ערב פסח איז טאקע א ענין מבער צו זיין די קוקיס, אבער ווי איינער האט שוין געשריבן כיון שניתן רשות למשחית לחבל וכו', איך וויל נישט פארמעקן מיינע באליבטע קיכעלעך.
תיכף ביים פריש אריינשרייבן נאכן פארניכטן די קעכלעך פון קאווע סייט, זעה איך יא אויבן פונעם פעידזש די בילדער מיט די הענטלעך פון די לייקס (דארט ווי ס'שטייט די ראנג ליסטע), אבער ווען די פעידזש לוידט זיך גענצליך ווערט ער צוריק נעלם.
שמואל הלוי האט געשריבן:דאס האב איך שוין געטון, אבער עדיין לא נושענו.
תיכף ביים פריש אריינשרייבן נאכן פארניכטן די קעכלעך פון קאווע סייט, זעה איך יא אויבן פונעם פעידזש די בילדער מיט די הענטלעך פון די לייקס (דארט ווי ס'שטייט די ראנג ליסטע), אבער ווען די פעידזש לוידט זיך גענצליך ווערט ער צוריק נעלם.
ידען האט געשריבן:לאדיך אפ איך האב געלייקט דיין תגובה אבער נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, ווייל איך האב עס יא זייער ליב, נאר ווייל דו שרייבסט גוט.
דאנק פאר די גוטע ״לייק״ קנעפל. ilike
איצטער האב איך שוין נאך א קריטיק צוצולייגען צו מיין הויפן: ווען מ'לייקט, ווייסט מען דאך נישט פארוואס מ'לייקט, צו פארן תוכן ,צו פארן שרייבער, אדער אפשר גאר פארן וועג פון שרייבן. שטעלט אייך פאר איינער וועט שרייבן ווי די נאציס האבן געשחטן אידן אין לאגער, אין איך על עס לייקן... מ'וועט נאך מיינען איך לייק חלילה די נאצ... אבער כ'על דיר זאגן דעם אמת. איך לייק דעם לייק קנעפל גאר שטארק. נאר וואסזשע דען? אין מזרזין אלא למזורזין, מ'זעט אזא באהערדע וועלכע שטעלט זיך אזוי שיין צו, נו, איז דאך גילטיג דער כלל "יש לו מנה רוצה מאתים", האב איך גלייך מקיים פסק געווען און פארלאנגט וואס קומט מיר.