איך ערשט לעצטנס אנגעהויבן צו כאפן אז אין ווייסע האר איז אויך פאראן סטייל'ס.
איך האב אלס פארשטאנען אז יונגע האר קאלירן זענען לעבעדיגע סטיילישע קאלירן פון וואס עס איז דא צו דיסקאסירן וועלעכע עס איז שענער,
בעת ווייסע האר איז אזא עבר ובטל'דיגע קאליר, אדער ווי מאנכע רופן עס "קבר בלומעלעך". האב איך אבער לעצטנס באמערקט אז ניין, עס זענען אין דעם אויך דא שענערע און בעאיינדרוקספולע קאלירן, איינע פון די אנדערע. און איך רעד נישט דוקא פון די ווייסע האר וואס גיט דעם חן פון אן עלטערן מענטש. נאר פון ווייסע האר אויף מענטשן וואס זענען נאך פעסט אין די פעדערן.
דא באצי איך זיך בעיקר אויף די האר פון קאפ פון שיינע מאדערנע מענטשן, און נישט פון חסידישע בערד. אבער מיר וועלן צו דעם אויך צוקומען.
עס האט מיר איינער לעצטנס אויסגעלויבט די צירה פון א געוויסער מאדערנע איד א בעסערער מענטש און א גביר פון זיינע זכרונות וועם ער געדענקט אין זיינע פופציגערס, וואס פאר א שיינע ווייסע האר ער האט (א שטיקל טשופרינע) "זיינע האר זענען שיין ווי גאלד"
און דא קומט דער דילעמא, ריין ווייסע האר ווי גאלד, איז אפשר שענער, אבער פארט איז דאס דער סימבאלישער צייכן אז דיינע יונגע יארן זענען פאריבער (אדער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] יונגע יארן), און שלום מאכן מיט א אלטע טראטל שיינקייט איז שווער, ספעציעל טאמער האסטו נישט אזא שיינע פאזיציע ווי ביבי נתניהו, וועלן דעריבער זיין אזעלעכע וואס וועלן מוחל זיין די גאלדענע ווייסע האר, און ליבערש זיך ווינטשן צו פארבלייבן גרעי וואס גיבט כאטש דער געפיל אז מען האט זיך נאך נישט געזעגנט פון די יונגע ביצים.
אבער, מען קען נישט זאגן אז גרעי איז אייביג מיעסער. איך קען גראדע געוויסע פאלאטישן'ס אין די זעכציג זיבעציגער יארן וואס זעען אויס גאר גיט מיט זייערע גרעי האר, אפילו פאנטאסטיש.
לכאורה ווענד זיך עס אין די אויסזען און געשטעל פונעם מענטש, און אויך לויט די עלטער. פאר איינעם שטימט בעסער גרעי און פאר איינעם ריין ווייס, און פאר געוויסע ביידע די זעלבע. אבער איך קלער אז א שיינע מענטש אין די "יונגע עלטערע יארן", איינמאל ער האט פארלוירן די יונגע ביצים אויפן פנים איז שענער מיט ווייסע האר.
אבער איך מיין אז על זאת יתפלל כל חסיד, קיין געל-ווייסע האר נישט צו האבן. אבער אפשר זענען פארהאן אזעלעכע וואס האבן דאס יא ליב.
אין פון "באלד" האב איך נאך אינגאנצן נישט גערעדט.
אין די ניינציגער יארן איז שוין אן אנדער מעשה.
וועלעכער סארט ווייסע האר ווילט איר האבן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
וועלעכער סארט ווייסע האר ווילט איר האבן?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
יעדער גרייז גרויער מענטש האט עפעס די וועלטס דאגות, אזש עס זאל אים מער נישט אינטרעסירן זיין פיזישער אויסזען? און אז ער האט שוין יא דערדרוקנדע דאגות, מהיכי תיתי אז א מענטש וואס אויסקוק איז זיין פרעארעטי זאל זיך נישט אינטרעסירן אין זיין אסטעטישער אויסזען צוליב זיינע דאגות.
איך קוק זיך ארום און איך זעה פיל מיט גרייזער מענטשן גייען אנגעטון אהערגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
ווילסטו זאגן אז דוקא די האר קאלער אינטרעסירט זיי נישט?
אדרבה, איך וועל גיין ארום פרעגן ביי די עלטערע חברה צו עס אונטרעסירט זיי טאקע נישט. אבער נאך פאר איך פרעג איינעם ווייס איך אויף כאטש א קליינער פראצענט אז זיי אינטרעסירט עס זיכער יא, און דאס זענען די עלטערע וואס פארבן זיך די האר צו זייער יונגע קאליר.
איך קוק זיך ארום און איך זעה פיל מיט גרייזער מענטשן גייען אנגעטון אהערגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
ווילסטו זאגן אז דוקא די האר קאלער אינטרעסירט זיי נישט?
אדרבה, איך וועל גיין ארום פרעגן ביי די עלטערע חברה צו עס אונטרעסירט זיי טאקע נישט. אבער נאך פאר איך פרעג איינעם ווייס איך אויף כאטש א קליינער פראצענט אז זיי אינטרעסירט עס זיכער יא, און דאס זענען די עלטערע וואס פארבן זיך די האר צו זייער יונגע קאליר.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל