שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטיג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטיג

שליחה דורך איש צדיק תמים »

מיט צוויי וואכן צוריק האט אסעמבליפרוי עלען דזשעפי, וועמענס דיסטריקט נעמט אריין צווישן אנדערן די היימישע געגענטן פון מאנסי און סקווירא אין ראקלענד קאונטי, אפן דערקלערט אין די אסעמבלי אז זי צווייפלט אין די לעגיטימאציע פון די שטימען פון די ארטאדאקסישע אידן וועמען זי דארף צו פארטרעטן אין אלבאני, און זי האט נאך ביז יעצט נישט געפינען אפילו פאר וויכטיג אויפצוקלערן אירע ווערטער.

דאס איז פארגעקומען דורכאויס די דעבאטע איבער די ביל פארגעשלאגן דורך דזשעפי אריינצושטעלן א מאניטאר, ד.ה. א דרויסענדיגער באאבאכטער אין די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט. די איסט רעמעפא סקול באורד באשטייט פון רוב ארטאדאקסישע אידן, זינט זיי מאכן אויס רוב פון די שטייערצאלער און עלטערן אין די דיסטריקט. דער מאניטאר וועט האבן די רעכט אפצואווארפן די באשלוסן פון די דעמאקראטישע ערוויילטע סקול באורד, וואס דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די ארטאדאקסישע אידן וועלן פארלירן זייער רעכט אריינצורעדן וואס ס'ווערט געטון מיט די שטייער געלטער.

ווען דזשעפי איז געפרעגט געווארן דורכן ארטאדאקסישן אסעמבלימאן פיל (פישל) גאלדפעדער פון קווינס צו די ארטאדאקסישע אידן זענען בכלל לעגיטימע וויילער וואס זענען בארעכטיגט צו שטימען, האט זי געענטפערט מיט איין ווארט: " איטס קוועסטשינעבל!" דאס הייסט זי צווייפלט אויב די ארטאדאקסישע אידישע שטימען זענען לעגיטים. און אויב מ'האט נאך געהאט א ספק וואס פונקטליך זי האט געמיינט דערמיט, האט מען געקענט זעהן ווען אסעמבלימאן דוב הייקינד פון בארא פארק האט איר שארף קריטיקירט דערויף האט זי ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן אדער אויסצוקלארן אירע ווערטער.

די ווערטער האבן ארויסגערופן א שוידער צווישן פילע אידן וואס האבן דאס געהערט, אפי' נישט דווקא חסיד'ישע אידן פון מאנסי, זעענדיג ווי זי ערלויבט זיך אפן אנציווייזן אויף די ארטאדאקסישע געמיינדע. עס איז דאכט זיך די ערשטע מאל זינט די סיוויל רייטס געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין די 1960'גער יארן וואס מ'הערט אז א אפיציעלע רעגירונגס באאמטער זאל זיך אפן אויסדרוקן קעגן די שטים רעכטן פון מענטשן באזירט אויף זייער עטנישע אפשטאם, און דאס קומט ווען זי אליינס האט באקומען די שטיצע פון ארטאדאקסישע וויילער אין אירע ווידערערוויילונג פארמעסטן.

אפגעזען פון וואס זי האלט איבער די ארטאדאקסישע סקול באורד, קענען מיר נישט צולאזן אז א פאליטיקאנט זאל אן קיין שום בושה זיך אויפשטעלן זאגן אז ארטאדאקסישע אידן זענען צווייפלהאפטיגע וויילער, און עס זאל אריבערגיין אן קיין שטורעם. דערפאר איז קריטיש וויכטיג אז איר זאלט אונטערשרייבן די פעטיציע וואס פארלאנגט זי זאל זיך אנטשולדיגן, און דאס ווייטער ארומשיקן צו אייערע פריינט און באקאנטע.

און די לינק צו די פעטציע קענט איר אויך זעהן א ווידיא פון אירע קאמענטארן.
https://t.co/364NKFnDoP
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

די פאלגענדע שורות איז געשריבן געווארן דורך די ארויסגעבער פון די Front Page וואס איז א וועכענטליכע אויסגאבע און ראקלענד וואס קעיטערט על פי רוב צו די מאדערנער ציבור, ווי איר קענט זעהן, האט די ווערטער פון זשעפי אויך געלייקט און שאק דעם מאדערנער ציבור וואס זעהן זיך נישט אייביק אויג צו אויג מיטן היימישן ציבור און רעגירונגס אישוס און מאנסי און אומגעגנט.

It has now been approximately two weeks since Assemblywoman Ellen C. Jaffee stood on the New York State assembly floor and outrageously denounced the Jewish community as voters of “Questionable” legitimacy.

I am not aware of any instance since the early 1900s where it has been suggested by a government official that a group of U.S. citizens may not be legitimate voters due to their ethnicity.

While it is her every right to question the East Ramapo School Board for its actions, her criticism must be based on a review of the facts on the ground, and not be driven by prejudices, disdain for the voting public who put the board in power, or disdain for their religious beliefs.

The fascinating part of this all, is that she has accused the board of being “unable to properly represent the public
school children”

Actually, in our country of representative government, while it is the job of a school board to provide and allocate funding for the public school children, they actually aren’t supposed to “represent” the public school children.

Rather, their job is to represent their constituents, the taxpayers, the voting public. We get taxed, we get represented. Our country was founded based on this principle.

So, while they might not be happy with the decisions the board made, if the board was in good faith acting on behalf of the people they are supposed to represent – their constituents – then they are doing their job, properly.

Assemblywoman Ellen Jaffe’s job, likewise, is to represent her constituents. Her voting public, her taxpayers. In otherwise, us!

And by calling our status as voters “questionable”, she has clearly demonstrated that she is unable to represent the people she is supposed to, her constituents.

I therefore urge each and every one of you to sign the petition asking for either an apology for her outrageous statement, or for her to remove herself as our representative and let Ellen Jaffee know that no matter how you stand on her oversight bill, whether you are for it or against it, as a U.S. citizen your vote is just as legitimate as anybody’s. “One person, one vote” applies to us also.

Please sign on the petition demanding that Assemblywoman Ellen Jaffeap apologize
Or resign.

https://www.change.org/p/assemblywoman- ... -or-resign
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

When are we signing petitions against all the hateful things being said by the frim community like calling politicians "Nazi"?
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

אדרבה מאך א פעטיציע, עס איז א פרייע מדינה (נישט לויט זשעפי, אבער רוב האלטן אז יא)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

האט זי אנגעריפן "questionable" די חסידים'ס שטים רעכט, אזוי ווי די קלעימסט, אדער האט זי איבערגעלאזט א מקום פאר צווייפל איבער דאס אויסגעהאלטנקייט פון די רעזולטאטן? ס'איז א ריזן חילוק.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטי

שליחה דורך דעת תורה »

בפשטות האט זי זיך באצויגן צו די פאקט אז חסיד'ישע אידן שיקן נישט אליין זייערע קינדער אינעם דיסטריקט, און מילא די זעלבע טענה וואס איז דא אויף די באורד איז דא אויף די מאיאריטעט וויילער אויך.

דער אמת איז אז די טענה איז א שטארקע. אבער לעומת זה, זינט מ'בעט דאך טעקס פון יעדן איינעם איז דאך נישט שייך נישט צו געבן שטים רעכט.

די שאלה איז, אויב איסט ראמאפא וואלט איינגעגאנגען אויף א פרעצעדענטלאזע אפמאך, אז - עכ"פ אין א דיסטריקט ווי רוב איינוואוינער שיקן אין פריוואטע סקול'ס - זאל נאר ווער עס שיקט אין די סקול ברויכן צאלן טעקס, און זיין בארעכטיגט צו שטימען.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א בערך'דיגער פלאן, האט אסאך פעלערן, און אפילו ווען יא ברויך עס אויך דורכגיין א געזעץ אפשטימונג אין די סטעיט לעגיסלאטור. אבער בכל אופן איז דאס גוט אין פרינציפ. מ'קען מסכים זיין מיט די טענה אז ווער עס שיקט נישט אהין זאל נישט אריין רעדן אין אירע פאליסי'ס, אבער פונקט אזוי ברויך די קעגנערישע זייט מסכים זיין אז צאלן טעקס דערפאר האט נישט קיין פשט.

איך האלט ערנסט אז אויב ווערט דער מאניטאר געזעץ באשטעטיגט, זאל מען אריין געבן אזא קאנטער ביל אין אסעמבלי.

(פארשטייט זיך קרית יואל וועט קיינמאל נישט בעקן אזא געזעץ, און ס'איז צו ערווארטן אז אויב למשל זאל אזא געזעץ געשטעלט ווערן פאר א רעפערענדום דארטן וועלן די קעלבלעך עס אראפ וואוטן. אבער דאס איז שוין גענצליך א אנדערע שמועס).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

איש צדיק תמים האט געשריבן:די ווערטער האבן ארויסגערופן א שוידער צווישן פילע אידן וואס האבן דאס געהערט, אפי' נישט דווקא חסיד'ישע אידן פון מאנסי, זעענדיג ווי זי ערלויבט זיך אפן אנציווייזן אויף די ארטאדאקסישע געמיינדע. עס איז דאכט זיך די ערשטע מאל זינט די סיוויל רייטס געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין די 1960'גער יארן וואס מ'הערט אז א אפיציעלע רעגירונגס באאמטער זאל זיך אפן אויסדרוקן קעגן די שטים רעכטן פון מענטשן באזירט אויף זייער עטנישע אפשטאם, און דאס קומט ווען זי אליינס האט באקומען די שטיצע פון ארטאדאקסישע וויילער אין אירע ווידערערוויילונג פארמעסטן.


איך בין נישט באקאנט מיט דעם פאל, אבער אויב אירע אויסדרוקן זענען געווען געוואנדן קעגן דער (אולטרא-) ארטאדאקסישער געמיינדע אין מאנסי, איז עס נישט עפעס וואס האט צוטון מיט אן עטנישן אפשטאם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Big Boy האט געשריבן:When are we signing petitions against all the hateful things being said by the frim community like calling politicians "Nazi"?

Big Boy: with your mindset, you would have signed a petition, in the ghetto, protesting the fact that the "frim" community called the Nazis by their true name, Nazis...!
n.b.: I know. Your next post will be that you don't understand what I'm saying. So spare me the time and effort of answering your ----question... :roll: :twisted:
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

דעת תורה האט געשריבן:בפשטות האט זי זיך באצויגן צו די פאקט אז חסיד'ישע אידן שיקן נישט אליין זייערע קינדער אינעם דיסטריקט, און מילא די זעלבע טענה וואס איז דא אויף די באורד איז דא אויף די מאיאריטעט וויילער אויך.

דער אמת איז אז די טענה איז א שטארקע. אבער לעומת זה, זינט מ'בעט דאך טעקס פון יעדן איינעם איז דאך נישט שייך נישט צו געבן שטים רעכט.

די שאלה איז, אויב איסט ראמאפא וואלט איינגעגאנגען אויף א פרעצעדענטלאזע אפמאך, אז - עכ"פ אין א דיסטריקט ווי רוב איינוואוינער שיקן אין פריוואטע סקול'ס - זאל נאר ווער עס שיקט אין די סקול ברויכן צאלן טעקס, און זיין בארעכטיגט צו שטימען.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א בערך'דיגער פלאן, האט אסאך פעלערן, און אפילו ווען יא ברויך עס אויך דורכגיין א געזעץ אפשטימונג אין די סטעיט לעגיסלאטור. אבער בכל אופן איז דאס גוט אין פרינציפ. מ'קען מסכים זיין מיט די טענה אז ווער עס שיקט נישט אהין זאל נישט אריין רעדן אין אירע פאליסי'ס, אבער פונקט אזוי ברויך די קעגנערישע זייט מסכים זיין אז צאלן טעקס דערפאר האט נישט קיין פשט.

איך האלט ערנסט אז אויב ווערט דער מאניטאר געזעץ באשטעטיגט, זאל מען אריין געבן אזא קאנטער ביל אין אסעמבלי.
איך האב געטראכט דאס זעביגע ווי די, אבער דערנאך האב איך געזעהן די לענגערע ווערסיע פונעם דעבאטע האב איך געזהען אז ניין זי האו טאקע געמיינט צו זאגן דאס וואס איך האב אויבן געשריבן.

ווייל דער גאלדפעדער פרעגט איר קודם, ״צו האלט איר אז עלטערן וואס האבן נישט קיין קינדער און פובליק סקול זאלן נישט האבן קיין רעכט צו שטימען און סקול באורד עלעקשאנס, דאן שלאגט פאר אזא געזעץ?״ ענטפערט אויף דעם זשאפי, אז ניין זי האלט נישט אז זיי זאלן נישט קענען שטימען, דאן איז געקומען די פראגע ווי ער פרעגט איר צו זיי זענען לעגעטימע וויילער, קוק דא אויף דעם לענגערן קליפ.

פארשטייט זיך קרית יואל וועט קיינמאל נישט בעקן אזא געזעץ, און ס'איז צו ערווארטן אז אויב למשל זאל אזא געזעץ געשטעלט ווערן פאר א רעפערענדום דארטן וועלן די קעלבלעך עס אראפ וואוטן. אבער דאס איז שוין גענצליך א אנדערע שמועס).


קודם האב איך אויך געמיינט אז דאס האט זי געמיינט צו זאגן, אבער דערנאך האב איך געזעהן א לעגערע קליפ פון די דעבאטע, און פאר די קשיא, האט גאלדפעדער געפרעגט, ״צו האלט איר אז עלטערן וואס שיקן נישט און פובליק סקול זאלן נישט קענען שטימען און סקול באורד עלעקשאנס, צו וואלט איר געשטיצט אזא געזעץ?״ און אויף דעם ענטפערט זי ״ניין, איך וואלט אזא געזעץ נישט געשטיצט, דאן פרעגט ער איז צו זיי זענען לעגעטימע וויילער און די סטעיט אוו ניו יארק, אויף וואס די שאקינג ענטפער איז געקומען אז עס איז questionable.

און מען קען זעהן די שאק אויפן פנים פון גאלדפעדער און די ארומיגע אסעמבלילייט און זייערע געהילפן.

דא איז א לינק צו א לענגערע ווערסיע פונעם דעבאטע.
http://youtu.be/8XgVcnpMR9o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש צדיק תמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

דאבל
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטי

שליחה דורך דעת תורה »

אקעי, קוקט אויס אביסל א שטורעם אין א גלעזל וואסער. ער פרעגט בכלל נישט צי זיי זענען לעגיטים, שטים בארעכטיגט, וכדו', נאר צי זיי זענען בפועל רעזשיסטערד וואוטערס, צי זיי האבן טעכניש זיך רעגיסטרירט. אויף דעם קומט איר (נארישע) ענטפער אז ס'איז קוועסטשאנעבל - א אנדייטונג אז מעגליך האבן אנדער עיזש, אדער פאלשע נעמען געשטימט. דאס איז כמובן א נארישע בכלל נישט אויפגעוויזענע אלעגעישאן מצד די אנטי חסידים אין די געגנט, און ס'איז טראבלינג אז די געגנט פארמאגט אזא נארישע רעפרעזענטיוו אין די אסעמבלי. אבער דאס איז בכלל נישט דאס וואס דער אשכול / פעטיציע / לייט ארטיקל פרובירן אראפ צו מאלן מיט די טונקעלסטע פארבן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

דעת תורה מיטן פילען ריספעקט בין איך גאר שטארק מחולק.
ווען א פלעינער גוי אדער אנטי ארטאדאקס רידערער היץ קאפ זאגט דאס איז איין זאך, און דאס איז א נייער טאקטיק טאקע וואס זיי ניצן אנשטאט שרייען ווי אמאל אז די חסידים שטימען און א בלאק וואויט, שרייען זיי אז מיר ברענגען באסעס פון ברוקלין צו שטימען, און דער עמך גוי, גלייבן ווי בהמות אז די אידן פעלטשען טאקע עלעקשאנס און גרויסן.

אבער! ווען א סיניאר אסעמבלי מעמבער זאגט דאס אויף די פלאר פון די אסעמבלי בתוך קהל עם ועדה איז דאס א שרעקליכע זאך, ווייל דאס לעגעמיטיזירט די אלע שקרים און לגיונות וואס די היץ קעפ פארקויפן, נאכדערצו אז סיי גאלדפעדער און סיי הייקינד האבן איר שארף אראפגעריסן פאר איר סטעיטמענט בשעת מעשה, און זי האט זיך בכלל נישט פראבירט צו קארעקטן אדער זיך אנטשולדיגן.

קיינמאל האבן אידן נישט געהאט קיין צרות פון די עמך גוי נאר ווען די רעגירונג׳ס באאמטע האבן געקוקט אויף די אנדערע זייט, אדער אפען געשטיצט די בילבולים און האס!

א סטעיט אסעמבלי פאזיציע נאכדערצו אויב איז מען א סיניאר מעמבער ווי זשעפי איז איז נישט קיין קליינע פאזיציע, און מען קען און טאר דאס נישט פארשווייגן צו ווייזן אז מען קען נישט אפען העצן קעגן אונז.

ווען זי זאגט דאס זעלבע אויף שווארצע, וואלט זי שוין 24 שעה דערויף געפאקט די פעק.

זי איז ליידער א אידישע און דאס איז סעקטעריען האס וואס איז דאס ערגסטע האס וואס איז פארהאן.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

אפדעיט!

שליחה דורך איש צדיק תמים »

נעכטן נאכט נאכן באקומען היעט פונעם ציבור, און די אונטערשריפטן האבן זיך אנגעפאנגען צו ריקען האט אססעמבלי פרוי זשעפי ארויסגעשיקט א פרעס ריליעס צו די פראנט פעיזש און פריוואט (נישט ווי געווענטליך וואס מען פובליצירט עס אויפן וועב זייטל און מען שיקט עס צו די לאקאלע מידיע) ווי אנשטאט זיך אנשולדיגן און פטור אן עסק, באשולדיגט זי גאר אז מען נעמט ארויס אירע ווערטער פון קאנטעקסט און מען ריקט ארויס מיס-אינפארמאציע, אויף דעם ארויף האט מען ארויפגעלייגט א פרישער לענגערע ווידיא אויף יו טוב ווי מען זעהט אז זי זאגט אקוראט וואס מען באשולדיגט איר און זאגן.

פאר ווער עס וויל אביסל פארשטיין ווער די אסעמבליפרוי זשעפי איז, איז וויכטיג אנצומערקן אז אויף יעדע אישו וואס האט מיטן היימישן ציבור איז זי דאס גרעסטע שטערער און רידערער אפי׳ ווען עס האט מיט איר דיסטריקט גארנישט איינגעלייגט, גאר לעצטענס אויסער איסט ראמאפא וואס זי איז די גאנצע העצער אינעם ביל, און האט זיך ניטאמאל געוואלט טרעפן מיט היימישע עלטערן פון ספעציעלע קינדערלאך וואס האבן געפערליך מורה געהאט פונעם ביל, וואס האבן זיך געבעטן מיט טרערן אז זי זאל זיי שענקען א מיטינג ווען זיי זענען אמאל געווען און אלבאני, און זי האט פשוט זיך אויסגעדרייט דעם ריקען און אוועקגעוואקט, (וביי דעי וועי איסט ראמאפא, איז אויך כמעט נישט און איר דיסטריקט, נאכדעם וואס זי זעלבסט האט געשתדלט אז מען זאל דאס ארויסשניידן ביים רידיסטריקטן.

זי איז געווען די גרעסטע העצער און די אסעמבלי קעגן עדיוקעשן טעקס קרעדיט. EITC
זי האט שטארק אנגעדרייט אז די אסעמבלי זאל שטימען יא אויף די אנטי קעי זשעי אננעקסעישן ביל כאטש עס האט זילטש איינגעלייגט מיט איר דיסטריקט.

מען האט מיט איר שוין געטרייט מיט גוטן, צוויי מאל האבן איר די עסקנים געשטיצט און גרויסן ווייל מען האט זיך גערישט אז זי גייט געווינען האט מען כאטש געוואלט זיין אויף איר גוטע זייט, אבער גארנישט האט געהאלפן.

ביטע נעמט ממש איין מינוט און שרייבט אונטער די פעטיציע, ווי מען קען זעהן פון איר פרעס ריליעס האט זי מורה אז אויב עס קומט אריין אסאך אונטערשריפטן וועט דאס די אלגעמיינע מידיע אויפיקן, און דאס וויל זי נישט.

דא איז די לינק
https://www.change.org/p/assemblywoman- ... -or-resign

דא איז אויך א לינק צו די נייע לענגערע ווידיא
http://youtu.be/8XgVcnpMR9o
פארשפארט