ן פארברעכער, ווערט באטראכט אין אונזער מאדערן סאסייעטי ווי אוממאראליש און פרימיטיוו. דער גאנצער יוסטיץ סיסטעם טאר נישט זיין קיין שטראפינג סיסטעם, די סיבה פארוואס מען שפארט איין מענטשן איז בלויז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע זיך צו געפונען אויף דער פריי.
שמערל האט געשריבן:עס איז קלאר אז די גזמאות פון יארן וואס מען פארטיילט אין אמעריקע אויף פארברעכנס, ווי אויך די שטרענגע אומשטאנדן אין די תפיסות, זענען שוין לאנג צייט פאר רעפארמאציע.
אבער צו זאגן אז מען זאל אנשטאט אדאפטירן מלקות, איז אבסורד. דער עצם געדאנק פון עין תחת עין, אז טאמער איז איינער איז באגאנגען א פארברעך ברויך מען באגיין א פארברעך אויפ'ן פארברעכער, ווערט באטראכט אין אונזער מאדערן סאסייעטי ווי אוממאראליש און פרימיטיוו. דער גאנצער יוסטיץ סיסטעם טאר נישט זיין קיין שטראפינג סיסטעם, די סיבה פארוואס מען שפארט איין מענטשן איז בלויז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע זיך צו געפונען אויף דער פריי.
איך מוז מחולק זיין מיט דיר אויב איז די גאנצע סיבה פארוואס משפארט איין מענטשען איז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע דעמאלטס וואס דארף מען טון ווען איינער באגנבעט די רעגירונג אדער סיי וועלכע אנדערע פארברעך וואס איז נישט שעדליך פאר אנדערע? וואס דארף מען טון אים צוריקצוהאלטען פון עס טון נאכאמאל? אין איך זעה נישט פארוואס אפאר גוטע שמיץ זאל הייסען באגיין א פארברעך צווייטענס וואס איז די פארגלייך צו עין תחת עין?
נאר דאס פעלט נאך אויס אין אונזער ״דעמקראטישע״ לאנד צוריק צוגיין צו די מיטל אלטער און טיילן מלקות! איך וואלט פארגעשלאגן מ׳זאל דאס ניצן נאר אויף די פאליטישאנס און רבנים וואס פּייניקן די מענטשהייט!, אראפ מיט די געפּעפּערטע הויזן! ס׳וואלט גארנישט געשאַדט ווען די חברה כאפן גיטע מכות!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:נאר דאס פעלט נאך אויס אין אונזער ״דעמקראטישע״ לאנד צוריק צוגיין צו די מיטל אלטער און טיילן מלקות! איך וואלט פארגעשלאגן מ׳זאל דאס ניצן נאר אויף די פאליטישאנס און רבנים וואס פּייניקן די מענטשהייט!, אראפ מיט די געפּעפּערטע הויזן! ס׳וואלט גארנישט געשאַדט ווען די חברה כאפן גיטע מכות!
פארוואס איז איינשפארען מענטשען פאר לאנגע יארען פאר מינדערוויכטיגע פארברעכנס מער דעמאקראטיש ווי אפאר שמיץ? דאכט זיך אז די סיסטעם פון די אמעריקאנער תפיסות איז ווייט פון דעמאקראטיש מענטשען וואס זענען געזיצען אין רוסישע אין אין אמעריקאנער תפיסות האבען געזאגט אז די אמעריקאנער תפיסות זענען סאך ערגער