פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

שליחה דורך קאנצעפט »

לכבוד תשעה באב איז אפשר אין פלאץ צוצוברענגען דעם לינק, דאס זענען אלע פילמ'ס (הונדערטער!) וואס זענען שוין ערשינען איבער דעם צווייטן וועלט מלחמה (אין אלע שפראכן). צווישן די דאזיגע געפינט זיך די גאר באוואוסטע אסקאר וואונענדיגע, א שטייגער ווי "שינדלער'ס ליסט" וואס דערויף האט דער דאן פרעזידענט קלינטאן געזאגט ביי א דרשה, "איך בין געגאנגען זען שינדלער'ס ליסט, איך וואלט יעדן צוגעשטופט עס צו גיין זען"...

(רעדנדיג פון שינדלער'ס ליסט; עס איז באקאנט אז סטיווען ספיעלבערג, דער לעגענדארער דירעקטאר פון דעם פילם - א געבוירענער ביי היימישע אידן - האט ביים דירעקטירן דעם פילם באקומען א שטארקע געפיל צו אידישקייט, און זיך געלייגט א מזוזה ביי זיינע טירן... בשעת'ן פילמען, אריינלייגנדיג זיך ראשו ורובו אין די נעבעכדיגע מצב פון די אידן, איז ער צומאל געווארן אזוי צוטראגן אז ער האט געמוזט האבן א קאמידיען זאל אים רופן דערפרייען... צומאל האט ער אפי' נישט געקענעט אליין צוקוקן די סצענעס וואס ער אליין האט דירעקטירט!)

אה, שיער פארגעסן דעם לינק...
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_World_War_II_films
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

און וואס טוט זיך מיט ביכער? האט עפעס איינער א רעקאמענדאציע פון א גוטן האלאקאסט בוך מיר צו העלפן די מנהג צו לייענען אום תשעה באב עפעס וועגן דעם לעצטן חורבן? וויאזוי קען איך דען גרינגער ארויסשלעפן זאלציגע טרערן על עם ישראל אשר נפלו בחרב?
נאר איך ציטער שוין פון דעם נקמה געפיל וואס כאפט מיך אן יעדעס מאל נאכ'ן ליינען. אפילו מיין שכל טענה'ט צומאל אז די היינטיגע זענען נישט שולדיג, זענען מיינע געפילן נישט מסכים. כ'האב שוין אויך געזען וויאזוי מען פרובירט היינט פארשטיין די פסיכאלאגיע וויאזוי אזויפיל מענטשן קענען אויפאמאל ווערן איבערגעדרייט צו אזעלכע חיה'אישע רוצחים און עקספערימענטן וויאזוי א טורמע וועכטער קען ווערן אביוסיוו, אבער נאך אלעם קען איך דאס נישט פארשטיין און יעדעס מאל נאכ'ן ליינען הייבט מיין בלוט אן קאכן ווי זכריה הנביא'ס.
ווען מען לייענט און מ'ווערט אריינגעטינקען אין די פאקטישע סצענעס פון די בארבארישע גרוילטאטן און שרעקליכע פייניגונגען און רציחות, קען מיין קליין הערצעלע בשום אופן נישט פארשטיין וויאזוי א יומען ביאינג קען פיזיש אזוינס טון. נאכדערצו ווען מ'איז נישט אונטער קיין געפיל פון א מאמענטאלע כעס, פארטיידיגונג אדער געפאר. צו פייניגן און מארדן פרויען מיט פיצלעך זייגעדיגע קינדער אין זייערע הענט, וויאזוי די גיהנם טוט מען דאס? אזא בארבאריזם אויף אומבאהאלפענע, אויסגעמאגערטע, צעבלוטיגטע און פארוואונדעטע הויט-און-ביינער געשטעלן? און נאך אזוי סיסטעמאטיש, מיט א רואיגקייט,, נאך א גוטן פרישטאג, מיט א שמייכל, מיט סארקאזם, און דערביי שלאגן, האקן, פייניגן, שיסן, מארדן, פארגאזן, פארברענען. וויאזוי? איך פארגלאץ די אויגן אויף איין גרויליג בילד און עס איז גענוג אפצוטויטן מיינע געדאנקען. עס איז גענוג מיך צו פארעקלען פון דער מענטשהייט. זענען מיר טאקע בלויזע חיות? אדער אפשר נאך ערגער. זיי הרגענען כאטש אינסטינקטיוו צו האבן עסן, זיך פארטיידיגן אדער אן אנדערע סיבה, אבער נישט פון זייער אייגענע מין און נישט סתם פאר שוואוילטאג.
עס איז מיר צומאל באמת שווער צו לייענען און הערן פון אן איבערלעבער די ביטערע שילדערונגען מיט אלע לעבעדיגע פרטים? עס רייסט שטיקער. נאר אויב ער האט עס מיטגעמאכט, קען איך דען זיך אפרעדן אויפ'ן ליינען? אזויפיל מעג איך נאך טון פאר מיינע זיידעס. זיי האבן דאך געוואלט, גע'חלש'ט, מיר זאלן וויסן. וויל איך טאקע כאטש וויסן.
נו, הצעות? וועלכע האלקאסט ביכל האט אייך דאס מערסטע בארירט?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

אויב זיכסטו זאלציגע טרערען דאן וואטש שינדלערס ליסט, איך האב געווינט ווי א בעיבי ווען כ'האב עס געוואטשט.
אבער חוץ פון ווייזען די בארבארישקייט און געמיינקייט פונעם מענטשהייט, ווייזט עס אויך די שטארקייט און גבורה פון א מענטש וואס וואלט רואיג געקענט קוקען די אנדערע וועג, אבער האט זיך מוסר נפש געווען פאר א פאלק וואס איז נישט זיינס, און נישט געבעטן גארנישט פאר אפצאל.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

וואו קען איך זעהן די ווידיאו?
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פאר ווער עס וויל ליינען וואס עס איז באמת פארגעגאנגן ביים קריג (אן די פרומע צענזור, וואס איז א שמועס פאר זיך) וואלט איך רעקאמאנדירט דער בוך Nine Suitcases אבער איך ווארען אייך פארדעם איך קען אייך גאראנטירן איר וועט האבן שלאפלאזע נעכט! אפילו פאר איינער וואס האט שוין געליינט אסאך איבערן קריג איז דאס גאר א מאכטפולער ביישרייבונג און איז געשריבן געווארן תיכף נאכן קריג (דער מחבר איז אוועק אין תש"ט) ווען אלעס איז נאך געווען גאר רוי.

אויך קענט איר ליינען The House of Dolls פונעם באקאנטן מחבר קא-צעטניק (אויך זיין בוך Piepel פאר די מענערישע גירסה) אבער דאס איז שוין אביסעל קאנטרעוועסעל ווייל עס מישט פאקט מיט פיקציע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

דא האט עטס די באוויסטע מאווי פון די צוויי אידן רודולף וורבע און אלפרעד וועצלער ווי אזוי זיי האבן זיך ארויסגעשמוגלט פון אוישוויץ און זיי האבן למעשה געברענגט צו די וועלט די אינפארמאציע וועגן די געפערליכע טהאטן פון די דייטשן ימ"ש ס'איז זייער אינטרעסאנט http://www.pbs.org/wnet/secrets/episode ... schwitz/8/
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

נאך אינפארמאציע בכלל וועגן א צווייטע אנטלויפן http://www.dailymail.co.uk/news/article ... ficer.html
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

די באוויסטע טאגבוך (diary) פון אנא פראנק אין יודיש פאר ווער עס האט געדולד צי לייענען אלטע אידיש https://dl.dropbox.com/u/11585487/anna% ... 0diary.pdf
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

גלות יוד האט געשריבן:די באוויסטע טאגבוך (diary) פון אנא פראנק אין יודיש פאר ווער עס האט געדולד צי לייענען אלטע אידיש https://dl.dropbox.com/u/11585487/anna% ... 0diary.pdf

יישר כח זייער אינטערעסאנט
(בכלל נישט אזעלכע אלטע אידיש)
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך פארוואס נישט »

יישר כח טאגבוך.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

Espresso האט געשריבן:אויב זיכסטו זאלציגע טרערען דאן וואטש שינדלערס ליסט, איך האב געווינט ווי א בעיבי ווען כ'האב עס געוואטשט.

כ'טרעף עס נישט אינם וויקי לינק, קענסט מיר צוווייזן וואו מען קען עס זען?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שרגא האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט ביכער? האט עפעס איינער א רעקאמענדאציע פון א גוטן האלאקאסט בוך מיר צו העלפן די מנהג צו לייענען אום תשעה באב עפעס וועגן דעם לעצטן חורבן? וויאזוי קען איך דען גרינגער ארויסשלעפן זאלציגע טרערן על עם ישראל אשר נפלו בחרב?
נאר איך ציטער שוין פון דעם נקמה געפיל וואס כאפט מיך אן יעדעס מאל נאכ'ן ליינען. אפילו מיין שכל טענה'ט צומאל אז די היינטיגע זענען נישט שולדיג, זענען מיינע געפילן נישט מסכים. כ'האב שוין אויך געזען וויאזוי מען פרובירט היינט פארשטיין די פסיכאלאגיע וויאזוי אזויפיל מענטשן קענען אויפאמאל ווערן איבערגעדרייט צו אזעלכע חיה'אישע רוצחים און עקספערימענטן וויאזוי א טורמע וועכטער קען ווערן אביוסיוו, אבער נאך אלעם קען איך דאס נישט פארשטיין און יעדעס מאל נאכ'ן ליינען הייבט מיין בלוט אן קאכן ווי זכריה הנביא'ס.
ווען מען לייענט און מ'ווערט אריינגעטינקען אין די פאקטישע סצענעס פון די בארבארישע גרוילטאטן און שרעקליכע פייניגונגען און רציחות, קען מיין קליין הערצעלע בשום אופן נישט פארשטיין וויאזוי א יומען ביאינג קען פיזיש אזוינס טון. נאכדערצו ווען מ'איז נישט אונטער קיין געפיל פון א מאמענטאלע כעס, פארטיידיגונג אדער געפאר. צו פייניגן און מארדן פרויען מיט פיצלעך זייגעדיגע קינדער אין זייערע הענט, וויאזוי די גיהנם טוט מען דאס? אזא בארבאריזם אויף אומבאהאלפענע, אויסגעמאגערטע, צעבלוטיגטע און פארוואונדעטע הויט-און-ביינער געשטעלן? און נאך אזוי סיסטעמאטיש, מיט א רואיגקייט,, נאך א גוטן פרישטאג, מיט א שמייכל, מיט סארקאזם, און דערביי שלאגן, האקן, פייניגן, שיסן, מארדן, פארגאזן, פארברענען. וויאזוי? איך פארגלאץ די אויגן אויף איין גרויליג בילד און עס איז גענוג אפצוטויטן מיינע געדאנקען. עס איז גענוג מיך צו פארעקלען פון דער מענטשהייט. זענען מיר טאקע בלויזע חיות? אדער אפשר נאך ערגער. זיי הרגענען כאטש אינסטינקטיוו צו האבן עסן, זיך פארטיידיגן אדער אן אנדערע סיבה, אבער נישט פון זייער אייגענע מין און נישט סתם פאר שוואוילטאג.
עס איז מיר צומאל באמת שווער צו לייענען און הערן פון אן איבערלעבער די ביטערע שילדערונגען מיט אלע לעבעדיגע פרטים? עס רייסט שטיקער. נאר אויב ער האט עס מיטגעמאכט, קען איך דען זיך אפרעדן אויפ'ן ליינען? אזויפיל מעג איך נאך טון פאר מיינע זיידעס. זיי האבן דאך געוואלט, גע'חלש'ט, מיר זאלן וויסן. וויל איך טאקע כאטש וויסן.
נו, הצעות? וועלכע האלקאסט ביכל האט אייך דאס מערסטע בארירט?
ברענגסט דאך עס אזוי גיט ארויס,איך האב אויך די קשיא יעדעס מאל איך ענדיג א פילם פון די צווייטע וועלט קריג,איך שטיי און איך ווינדער מיך פארוואס איז דאס גישעין,וויאזוי קען זיין א נארמאלער פאלק זאל זיך נעמען פאר א ציל פשוט און פראסט צו טויטן א גאנצע פאלק,מענטשן וואס זענען געווען נארמאלע סטאבילע מענטשן,מענטשן וואס האבן געהעריג געהאט א פעמעלי,מענטשן וואס האבן מחשיב געווען לייף,נישט אזוי ווי די אראבערס וואס שיקן זייער אייגינע מענטשן צו זייער טויט,ביי זיי איז לייף נישט ווערט וואס איז א חילק וועם מ'הארגעט א יוד צו להבדיל א אראבער.. אבער די נאציס ימח שמם זענען בכלל נישט געווען אזעלכע מענטשן.. וואס האבן שוין די אידן געטוען אז יעדע נאצי זאל ווילן אויסהארגענען א גאנצע פאלק???
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

אויב איינער איז אינטרעסירט און נאך סחורה זאל ער מיר זאגן וואס ער וויל און כ'וועל זען צי איך האב אדער ווייס
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

א מעשה פון א קריסטליכע דינסט Irena Sendler א 17 יעריג מיידל וואס האט איבערגענומען די הויז פון אירע אייגענטומער און האט זיי געהאלפן ראטעווען, א אמת'ע געשיכטע . http://www.youtube.com/watch?v=lBHOPvRQ ... plpp_video
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

שינדלערס ליסט קען מען נישט זען בחינם ערגעץ?
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

א דאנק פאר די הילף. רוב פון דא האב איך שוין געזען/געליינט, אבער נישט די "ניין רענצלעך", וועל איך עס טאקע מערצעשעם נעמען פון לייברערי.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שרגא האט געשריבן:א דאנק פאר די הילף. רוב פון דא האב איך שוין געזען/געליינט, אבער נישט די "ניין רענצלעך", וועל איך עס טאקע מערצעשעם נעמען פון לייברערי.

פאר ט"ב נאכמיטאג איז עס פונקט גוט, איך ווארט צו הערן דיין דעה אויפן בוך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.

איך וויל פארשטיין, זענען דאס עכטע פילמס אדער נאר נאכגעמאכטע, פון איין זיט קוקט עס אויס עכט מיט די אלע אלטע מענשטן וכו' פון די צווייטע זייט, קודם דאס רעדן ענגליש מאכט עפעס נישט קיין סענס, ועוד כמה זאכן (און איך האב נאכנישט געזען די גאנצע)
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

אקורשט געזען 'דער פיאניסט', וואס זאל איך אייך זאגן, "עיני עיני יורדה מים" וואס אידן האבן מיטגעמאכט אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, עס רייסט ביים הארץ די רציחות וואס האט זיך דאן אפגעטון, ווי א לעבן איז געווען ווערד ווייניגער ווי א שטיקל ברויט, וויאזוי די אידן זענען ממש געווען משוגע נאך א שטיקל עסן, און זיך אויפגעפירט ווי חיות (רשעות'דיגע פלאן פון די דייטשן אז אזוי זאל מען נישט טראכטן פון אויפשטאנד), ער וואונטשט זיך צו זען א נקמה אין די דייטשע פארשאלטן פאלק!
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שרייבער האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.

איך וויל פארשטיין, זענען דאס עכטע פילמס אדער נאר נאכגעמאכטע, פון איין זיט קוקט עס אויס עכט מיט די אלע אלטע מענשטן וכו' פון די צווייטע זייט, קודם דאס רעדן ענגליש מאכט עפעס נישט קיין סענס, ועוד כמה זאכן (און איך האב נאכנישט געזען די גאנצע)

שוין געענדיגט זען די גאנצע, לכאורה איז דאס נאכגעמאכט

איך וואלט געוואלט זען עכטע וואס איז אפגעכאפט בשעת די מלחמה, געפינט זיך אזוינס?
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

שרייבער האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.

איך וויל פארשטיין, זענען דאס עכטע פילמס אדער נאר נאכגעמאכטע, פון איין זיט קוקט עס אויס עכט מיט די אלע אלטע מענשטן וכו' פון די צווייטע זייט, קודם דאס רעדן ענגליש מאכט עפעס נישט קיין סענס, ועוד כמה זאכן (און איך האב נאכנישט געזען די גאנצע)

נעוואדע איז עס נאכגעמאכט,
האסט געקלערט אז מ'האט אויפגעשטעלט א מאווי סטודיאו אין לאגער?
(אונזערע זיידעס וואלטן זיכער מוחה געווען...)
פארשפארט