אזוי ברעינוואשט מען א יונגער בחור

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

אזוי ברעינוואשט מען א יונגער בחור

שליחה דורך שמואל פרימו »

אזוי ברעינוואשט מען א יונגער בחור, וואס ווייסט קוים פון זיין לעבן צו זאגן...

הערט ביזן סוף:
https://www.copy.com/s/t%3A0yuVgAKkOh2i ... ishtyn.mp3
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

נישט וויכטיג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

קענסט - פילייכט - שרייבן אין קורצן וואס - נאכ'ן אויסהערן - מען דערוויסט זיך פון דארט? א פערטל גיגעבייט אויף א מיסטעריע איז גאנץ רייך. מיט דאנקע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום עליכם [tag]בן נריהו[/tag]
[NAMELESS]

Re: אזוי ברעינוואשט מען א יונגער בחור

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום עליכם שמואל. ס'איז זייער שווער אויסצוהערן אזא לאנגע זאך אן וויסן וואס מ'גייט הערן.
פליז שרייב כאטש אין קארצן וואס מ'הערט אויף די ריקארדינג
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

Screenshot 2015-06-24 10.47.04.png
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

אין קורצן הערט מען דארט, ווי אזוי א ברסלב'ער משפיע רעדט צו א דרייצן יעריגער בחור, ער מאכט אים משוגע און ערקלערט אים אז דער קליינער פארשטייט גארננישט און דעריבער מוז ער מקבל זיין אלעס וואס ער זאגט. ווען דער בחור'ל פראבירט זיך צו פארטיידיגן און זאגן אז ער פארשטייט יא, אטאקירט אים דער משפיע, פרעגנדיג "אויב אזוי וואס קומסטו דא אהער? - דו ווייסט דאך שוין אלעס..." דער בחור'ל נעבעך פראבירט זיך צו פארענטפערן (אננעמענדיג דאס מערסטע קאראזש וואס ער קען נאר, קעגן דעם גרויסן משפיע), אז בעצם פארשטייט ער אביסל, אבער ער וויל קענען מער און בעסער, ער וויל שטייגן, דעריבער קומט ער צו אים... דער משפיע לאכט אים אויס, זאגנדיג אז ער רעדט ווי א דריי יעריג יונגל וואס קען שוין אלף-בית און מיינט אז ער איז שוין מיטן טאטן גלייך, ווען דערווייל האט ער א וועלט צו גיין...

צום סוף זאגט אים דער משפיע, אז ער איז ממש צורידערט און ווייסט נישט וואס ער וויל פון זיך... "שטעל דיר פאר ווען דו גייסט אריין אין גראסערי, און מען פרעגט דיר, וואס ווילסטו קויפן, און דו שטאלפערסט, איך וויל דאס, עה, ניין, איך וויל יענס, איך ווייס נישט, איך ווייס בעצם יא.... - אזוי מאכסטו מיט מיר, איך פרעג דיר קושיות שוין א האלבע שעה, און דו ענטפערסט פשוט נישט צו דער זאך, ממש ווי א משוגע'נער..." דער אראפגעקלאפטער בחור פראבירט זיך נעבעך צו פארענטפערן, אז אין גראסערי, ווען ער קויפט עפעס, זאגט מען אים נישט "ניין, נישט דאס דארפסטו האבן, דארפסט עפעס אנדערש", אבער דא זאגט מען אים יא אזוי... אויף די שאלה דרייעט ער זיך ארויס מיט אפאר האלבע אומפארשטענדליכע ווערטער.

סוף פסוק קומט דער משפיע צו, אז וויבאלד ער איז ממש קראנק אויפן מוח, ער ווייסט באמת גארנישט און פארשטייט גארנישט, מוז ער פאלגן בלינדערהייט וואס ער זאגט אים און ער מוז מקבל זיין אלעס אן קיין פראגעס, ווייל "דו ביסט דאך קראנק..." און אויב דו ווילסט נישט, דאן קענסטו שוין ארויסגיין פון דא...

הערט און שטוינט!

נ.ב. איך ווייס נישט פארוואס עס איז אראפ פון דארט, איך קען זיך נישט אויס געהעריג דערמיט. אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין און דאס ארויפלייגן, זאל זיך ווענדן צו מיר אין אישי, וואו איך וועל עס אים שיקן, אז ער זאל עס ארויפלייגן לתועלת הרבים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן נריהו האט געשריבן:קענסט - פילייכט - שרייבן אין קורצן וואס - נאכ'ן אויסהערן - מען דערוויסט זיך פון דארט? א פערטל גיגעבייט אויף א מיסטעריע איז גאנץ רייך. מיט דאנקע.

הערר בען נעיריאה: מיר האבען שאון איינע לענגערעצייטע ניכט געהערט פאן אינען. וויר פרייען זיך זעיער שטארק צו אינענ'ס צוריקקאממען. נור אינענ'ס שפראך אויסשפרוך פון די אידיש-דייטשע זשארגאן קריכט אויף די נערוון פאן די לעזער'ס און שרייבערס דא היער אונד דען קאפעי האוז. דעריבער האבן וויר איין פערלאנג פון דעען הויכגעשעצטן העררן. ביטע פאנגען זי ביטע-שעען אן צו שרייבן אין א נארמאלע שפראך...ס'איז שוין די העכסטע צייט זיך אויפהערן נאריש צו מאכן און טרייען צו זיין "קיוט"...מיט דאנקע פאראויס. דער וואגאן טרייבער און פערד שמייסער... :lol: :roll: :o
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

פיהל פון אונז מאכן ליידער מיט מיט די יונגווארג און מ׳דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט אומוויסנד וואס צו טוהן און וועלכס איז די ריכטיגע גאנג. עטליכע זאכן וואס כ׳האב זיך געהאלטן פעסט צו דעם בעת כ׳האב משתדל געוועהן צו העלפן די נפשות נכאבות:
א) קיין ליגנט זאגן און גיין מיטן אמת יהי׳ מה שיהי׳ -- מ׳מוז נישט זיין פאליטיש קארעקט. פונעם אמת דערלייגט מען נישט.
ב) ״איך ווייס נישט״ איז אויך אן ענטפער איבערהויפט פון א מעטשור מחנך. אמאהל קען מען ענטפערן אז מ׳עט מברר זיין און אמאהל שיקט מען צו די וואס וועלן מעגליך יא וויסן. דער חניך לערנט זייער אסאך פון דעם און בעיקר וועט ער דיר גלייבן ווען דו ענטפערסט יא...
ג) אויב כ׳געהאלטן אז איינער איז קראנק האב איך געהייסן די עלטערן זוכן א פסיכאלאג וכדו׳. דער בחור האט דאס קיינמאהל געהערט פון מיין מויל. א טינעידזשער וואס איז צעמישט אין אידישקייט איז ליידער א נארמאלע ערשיינונג בימינו. קראנק זענען די מחנכים וואס פארדרייען זיי דעם קאפ.
ד) ס׳עקזיסטירט נישט די ווערטער ״וואס פארשטייען מיר?״ -- דאס איז די דיפאולט (ברירת מחדל) נארישע תשובה פון די וואס זענען פויל צו טראכטן און גיבן לאגישע ענטפערס -- פוסטע פלאפלעריי.
ה) צוברעכן יענעם גייסטיש איז בלא מיט א קעפיטל אל״ף.
ו) הערן מער ווי זאגן.
ז) לייען צווישן די שורות ווייל צומאהל איז א בחור מגלה טפח און מכסה אלפיים אמה.
ח) די שטייגער פון הסתרה קומזיצן (שוין געוועהן ארומגערעדט דא) אדער ווי איך רוף עס גרופּ וויינעריי, איז עי וועיסט אוו טיים, איבערהויפט ווען קיינער ווערט קלוגער דארטן. מ׳דארף ארויסהאבן וואס יענעם פעהלט און ארבעטן דערויף; נישט אפענטפערן מיט קום וויין זיך אויס בציבור.
ט) כ׳האב א געוויסע רעספעקט פאר ברסלב׳ער עובדי ה׳ באמת אבער ס׳איז סם המות פאר די יונגע צעמישטע מבקשים. אוועקשטעלן א בחור מיינט צו זאגן אז ר׳עט זיין געזונט בינו לבין עצמו, בין אדם למקום ובין אדם לחברו און וועט קענען פונקציאנירן אין די ריעל ווארלד...
י) אויב מ׳איז בארעכטיגט מעג מען זאגן פאר א בחור אז זיין מחנך איז א נארישע מענש און פארדרייט עם אין קאפ. ס׳געשעהט גארנישט ווען מ׳איז בלויז מאמת וואס ער ווייסט אליין... (ס׳פעהלט אויס ארומצורעדן דעם פרט און מ׳דארף האבן שכל ווען און וויאזוי ואקצר).
יא) היוצא מפיכם תעשו -- practice what you preach -- אז נישט איז א שאהד יעדעס ווארט.

היינט זענען פאראן א דיים עי דאזן אז״ג משפיעים און לדעתי מיט זייערע ברעינוואשינג (אין פאל אז ס׳געלונגט...), קינדערישע צוגאנג און אומוויסנדע מענטאליטעט וואס זיי זענען מנחיל אויך צו זייערע אז״ג תלמידים מאכן זיי מער קאליע ווי זיי זענען מתקן -- שומר נפשו ירחק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

יחיאל, הגם איך בין מסתמא פיל יונגער ווי דיר און מיט ווייניגער ערפארונג, וויל איך זיך קריגן אויף אות נומער ד.
את חטאי אני מזכיר, איך בין געווען א יונגל אדער א יונגער בחור (נישט אזוי לאנג צוריק), און מיינע מחנכים האבן זיך היבש געמוטשעט מיט מיר. איך געדענק אז פיל מאל האב איך געהאט טענות ווי אזוי מען האט מיר באהאנדלט און איך (מיט מיין שטאקיגע פקחות) האב זיך באקלאגט אז מען האט נישט ריכטיג געטאן און מען וואלט געדארפט אנדערש טון וכו'... מיין טאטע איז נישט באליידיגט געווארן און געשריגן אויף מיין חוצפה, ער האט מיר געזאגט "איך בין דיין טאטע, איך דארף דיר מחנך זיין, און איך טוה עס לויט די שכל וואס דער אויבערשטער האט מיר געשאנקען. קען זיין אז איך טוה נישט גוט, אבער אויב טוה איך נישט עפעס גוט, קומט עס פון הימל אזוי און זיכער דארף עס אזוי זיין..."

די ווערטער האבן גארנישט קאליע געמאכט אין מיר, פארקערט, עס האט מחזק געווען מיין אמונה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי מיר ארבעט נישט די לינק, ביי ענק יא?
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

מיר האפן בקרוב איבערצולייגן א פאראכטענער לינק. וויבאלד צופיל מענטשן האבן דאס געהערט, איז דאס געבלאקט געווארן. איך האף באלד נאכאמאל צוריקצושטעלן. איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס און אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין, דאן כל הכבוד.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

שמואל:
וואס דו ציטירסט בנוגע דיין טאטע ביסטו גערעכט -- א מחנך אדער הורה מעג און מוז אפילו זאגן פאר א קינד טוה אזוי ווייל אזוי האב איך געזאגט (מ׳מוז ניטאמאהל אריינמישן דעם באשעפער...).
מיין פונקט איז אז די ווערטער ״וואס פארשטייען מיר ?״ איז א הכרה צו וואס מ׳קומט צו ווען מ׳ווערט עלטער און מכח ההכרח זעהט מען איין אז יש מנהיג לבירה -- אלס איז געפירט פון אויבן און נפלאים דרכיו ית״ש. אדרבא, א קינד וואס הערט דאס און זעהט דאס אין דיין יעדן שריט און טריט מאכט עס אויף עם/איר א שטארקן איינדרוק.
מיין כונה איז געוועהן אבער אז ווען א קינד פרעגט ריכטיגע שאלות פארדינט ער/זי א לאגישע ענטפער -- נישט קיין ארויסדייעריי ווי ״וואס פארשטייען מיר?״ אדער ״דאס טאהר מען נישט פרעגן״ אד״ג. מיט אזעלכע אומפאראנטווארטליכע ווערטער פארלעשט מען א מח׳ל אדער נאך ערגער מ׳איז גורם אז ער גייט זוכן תשובות ערגעץ אנדערשוואו.

כ׳האף אז דו ביסט טאקע אזא מאמין ווי דו שטעלסט זיך אהער.
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איז דאס מערמלשטיין פון קרית יואל?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

כ׳האב געהערט פרקים פרקים און אויך דאס איז צופיהל געוועהן...
א וואונדער ס׳יונגווארג איז היינט אזוי פארדרייט? די אומערפארענע מוחות קטנים זענען די אז״ג משפיעים. כ׳קען דעם ׳משפיע׳ שוין קרוב צו פערציג יאהר. א דשאוק דעמאלסט און א גרעסערע דזשאוק היינט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:פיהל פון אונז מאכן ליידער מיט מיט די יונגווארג און מ׳דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט אומוויסנד וואס צו טוהן און וועלכס איז די ריכטיגע גאנג. עטליכע זאכן וואס כ׳האב זיך געהאלטן פעסט צו דעם בעת כ׳האב משתדל געוועהן צו העלפן די נפשות נכאבות:

איר טוט דאס שוין נישט היינט?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

הקטן האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:פיהל פון אונז מאכן ליידער מיט מיט די יונגווארג און מ׳דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט אומוויסנד וואס צו טוהן און וועלכס איז די ריכטיגע גאנג. עטליכע זאכן וואס כ׳האב זיך געהאלטן פעסט צו דעם בעת כ׳האב משתדל געוועהן צו העלפן די נפשות נכאבות:

איר טוט דאס שוין נישט היינט?

כ׳בין אומקלאהר אויף וועלכע טהייל דו פאראינטערעסירסט זיך אויב איך טוה דאס מער נישט היינט...
א) איך האלט זיך נאך היינט פעסט צו די אלע כללים ב״ה -- כ׳היט זיך ווייטער פון זאגן ליגענט אא״ו. ;)
ב) צו זיך אפגעבן און באמת ארויסהעלפן, דארף מען זיין איבערגעגעבן בלב ונפש און מ׳דארף צולייגן קאפ. דער מסובב כל הסיבות האט מיר געשיקט ארבעטן אין די מרחקים און ס׳ביסל צייט וואס איך האב דארף איך היינט פאר מיין אייגענע קינדער וואס זענען אונטערגעוואקסן בליעה״ר (טשעריטי ביגינס אט האום). צו הערן מיט א האלבע אויער, נישט געבן דורכגעטראכטע תשובות אדער עצות וואס וועלן באמת העלפן יענעם, ובודאי אז מ׳קען נישט מאכן קיין follow-up, איז א שאהד די צייט פאר ביידע. (כאטש אז מידי פעם קומט נאך אויס צו רעדן א ווארט, אבער מריחוק מקום ומחוסר זמן איז נישט אויפ׳ן זעלבן פארנעם פון אמאהל הן בכמות ובעיקר באיכות).
פארשפארט