קידושא רבא אחר התפילה...
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
קידושא רבא אחר התפילה...
ס'בלוט איז מיר ארויפגעפלויגן אין קאפ, א סקרוך האט פארבלענדעט מיין רוהיגע מוד, די הילכיגע אויסשריי אז פעטער פינקי האט געהאט א מיידל איז געקימען אין פארעם פון א שאק, באגלייט מיט שמחה און דערהויבענע געפילן, די קלענערע האבן אנגעהויבן ווארפן האנטיכער באגייסטערט און באנימען, און פאר אינז עלטערע האט עס אויך שטארק צושאקלט די וועזן ווען יעדער שפורט מיט די שמחה מיטן גאנצן הארץ.
קויף באלאנ'ס! רחי גייט האלטן יוכבד, און נתן גייט צו מומע אלישבע צירל, די איבריגע קינדער גייען צו מרס וויינשטאק די קינדער היטער, ווייל באבי זילבערשטיין האט געזאגט אז עס לוינט זיך די געלט נאר בכדי די קינדער זאלן זיך שפורן ווי אינדערהיים ביי וויינשטאק געבט מען זיך זייער איבער מיט די קינדער... מאמי איך קען מאכן א קוגל? ווער קען לויפן אין גראסערי מ'דארף מאכן א זיפ פאר די קימפעטארן... איין מינוט ער קאלט אריין,... מממאאזיייל טאאב ווער איז עס? אה באבי! אסאך אידיש נחת ביי אלע אייניקלעך, יא אוודאי...יעה זיכער! יעדער האט שוין געהערט! אזא שמחה פאר יעדעם, קאלן וועם? פעטער מענדל איז אין שפיטאל? אה שוין אין ריהעב, כ'וועל אריינקאלן אים זאגן, איין מינוט איך האב א ביפ... ווער רעדט דא? אה פינקי! מזל טוווווב, איך רעד יעצט מיט באבי, אוודאי די קינדער זענען אזוי העפי, יעדער וויל וויסן וויזוי די בעבי קוקט אויס! האסט מיר שוין געשיקט א פיקטשער אויף אימעיל? נאכנישט באקומען! כ'קען קוים ווארטן, וויפיל וועגט די בעבי? וואו קיין עין הרע, וואס זאגסטו? רופן וועם? איין מינוט קינדער זייט'ס שטיל! רופן דבר יום ביומו? מעלדן די נייעס? אקעי אלל טריי, איך וועל עס טוהן ווען איך האב צייט... איין מינוט מיין יונגל וויל זאגן מזל טוב... מיין ווייב וויל הערן די בעבי וויינען... קענסט איר געבן א ציפ?... אה זי וויינט יעצט פונקט? נאכאמאזל זיך פארשפארט צער בעלי חיים...ווען גייען די קינדער גיין זען די בעבי אין שפיטאל? וואס זאגסטע? מיזט אראפלייגן? א דאקטער וויל רעדן? אקעי העמער רעדן! און נאכאמאל מזל ט...
עס טוט זיך טישן און בענק און די נייע בעבי, עס איז הימל און ערד און פעטער פינקי, מ'רעדט, מ'שמייכלט, ס'ציבור איז ענטואזיסטיש און ווער נאך ווי די באבע'ס זענען אין פולן שוואונג ארויסצושלעפן די פארשטויבטע טאשןטיכלעך פון די ארכיוון, די טרערן פליסן, און באבע יענטע האט לכבוד די גרויסע זיג אין היטלער געעפנט די אוישוויץ נומערן, עס ווייזנדיג פאר די אייניקלעך וואס זענען אריבערגעקומען מיט גרויס פאראדע צו לעבעדיג מאכן אין שטוב לכבוד די נייע אייניקל.
די אנדרענעלין נידערט אראפ, אבער די שמחה איז ווייטער פול אקאמאדירט, פעטער פינקי קימט און פארט און לכבוד די שמחה האט זיך א נייע בלוטוט באזעצט אין זיין אויער סייסט? ער איז דאך געווארן א טאטע...זיין קאר אנטהאלט געמישטע גערוכן פון די אומצאליגע געבעקסן און קוגלען וואס זענען שוין אין זיין טראנק פון די יום הולדת און האבן נישט געהאט קיין צייט אדערווייל צו ווערן אויסגעפאקט אין שטוב, פינקי'ס אויטא איז אויך געווארן היים צו א גאנצע ליסטע מאכלים מיטן צעטעלע פון די ביקור חולים צימער אין שפיטאל, אריינגערעכנט עטליכע קאנטעינער'ס מיט קעפ פון פישן, יאגורטן און צולאזטע פאקסי פאפ'ס, "איך בין דאך א קימפעטארן" איז געווען זיין מחשבה ביים אריינלייגן עטליכע טשאקאלאד באר'ס אינעם הויזן טאש.
די מצב איז הויעך, די משפחה איז ווילד בשמחה, יעדער איז גוטמוטיג און ביי אלעמען אין די מחשבות לויפן אריבער די פלענער און פאנטאזיעס איבער די גרויסע קידוש וואס גייט זיין.
אלעס ווערט ערלעדיגט, פעטער פינקי איז אין פולן טראסק פון זיין קידוש צערעמאניע, ער האט שוין געמאלדן פאר חיים חייקל די משמש פון די הילוויע שול אז ער פלאנט צו מאכן זיין קידוש אינעם בעיסמענט, און אויפן טענה פון די משמש אז עס איז זייער קליין האט ער געזאגט נעע מען וועט זיך שוין אנייצע געבן..."די זעע נאר עס זאל זיין עיר קאנדישן" האט ער אויסגעפירט ווי א וועלט ארויסהאבער.
עטליכע געשעפטן האבן שוין זוכה געווען אז פעטער פינקי זאל אויף זיי אראפהאקן די טעלעפאן נאכן געבן פרייזן וואס פינקי האט עס באצייכנט אלץ חאזעריש.
סעלצער וועט שוין זיין! און געדענק נאכאמאל די ברענג נישט קיין סעלצער איך האב נאך פון קמחא דפסחא עטליכע באקסעס איך זוך צו שפארן געלט, די סטרעטשיס קאסטן מיר גענוג, פינקי האט ענדליך געטראפן די קעיטערער וואס זאל אנעמען און זיך פארגלייכן אויף א פרייז און פינקי האט זיכער געמאכט אז דער זאל מיט קיין ריוח נישט ארויסגיין ערלעדיגנדיג די עטליכע טעצער קישקע "וואס וועט שוין מיטגיין" מיטן פרייז...
די שול איז איבערגעפולט עד אפס קצהו, מחותנים, ביז שוסטער'ס, שוואגער'ס און משולחים, אלעס שוויצט, פינקי'ס נייע שטריימל איז אויך מערקבאר, עס קימט צום ליינען,פינקי ווערט אויסגערופן, די שול שושקעט, ער איז עולה, מען געבט א נאמען צום קינד "קיילא דוואשע פעסל" על שם די שוועגערינס עלטער באבע וואס איז נעבעך אוועק אזוי יונג, ביים אנדערן זייט מחיצה גיסט זיך די טרערן ביי די שוועגערין און זי שעפשעט מיט מיטן הילכיגן מזל טוב אויסשריי וואס שאקלט די טשענדעליערס, א פארע שוועבט געדעכט אין גאנצן חלל, פינקי איז פארנימען צוריקצושלעפן די טלית אויף די אקסלען ווען פון אלע זייטן שלעפט מען אים די האנט, יעדער אויפאמאל קומט צום באלעמער אים וואונטשענדיג הויפענעס מיט ברכות מיט פארגינערישע הערצער.
עס איז "מוסף טיים" א יופאריע לויפט אריבער די שול און פליצום ווערט די גאנצע בית המדרש א ווירבלענדע בינען שטאק מיט שרי העסקנים, טישן רוקן זיך צוזאם, מען קען נישט דאווענען, בענקלעך אויסמארשירט, א וואלענטיר גייט צו צום עמוד דאווענענדיג שנעל נאכן ערהאלטן אזא וואונק פון די אנגעצויגענע פינקי וואס וויל זיך זען אויבנאהן.
קינד און קייט זענען איינגעטון אינעם עבודה פון אויסשפרייטן טישטיכער, די מער טיכטיגערע טאלאנטן זענען פארנימען אין חדר ב' שניידן גראדע סלייסעס קוגל און עס אריינלייגן אין טעצער, אנטשי נעמט גאטס און טוט אויס די שטריימל, די דיין שושקעט, פינקי איז אנגעצויגן, די בעל תפלה גארגלט זיין שטימע, טעצער הערינג ווערן געטראגן העכער די שטריימלעך דורך די ערנערגישע בחורים וואס מאכן זיכער אז קיין איין שטריימל ווערט נישט אויסגעלאזט פון ווערן אנגעגאסן מיט אויל אדער שמאלץ למזכרת המאורע.
ווארימע סעלצער באטלעך קאולערן זיך אויף די טישטוכער וואס האבן מער קנייטשן ווי די סנפיר וקשקשת אויפן געדיכט פון א זיידע פיש, און די יאגעדיגע קינדער מיט שטראלענדע געזיכטער שיסן ארויף פרישע פלעשער דזשינדזשער עיל וואס עס איז סייווי געליגן הונטן אין קעלער פון שול.
עס איז יאגעדיג און זודיג, עס קאכט און ווירבלט די הויפט שול טויערן שפייען מיט מתפללים פון אלע בתי מדרשים וואס קומען צום קידושא רבה פון דעם פינקי'נען.
די היצן אין שול זענען ברענעדיג, די פארגעלטע עירקאנדישן קרעכצט געטריבן מיט פארצווייפלונג און יאוש, זי דערציילט דעם סוד פאר גאנץ בראד אז זי איז עלטער פון די טאטע פון די ניי געבוירנס.
אופס א טעצל "אייער קיכלעך" האט זיך איבערגעדרייט, ברענג א בעזים!, כתר!!!
הינדערט מענטשן אויפאמאל ווערן געלעמט מיט טעצער אין די הענט אויסקוקנדיג ווי מכת חושך אין מצרים.
די געטרייע משמש חיים חייקל איז אויסגעשוויצט ווי א וואנזיניגער שלעפנדיג אן עול וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט, ער לויפט ארום מיט פלעשער וואדקע אין האנט און א אסטראנאמישע ציפער ברוינפן גלעזלעך אין זיין בוזעם טאש.
אט אט ענדיגט מען שוין דאווענען, פינקי האט שוין פיבער, די משמש רופט אויס מיט קוראזש אז ערעבערעב פנחס יוסף שלום זארגנשטערן מחשובי מתפללי בית מדרשינו רופט דעם עולם צום שמחת הקידוש דא אין בית המדרש געבנדיג א דרוק ביים זאגן דא...
די פרעס כוואליע פון הינדערטער גייענדע מיילער מאטארן הייבט זיך אהן ווי נאר א עלטערע מתפלל מאכט קידוש, דערוילעם צישמעטערט די אייער קיכלעך עס טונקענדיג און אלע סארטן הערינג.
איך האלט מיט ווי מיין שכן'ס ציצית ווערט פארוואנדלט אין פולע קאלירן ווי פוירפל פון גרעיפ דזשוס, און ער איז מוסיף והולך מיט עטליכע אויל טראפן נאך יעדע דעליווערי פון טעלער ביזן מויל.
מיין אנדערע זייט שכן מיט אן אנגעפולט מויל געבט א ווילדע בלאז פון די נאזלעכער זעענדיג אז מען ברענגט אריין טשולענט, צובלאזענדיג די צוקער שטויב פון די אייער קיכל וואס ער האט אקארשט געהאלטן ביים צולייגן צום פיסק, שיקנדיג די שטויב אין אלע ריכטונגען.
אן עלטער פעטער וואס ליידט אויף דייעביטיס און צוקער, נישט קענענדיג עסן, אויך האבנדיג דעם מיחוש פון זעלבסט איינרעדעניש אויף א שיין שטום (באזינדער ארטיקל פאר זיך) הייבט אהן די ניגון פון סימען טאב אימאזעל טאב... זינגענדיג עלנד ווילאנג די דיין האט אים אנגעהויבן ארויסהעלפן אויף א גאר אנדער טאן זיך הערנדיג ווי א כאר פון צימישטע מעלאדיעס, א שורה פון צוקראכטע ציינער באווייזן זיך ווען די אנדערע פעטער הייבט אהן מיטזינגען תיקף נאכן מודיע זיין אז ער איז שוין זאט אין פארעם פון א גרעבץ...
די ציבור איז ווילד, ס'דא טשולענט, מען עסט זיך אהן אהן רחמנות, מען יאוועט אריין אין די בני מעיים (קרעדיט הרב אשר לעווין) וואס עס ליגט נאר אויפן טיש.
די צרה און אומגליק איז די מאמענט ווען יעדער אויפאמאל פאלט אריין אין א געיעג נאך טרונקען און ....גלעזלעך איז פארגעסן געווארן!
פינקי שיסט אראפ זיין טלית גראד אריין אין א שיסל שמאלץ וואס א בחור האט זיך געסעיווט אויס מורא פון א הונגער יאר און ער שיקט שנעל עמיצן צום קאווע צימער ברענגען גלעזלעך, ער קערט זיך אום מיט א שלל פאום קאפס וואס ווערט שנעל צוכאפט דורך די טיש פון בחורים וואס זיצן אנהויב בית המדרש.
קינדער כאפן טעלער'ס אריינלייגנדיג דערין הערינג, טשולענט, ראלאש קעיק, און גאלערעטע, עס איז לעבעדיג...די בעקעלע לעבער איז סתם פארגעסן געווארן אין די משמש שטוב אונטער עטליכע שמוציגע האנטיכער.
די הויעכפונקט פון שמחה געשעט ווען א קינד גליטשט אראפ א טעלער הערינג אויפן ערד זיך אנקלעבנדיג אינעם פריערדיגן שיכט אייער קיכלעך וואס ווארטן נאך אויפן בעזים וואס איז מיסטריעז פארשוואונדן געווארן שוין זינט די פאריגע שמחה אין בית המדרש.
יעדער איז אויליג, די בענקלעך מיט האנט אפדרוקן און גערוכן פון שמאלץ, און די טליתים וואס טראגן צוויבל און און אלע ווינקלען.
אנטוישט בין איך געווארן זעענדיג אז מען האט גענוצט אלע סערוועטלעך אפצואווישן די ערד, מיך לאזנדיג אין א פארלעגנהייט וואס צוטון מיט די האנט מיינע וואס ווייזט סימנים פון קאקאש קעיק...
מזל טוב פינקי אזא שיינע שמחה געב איך א קלאפ אויפן בעקיטשע פון די הויפט מחותן, אופס פארגעסן אז מיין האנט איז נאך שמוציג...מזל טוב אסאך אידיש נחת פון דעם טאכטער...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
קארעקשאן
קידושא רבא מיט אן אל"ף. אין לשון קודש קומט עס מיט א ה' למשל רבה אמונתך אדער אהבה רבה אבער קידושא רבא איז אראמיש
עניוועי, דא האב איך אויסגעפלאצט אין גרויסן
קידושא רבא מיט אן אל"ף. אין לשון קודש קומט עס מיט א ה' למשל רבה אמונתך אדער אהבה רבה אבער קידושא רבא איז אראמיש
עניוועי, דא האב איך אויסגעפלאצט אין גרויסן
מיין אנדערע זייט שכן מיט אן אנגעפולט מויל געבט א ווילדע בלאז פון די נאזלעכער זעענדיג אז מען ברענגט אריין טשולענט, צובלאזענדיג די צוקער שטויב פון די אייער קיכל וואס ער האט אקארשט געהאלטן ביים צולייגן צום פיסק, שיקנדיג די שטויב אין אלע ריכטונגען.
- רוח קדים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
Re: קידושא רבא אחר התפילה...
לאכעדיג, און זייער גוט אראפגעלייגט. ליידער איז דאס אבער אמת. עפעס א שוואכקייט האט אונזער פאלק צו דער אכילה, מ'קען נישט זאט ווערן ברבים.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
בעל מידות, יעדעס ווארט איז זאפטיג, איך האב געשפירט ווי איך זיץ מיט דיר אויף די קידוש, און איך גרויל מוט מיט דיר.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
רוח קדים האט געשריבן:לאכעדיג, און זייער גוט אראפגעלייגט. ליידער איז דאס אבער אמת. עפעס א שוואכקייט האט אונזער פאלק צו דער אכילה, מ'קען נישט זאט ווערן ברבים.
ווען מ'האלט איינסע מיטאג מיט א ליידיגע מאגן, פארשטיי איך נאך די הינגער. מיר איז אינטערעסאנטער צו זעהן ביי חתונות ווי זקנים עם נערים ווארפן זיך ארויף אויפ'ן שמאגערס באורד נאכדעם וואס מ'האט נארוואס געפערטיגט א פייוו קאורס מיעל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בעל מדות: ייש"כ פאר דעם זיסן, הערליכן ארטיקל. זיצנדיג ביי די כלי אום 12:36 פארטאגס האביך ממש געשפירט ווי איך זיץ ביים קידושא רבא. די איינציגסטע זאך וואס האט מיך געבאדערט איז געווען די ווארעמע סעלצער און דזשינדזשער עיל. דאס האט מיר פאקטיש צושטערט די גאנצע תאוות האכילה. איך האב בעל כורחי געמוזט סטאפן צו עסן און זיך דערמאנט אז מיין בני בית ווארט אינדערהיים אד איך זאלל קומען מאכן קידוש...וויקץ פרעה והנה חלום...!
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
מיר פארמאגן שוין דא מעמוארן פון א וואכנאכט, א קאפיטל איבער שמחת בר מצוה און א קידושא רבה אחר התפילה... ארטיקל.
איך נאמיניר מיין מאיעסטעט [tag]יואב[/tag] זאל זיך נעמען צו די ביינער פון א אידישע חתונה, א ארטיקל כדבעי וואס זאל ווידער אויפווייזן אז יואב איז די קעניג פון אידישע הומאר.
אויב איר זענט איינשטימיג מיט מיר ביטע פאטראניזירט מיין פעטיציע מיט א לייק.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: קידושא רבא אחר התפילה...
זייער א שיינע ארטיקל, וואן אף עי קיינד.
די קעפל האט מיר דערמאנט, כהאב אמאל געזעהן א צעטיל, ווי וואלוויש ווייסהויז פון וויליאמסבורג רופט דעם עולם צ׳ו א קידוש פון א אייניקל, שרייבט ער אזוי.
קידושא רבא אחר התפילה, קידושא זוטא (קאווע) לפני התפילה, ודפח״ח
דאס איז זיכער געווען נאך פאר קאווע שטיבלס צייטן, ווייל היינט איז שוין קאווע א קידושא מרובא.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- רוח קדים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
Re: קידושא רבא אחר התפילה...
בעל מדות האט געשריבן:מיר פארמאגן שוין דא מעמוארן פון א וואכנאכט, א קאפיטל איבער שמחת בר מצוה און א קידושא רבה אחר התפילה... ארטיקל.
איך נאמיניר מיין מאיעסטעט [tag]יואב[/tag] זאל זיך נעמען צו די ביינער פון א אידישע חתונה, א ארטיקל כדבעי וואס זאל ווידער אויפווייזן אז יואב איז די קעניג פון אידישע הומאר.
אויב איר זענט איינשטימיג מיט מיר ביטע פאטראניזירט מיין פעטיציע מיט א לייק.
אפשר בין איך נישט אזא גוטער שרייבער ווי בעל מידות אדער יואב. כ'האב אבער אמאל אראפגעשריבן די איינדרוקן פון א חתונה כנראה לפענ"ד.
אויף וויפיל ס'ווערד, נאט אייך א לינק.
viewtopic.php?f=10&t=6997
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: קידושא רבא אחר התפילה...
שמעון וואלף האט געשריבן:קארעקשאן
קידושא רבא מיט אן אל"ף. אין לשון קודש קומט עס מיט א ה' למשל רבה אמונתך אדער אהבה רבה אבער קידושא רבא איז אראמיש
איך מיין אז מען דארף יא שרייבן
קידושא רבה
ווייל אזוי שטייט אין גמרא פסחים דף קו ע"א.
אינטערסאנט, אז רשי דברי המתחיל שטייט מיט א ה"א אבער אין רש"י אינערווענדיג שטייט מיט אן אל"ף.
למסקנה = ביידע זענען גוט די עיקר נישט זיך צו קריגן !
ביליג איז טייער...
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
טאקע דא וואלט מען געקענט ניצן די הגהות הב"ח וואס קארעקט אייביג פון רבא צו רבה און רבה צו רבא...
אבער מ'קאן זיך נישט אפרעדן ווייל די ב"ח האט אונז שוין ארויסגעהאלפן מיט קידוש דורך מזכה זיין אז דער שמש זאל נישט האבן א תירוץ ארויס צו ציען דוקא ישן מזונות ביי קידושא רבא\ה...

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -