עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
מורא'דיק באשריבן, און נאכמער אומבאגרייפלעך די עבודת הבורא פון אט די שרפי מעלה.
איך וויל נאר מעיר זיין אז אפשר דארפ'סט דו זיך אביסל מער היטן ניט אריינצופאלן אין די שאול פון גוזמאות, און דווקא ווייל דער רוח היום פון חרידישע אויסגאבעס איז צו אויפהויבן אונזערע גדולים עד לשמים בבחי' משה עלה למרום, דארפמען מער ארויסבריינגען דער חולין'דיקער צד זייערער בבחי' והורידה לנו את התורה מיר זאלן קענען לערנען פון זייערע ריינע גלייכע דרכים ווי צו לעבן אין אונזער אומריינע פארקרימטער וועלט.

האמיר שוין געשריבן, אז אין קומענדיגן קאפיטל וועט דאס ארויסגעברענגט ווערן. דער חלק 'וירד משה מן ההר אל העם'.
אגב: אין פאקט, האב איך נישט געשריבן קיין איין גוזמא. ס'דא נעמען, און אלעס האב איך געהערט פונעם מקור ראשון [בכלל בין איך א סקעפטיקער, ווילאנג איך הער נישט פונעם מקור ראשון ווער איך נישט אזוי שנעל איבערצייגט].

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
און יעצט נאכן באלייקן, קען מען זיך אנטשולדיגן.
אזוי גייט עס ווען מען ליינט אן אמשינאווער קאפיטל, און נאכדערצו אזוי מיט זאפט, אזש מען שפירט זיך אין אמשינאוו אליינס, לא ימלט אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן אמשינאוו'קייט, וכמאמר המדרש הנכנס לחנותו של בושם לא ימלט אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן פונעם געשמאקן ריח.
שוין באלד א חודש וואס איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען מיט א ישוב הדעת, אבער געלויבט דער פון אויבן, אז יעצט האט זיך געמאכט עפעס צייט, און מה נאמר ומה נדבר [tag]אדנירם[/tag], באלייכסט אונזער שטיבל מט די שיינע קאפיטלען, כה לחי, זאל דיר דער באשעפער געבן כח און געזונט און צייט, אנצוגיין ווייטער ליהנות ולהנות בני אדם פה בשכונת קאווע המעטירה.
הכו"ח ידידך וידיד כל בית קאווע, וידיד כל בית ישראל
א איד
נ.ב. ייש"כ לידידינו [tag]פריעד באטשי[/tag] פארן זיך אריינלייגן אין די לייק דרייוו, (קרעדיט [tag]וויל קענען[/tag]) למען הצלחת הקאווע ובית אמשינאוו להגדיל תורה ולהאדירה

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[center]זעכצנטע קאפיטל:
די זעלטענע מידות פון רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center]
[center]אהבת ישראל.[/center]
איינער פון די יסוד היסודות פון אמשינאוו איז אלס געווען דער מידה פון 'אהבת ישראל'. דאס איז געווען אן עיקר במשנת חייו פון ר' איציק'ל. זיין אהבה איז געווען אזוי שטארק, אז אהבה מקלקלת את השורה און ער האט ליב געהאט יעדן איד באשר הוא, און ער האט אלס געטראפן א גוטע נקודה אויף א איד. אזויווי דער מייסד השושלת, רבי איציק'ל וואורקער האט געטייטשט דעם פסוק: ויחן שם ישראל נגד ההר, אז 'ויחן' איז מלשון 'חן', און די כונה איז אז ביי מעמד הר סיני האט יעדער געטראפן 'חן' אין די אויגן פון זיין חבר, באיזה מצב שיהיה.
איינמאל איז ער געווען ביי א גרויסע אידישע דאקטאר וואס איז ליידער נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות. אזוי רעדנדיג מיט אים האט דער דאקטאר אים געזאגט, אז ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין טריפות [אזויווי אסאך מסורתיים אין ארץ ישראל]. גלייך האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום משמש און געזאגט מיט התפעלות: "דו הערסט, דאס איז א איד וואס האט נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין טריפות!". אזוי אויך איז באקאנט, אז ביי די ערשטע מלחמה אנטקעגן סאדאם כוסעין, ווען ס'איז געפלויגן סקאד מיסיל'ס קיין ארץ ישראל, איז קיינער נישט גע'הרג'עט געווארן דערפון חוץ איין באקאנטער מחלל שבת בפרהסיא. ווען מ'האט דאס דערציילט פאר ר' איציק'ל מיט א שמחה, אז נאר דער שייגעץ און 'דוקא'ניאק איז געשטארבן, האט ר' איציק'ל געזאגט אז מ'זאל נישט רעדן אזוי, ווייל ער איז דאך א איד...
אזוי אויך איז אמאל ר' איציק'ל געווען ביי איינעם אין ביהמ"ד אין די ערשטע יארן נאכן קריג, און דער רב דארטן האט גערעדט וועגן דברים הצריכים תיקון בעניני צניעות, און אינמיטן זיין דרשה האט ער ארויסגעזאגט א קללה אויף די וואס זענען מזלזל דערינען. ר' איציק'ל האט דאס דערציילט דרייסיג יאר שפעטער, און ער האט אויסגעפירט אז יעדעס מאל וואס ער דערמאנט זיך פון די מעשה גייט אים אדורך א סקרוך אין די ביינער, ווייל 'א איד וואס האט געזינדיגט קען דאך תשובה טון, אבער צו שעלטן א איד?!'.
[center]זיין לעכטיג צורה, ביים אויסהערן א צווייטן:[/center]
און אזוי האט ער טאקע געפירט זיין אייגענע עולם, מתוך חמלה וחיבה יתירה, מיט אהבת הנפש פאר יעדן יחיד, און צובראכענע נשמות אדער מענטשן וואס האבן שוין געהאלטן קרוב לייאוש, פלעגן טרעפן א מקום מנוחה ביים רבי'ן וואס האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן 'באשר הוא שם', כאטש ער פאר זיך פלעגט לעבן ממש אין זיין אייגן וועלטל. ס'געווען א בחור'ל וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין כח צו לערנען, און ער איז געווען זייער צובראכן אז ער איז א דורכפאל פון א בחור, האט אים ר' איציק'ל געזאגט אז אויב ער קען נישט לערנען, מוז ער נישט, אבער 'זאלסט וויסן ווי חשוב ביזטו אויב דו קענסט לערנען כאטש א פסוק חומש, און נאכמער אויב דו קענסט דאס לערנען מיט פירוש רש"י, און אודאי און אודאי אויב דו קענסט נאך לערנען א שטיקל גמרא'... און אזוי האט ער אים ארויפגעברענגט על דרך המלך. אן אנדערע מאל האט ער געזען א בחור'ל וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, האט ער אים געזאגט מיט א שמייכל: 'דו ווייסט ווי הויעך דו קענסט נאך אנקומען אויב דו וועסט לערנען אביסל מער בהתמדה?!'. אזוי איז געווען מיט יעדן יחיד, אם נער אם זקן.
די אהבה זיינע האט חוצה געווען גבולות, און די 'קרעמל' אין אמשינאוו האט דאס אריבערבאקומען אין די גענעס: אהבת ישראל ואהבת הבריות. די נאנטקייט און היימישקייט מיט וואס די אידן לעבן דארטן, די אמת'ע חיבה איינער צום צווייטן, איז להפליא ממש. ס'דא דארטן אידן בני עלייה וואס וואלטן געקענט זיין רבי'ס פאר טויזענטער חסידים [ואי"ה נגיע לזה], און פון די אנדערע זייט זענען דא צובראכענע נשמות וואס האבן נעבעך גארנישט אויפן וועלט, און די נאנטקייט וואס די בני עליה האבן מיט די 'נעבעך'ס', איז עפעס וואס מ'קען נישט נאכמאכן. ס'איז עפעס טיף איינגעווארצלט אן אויפריכטיגער אהבה איינער צום צווייטן. דערפאר איז דאס אויך אזא פרייליך מקום [א שמועס פאר זיך], ווייל די חסידים זענען מורא'דיג נאנט צווישן זיך. אבער אפילו זייער אוניווערסאלן בליק, איז אזוי ריין און ליבליך. אהבת ישראל מיינט דארט כפשוטו ליב האבן א צווייטן נאר צוליב דעם וואס ער איז א איד, דאס איז א דירעקטע תוצאה פון צוזען די אמת'ע ליבשאפט פון ר' איציק'ל צו א יעדן איד. און אזויווי זיין זיידע ר' איציק'ל וואורקער האט געזאגט, אז פון יעדן שטיקל צוקער דארף מען זיך אויסלערנען 'אויסצוגיין כדי יענעם זיס צו מאכן'.
[center]ארומגענומען מיט חסידים ומעריצים:[/center]
[center]כרחם אב על בנים.[/center]
ווען ר' איציק'ל וואורקער איז נסתלק געווארן, איז אמאל דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד'ל, געווען ביים קאצקער, פאר וועם ער האט זיך אפגערעדט אז זיין זיין טאטנס הסתלקות האט ער אים נאכנישט געזען אין חלום. יענע נאכט האט ער געזען בחלום הלילה, ווי זיין טאטע שטייט ביים עק טייך אנגעלאנט אויף זיין שטעקן, און ער קוקט אויפן טייך. ווען ר' יעקב דוד'ל האט דאס איבערדערציילט פארן קאצקער, האט דער קאצקער – אן אלטער פריינט מיטן וואורקער – אים געזאגט פשט אינעם חלום, אז די טייך איז דמעות ישראל, און היות זיין טאטע איז געווען דער אוהב ישראל ומיצר בצרתן של ישראל, שטייט ער יעצט אויך ביים נהר הדמעות און ער איז מתפלל פאר כלל ישראל.
ר' איציק'ל אמשינאווער, האט אמאל דערציילט די מעשה אין פורים, און ער האט אביסל געעפנט מעצרי רוחו [בדרך כלל איז ער געווען זייער פארבארגן נישט ארויסצואווייזן הרגשים ברבים], און געזאגט 'גענוג אידישע טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן, עס מעג שוין ווערן לעכטיג'. און ער איז טאקע געווען דער עומד ומתפלל לישועתן של ישראל, ומיצר בצרתם. איינמאל האט אים זיין אייניקל אנגעטראפן ביי זיך אין צימער מיט רויטע פארוויינטע אויגן, האט ער אים געפרעגט מתוך דאגה פארוואס ער וויינט, האט אים דער רבי געענטפערט: 'דו ווייסט דען וואס א שווער קוויטל איך האב נעכטן געהאט'. יעדע קוויטל האט אים צוגעטרעטן צום הארץ, אזויווי ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט מיט ווייטאג: 'איך קען שוין נישט אליין פארטראגן אזויפיל צרות ישראל', און ער האט אויסגעפירט: 'אמאל איז נאך געווען אנדערע, היינט בין איך שוין געבליבן אליין'.
איינמאל איז א איד זיך געקומען אדורכרעדן מיטן רבי'ן בנוגע מאכן אן אפעראציע, ווען דער רבי האט אים געגעבן זיין הסכמה האט ער געבעטן דעם רבי'ן אים מזכיר צו זיין בעפארן אפעראציע. נאכן אפעראציע האט מען פארגעסן מודיע צו זיין פארן רבי'ן די גוטע בשורה אז אלעס איז אדורך בשלום, און יענע גאנצע טאג האט זיך דער רבי נישט געקענט בארואיגן, און ער האט גארנישט געגעסן. ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי צוקאכט האט ער געענטפערט מיט א פשטות: 'כ'האב היינט געשיקט מיין זון פאר אן אפעראציע, און כ'האב נאכנישט באקומען קיין ידיעה וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט'!
א מורא'דיגע ווארט האט ר' איציק'ל אמאל געטייטשט אויף די באקאנטע ווערטער פון רש"י, אז ווען יעקב האט צום ערשטן מאל געזען רחל (בראשית כט, יא): וישא קולו ויבך. זאגט רש"י, אז די טעם איז 'לפי שצפה ברוח הקודש שאינה נכנסת עמה לקבורה'. וואס בפשטות מיינט דאס אז ער האט געוויינט 'פאר איר' אז זי וועט נישט זוכה זיין באגראבן צו ווערן מיט אים. אבער ר' איציק'ל האט געטייטשט, אז אדרבה יעקב אבינו האט זיך מצטער געווען אויף זיך אליינס, אז ער איז נישט זוכה באגראבן צו ווערן אין בית לחם אזויווי רחל, ווייל דער טעם פארוואס רחל איז באגראבן געווארן אין בית לחם האבן חז"ל געזאגט, אז ווען נבוזראדן וועט נעמען די אידן אין גלות קיין בבל וועט מען אדורכגיין איר קבר, און זי וועט איינרייסן וועלטן פאר כלל ישראל 'רחל מבכה על בניה', און אויף דעם האט יעקב געוויינט 'פאר זיך', פארוואס ער וועט נישט זוכה זיין צו זיין דארטן צו קענען וויינען פאר כלל ישראל.
דאס איז דער 'הוא היה אומר', זיין תמצית חייו. מסירות נפש פאר יענעם, רחמנות אויף יענעם, און מתפלל זיין פארן כלל. און אזויווי ער פלעגט אלס נאכזאגן פון זיין זיידן ר' איציק'ל וואורקער, וואס האט זיך אויסגעדריקט במעלת רבי ישראל מרוזשין, אז ער איז זיך משתתף בצערן של ישראל עד כדי כך, 'אז א איד געט זיך א קלאפ אין פינגער אין יענעם עק וועלט, טוט אים וויי'.
אבער דאס איז געווען בינו לבין קונו, צווישן די חסידים ווידער האט ער משפיע געווען שמחה, און נאר חדי עין האבן געקענט אויפפאסן אז באמת איז זיין הארץ צובראכן פאר א צווייטן איד. בבחינת 'צהלתו בפניו ואבלו בלבו'. ביי די חתונה פון איינער פון זיינע אייניקלעך, ווען דער רבי פלעגט אנווינטשן יעדן במאור פנים 'לחיים', און ס'איז געווען א געוואלדיגער שמחה, האט איינער אים גוט באטראכט און געזען ווי פון זיינע אויגן רינען טרערן, און פלוצלינג האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צוריקצואוועגס צום גבאי, און אים געבעטן מזכיר צו זיין דעם נאמען פון עפעס א חולה. ממש ווי זיין זיידע ר' איציק'ל וואורקער האט געטייטשט אין די גמרא: 'ולא ששתי בתקלת חברי', אז מ'קען זאגן פשט אז 'ולא ששתי, כ'האב מיך נישט געקענט פרייען, צוליב תקלת חברי, ווייל מיין חבר געפינט זיך אין א צרה'.
[center]זיין הייליג צורה ביי זיין זוהנ'ס בר מצוה:[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: די אמשינאווע צניעות און פשטות, ומידת השמחה.

איך וויל מיר פערזענליך באדאנקען פאר די ערשטע 5 וואס האבן יא ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב, ה״ה [tag]פישלע העררינג[/tag] [tag]ירא שמים[/tag] [tag]ראשעקאל[/tag] [tag]ירח בן יומו[/tag] און פאר [tag]פריעד באטשי[/tag] בכבודו ובעצמו, וואס מיט דעם שטיפן זיי אונזער [tag]אדנירם[/tag] אויף פארענאויס צו אנגיין מיט זיין הערליכע ארבעט.
[center]מהם ילמדו וכן יעשו!![/center]
[center]מהם ילמדו וכן יעשו!![/center]
איך וויל מיר באדאנקן פאר אלע וואס האבן געטון [tag]יעלה ויבא[/tag] און האבן שוין געלייקט די 16׳טע קאפיטל אין די אמשינוב׳ע אשכול, וואס דורך דעם וועט יעדער איינער וואס [tag]וויל קענען[/tag] ווייטער הנאה האבן פון [tag]אדנירם[/tag] און זיינע רייכע ארטיקלען, וואס איז ממש [tag]געוואלדיג[/tag].
[center]מהם ילמדו וכן יעשו!![/center]
[center]מהם ילמדו וכן יעשו!![/center]
[center]זיבעצנטע קאפיטל:
די אמשינאווע יסודות במשנת רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center]
[center]זהירות בכבוד הזולת.[/center]
אלס דירעקטע תוצאה פונעם אמשינאוון אהבת ישראל, איז די זהירות נישט פוגע צו זיין ח"ו אין א צווייטן געווען א נקודה עיקרית אין אמשינאוו. כידוע איז אין אמשינאוו דער מושג פון 'פארשלעפטקייט' א כראנישע 'מחלה' וואס גייט שוין צוריק ארום 200 יאר... אבער למעשה פלעגט ר' איציק'ל כסדר קומען צו חתונות דווקא ביים קבלת פנים, און דאס צוליב א מעשה שהיה. איינמאל איז דער רבי געווען ביי א חתונה וואו מ'האט אים שטארק מכבד געווען, און היות מ'האט אים געזעצט ביים שפיץ אויבנאן איז אויסגעקומען אז אן אנדער אדם חשוב האט מען אביסל אוועקגעריקט ממקומו. ר' איציק'ל וואס האט מרגיש געווען אין יענעם גדול'ס חלישות הדעת, האט זיך דעמאלס פארגענומען צו קומען צו א חתונה ביים אנהייב קבלת פנים, כדי נישט גורם צו זיין קיין שום עגמת נפש פאר א מענטש ח"ו. און דאס איז כאטש וואס דאס איז געווען זייער שווער אין אמשינאוו צו קומען אין צייט, אין כל שכן בעפאר יעדן איינעם...
דאס איידלקייט וואס האט שטענדיג געשיינט פון זיין צורה. ביי א שמחה:
אזוי אויך איז געווען אמאל, אז ער האט געדארפט אדורכגיין אן אפעראציע, און ס'איז געווען א שאלה להלכה אז מעגליך אלס עפעקט פונעם אפעראציע וועט ער נישט טארן זאגן קיין שום דבר שבקדושה אפאר טעג נאכן אפעראציע [וד"ל], און נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גדול האט יענער גע'פסק'נט לאיסור, זאגנדיג אז ער מעג נאר מהרהר זיין בד"ת אבער נישט רעדן. דא האט שוין דער רבי געהאט א שווערע פראבלעם: מצד אחד, אויב גייט ער נישט אדורכגיין דעם אפעראציע קען זיין א סכנה פאר זיין לעבן, מצד שני, אויב גייט ער יא אדורכגיין דעם אפעראציע וויאזוי וועט ער קענען לאזן אדורכגיין אפאר טאג אן דאווענען?! בקיצור, דא האט ער א גשמיות'דיגע פראבלעם, און דא האט ער א רוחניות'דיגע פראבלעם, וואס טוט מען? האט ער מחליט געווען אז שב ואל תעשה עדיף, און ער גייט נישט אדורכגיין דעם אפעראציע.
די מקורבים וואס האבן זיך געזארגט פאר זיין געזונט, זענען שנעל געגאנגען צו אנדערע רבנים זוכן א פתח היתר, און מ'האט טאקע געטראפן א פתח היתר אנדערש ווי דער ערשטער גדול האט גע'פסק'נט. אבער דער רבי האט נאכאלס נישט געוואלט אדורכגיין דעם אפעראציע, טענה'נדיג אז דער גדול וועט אים מעגליך קומען באזוכן נאכן אפעראציע [זייענדיג נאנט מיט יענעם גדול], און אפשר וועט ער - נישט כאפנדיג - זיך ארויסכאפן מיט דברי תורה אדער תפילה בפני אותו גדול, און ער וועט גורם זיין פאר יענעם גדול חלישות הדעת אז מ'איז עובר אויף זיינע פסקים...! ס'האבן נישט געהאלפן קיין טענות ומענות פון די שטוב מענטשן אז ס'איז א וויכטיגע אפעראציע, הוא בשלו אז מ'טאר נישט פוגע זיין אין א איד'ס כבוד, און כ"ש בכבוד ת"ח. ביז מ'האט מחליט געווען אז מ'גייט נישט אריינלאזן קיין שום מענטש אים צו באזוכן אין די טעג נאכן אפעראציע, מיטן תירוץ אז דער רבי איז צו שוואך, און נאר אזוי האט דער רבי מסכים געווען צום אפעראציע...
אזוי איז בעצם געווען זיין התנהגות אפילו ווען ער האט געוואלט מוכיח זיין אנדערע [ווי דערמאנט אין פריערדיגן קאפיטל]. למשל, ר' איציק'ל פלעגט זיך פירן ביי חזרת הש"ץ, צו גיין זיצן אין די בעק פונעם ביהמ"ד כדי מונע צו זיין די מענטשן אין שול צו רעדן בשעת חזרת הש"ץ. אבער למעשה האט ער קיינמאל נישט געדארפט אנשרייען קיינעם, נאר במאור פניו האט ער שוין צוריקגעהאלטן יעדן פון שמועסן ביי הויכע שמו"ע. דער ליכטיגער צוגאנג צו א צווייטן האט ער מחדיר געווען בלבבות חסידיו וחוסים בצלו, און דערפאר וועלן אזעלכע 'קנאים לש"ש' וואס הרג'ענען א צווייטן צוליב זייער פרומקייט, זיך בכלל נישט געפונען אין אמשינאוו. הגם עס פעלן נישט דארטן קיין אידן בני עלייה, וועלן זיי קיינמאל נישט זיין קיין פוסעים על ראשי עם קודש, אלס דירעקטע תוצאה פון נישט ווייטוהן קיין צווייטן איד ח"ו, אפילו ווען ס'איז דא א פתח להתיר. דאס איז בעצם א תמצית איבער אמשינאוו.
[center]צניעות ומתינות בכל המעשים.[/center]
ר' איציק'ל פלעגט כסדר זאגן: "אין פוילן איז אלס געווען באהאלטן", מיינענדיג צו זאגן אז דער דרך אין עבודת ה' איז געווען דורך באהאלטן די מדריגות, און בעצם דורך באהאלטן די גאנצע וועג וויאזוי מ'פירט זיך, און אלע 'אפיציעלע' שטיק זענען געווען פסול. אבער אז דאס איז געווען דער קו כללי אין פוילן, איז דאס אבער געווען משנת חייו של רבי איציק'ל בפרט. נישט אומזיסט האט זיין פעטער, ר' שמעון שלום מאמשינאווו, זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז 'פון אים קען מען זיך לערנען צניעות'. איין באוואוסטער דוגמא איז געווען זיין דאווענען, וואס ווען ער האט געדאווענט ברבים פלעגט ער דאווענען שטיל אן קיין שום תנועות חיצוניות, מיט אזא אצילות דקדושה, אבער ווען ער פלעגט דאווענען ביחידות ביי זיך אין צימער [עס פלעגט געשען גאנץ אפט], דעמאלס האט פורץ געווען זיין הייליג פייער, און ער פלעגט קאכן ביים דאווענען בקול רעש גדול ובלהבת אש.
מאידך גיסא, פלעגט ער אפילו ברבים לעבן אין זיין אייגן וועלטל, און ווי דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען האט יעדער געזען אז ער זיצט דא און שמייכלט מיטן עולם, אבער בעצם טראכט ער פון עפעס אנדערש און לעבט באמת אין זיין אייגן וועלטל. אזויווי זיין זיידע דער מייסד השלשלת, רבי איציק'ל וואורקער, האט אמאל געזאגט: 'מען דארף קענען שרייען שטילערהייט, און פראווען התבודדות צווישן מענטשן'. ממש אזוי האט ר' איציק'ל אמשינאווער געלעבט, אבער די וואס האבן פארשטאנען צו אים האבן געקענט באמערקן השתנות צורתו ווען ער איז געגאנגען מקיים זיין א מצוה, כאטש ער האט אויסערליך גארנישט געקאכט.
[center]זיין איינגעהאלטענע קאך, ביים צינדן ליכט חנוכה:[/center]
בכלל פלעגט ער פרובירן צו באהאלטן זיינע מדרגות, און אפילו זיין גדלות בתורה [כאטש ער פלעגט כמעט אויף א טעגליכע באזיץ רעדן אין סוגיות הש"ס והלכה למעשה מיט הגאון ר' ישראל יצחק פיעקארסקי, ראש ישיבת תומכי תמימים (א פייערדיגער אמשינאווער חסיד, נאך פון פארן קריג)]. ער פלעגט למשל פרעגן שאלות כסדר ביי רבנים, כאטש די זעלבע שאלות זענען שוין נידון געווארן אפאר מאל. אזוי אויך, פלעגט ער זיך פירן בעפאר יעדן יו"ט אדורכצולערנען הלכות חג בחג בעיון, פון טור ונו"כ, שו"ע ונו"כ, ביזן שו"ע הרב. אבער למעשה, בעפארן מקיים זיין די מצוות החג, פלעגט ער עפענען דעם סידור 'ישועות ישראל' צו 'וויסן' את המעשה אשר יעשה, אזויווי א פשוטער איד וואס איז זיך מסדר די הלכות וואס ער האט נישט געלערנט בעפאר...
דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד'ל, האט אמאל געטייטשט דעם משנה 'הוו מתונים בדין', אז די כונה איז: הוו מתונים, איר זאלט זיין געלאסן, פאוואליע פאוואליע, בדין. דהיינו, יעדע זאך זאל געטון ווערן ביישוב הדעת, און מיט א שלוות הנפש. כאטש וואס דאס איז געווען פון די סאמע יסודות אין אמשינאוו, ובפרט ביים ר' איציק'ל האט מען געזען זיין אויסערגעווענליכע פשטות ושלוות הנפש בכל תהלוכותיו, האט ער אליינס אמאל מגלה געווען אז בעצם טבעו איז ער ממש דעם היפוך דערפון, נאר ער האט געארבעט בכל כוחותיו ביז ער האט באוויזן אז אלעס וואס ער טוט זאל צוגיין מיט מידת הסבלנות און אמשינאווער פשטות.
און אזוי פלעגט דער רבי זיך פירן כסדר, למשל בעפארן מאכן קידוש פלעגט ער אויסרעכענען וויפיל חיובים מדאורייתא ומדרבנן זענען דא אין מצוות קידוש היום, און פונקט אזוי פלעגט ער בעפארן נעמען מעדעצינען אויסרעכענען די מצוה פון 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם', און מצות 'כיבוד אם' - וויבאלד די מאמע האט אים געהייסן זיך היטן אויפן געזונט...
[center]רבי איציק'ל אמשינאווער ביים מקיים זיין מנהג הכפרות:[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: תמים תהיה עם ה' אלקיך, עבדו את ה' בשמחה.

[center]אכצנטע קאפיטל:
המשך - די אמשינאווע יסודות במשנת רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center]
[center]תמים תהי' עם ה' אלקיך.[/center]
רבי איציק'ל אמשינאווער פלעגט אייביג צו זאגן אז מ'זאל דינען דעם אייבערשטן בפשטות ובצניעות, און דער עיקר עבודה בקיום המצוות איז צו געדענקן כפשוטו 'אשר קדשנו במצוותיו וציוונו', און נישט מער. און אזויווי זיין זיידע, ר' איציק'ל וואורקער האט פארטייטשט אינעם פסוק: 'אחרי ה' אלקיכם תלכו ובו תדבקון', אז קודם כל 'אחרי ה' אלקיכם תלכו', גייטס נאך אים מיט א פשטות ובתמימות, און דער תוצאה דערפון גייט זיין, אז פון זיך אליינס 'ובו תדבקון', אז עטס וועטס זוכה זיין צו גרויסע מדרגות בדביקות בה'.
[center]ובו תדבקון. ביים שרייבן אן אות אין א ספר תורה:[/center]
ר' איציק'ל אליינס האט אמאל געברענגט א ראי' דערצו, פון א גמ' מפורשת אין ברכות י"ג ע"ב, וואו עס שטייט: 'ואמר רבי יוחנן, הרוצה שיקבל עליו עול מלכות שמים, יפנה ויטול ידיו ויניח תפילין ויקרא ק"ש ויתפלל, וזו הוא מלכות שמים שלימה'. האט דער רבי געזאגט, אז פון דא זעט מען אז דורך מקיים זיין די פשוט'ע מצוות ווערט ער אנגערופן א מקבל עליו עול מלכות שמים שלימה, אפילו אן פליען אין הימלען און זוכן מדריגות.
איינער האט אים אמאל געפרעגט וואספארא הכנה איז די הכנה הראויה בעפארן מקיים זיין מצות תקיעת שופר ראש השנה. האט אים דער רבי געענטפערט מיט א שמייכל אז ער זאל זיך אראפלייגן דעם קאפ זיך אפצורוען אביסל, כדי זיין קאפ זאל זיין קלאר ביים מקיים זיין די מצוה פון תקיעת שופר, און ער וועט קענען מכוון זיין פשוט לקיים מצוות בוראו שציוונו לשמוע קול שופר. אזוי האט ער אמאל געזאגט פאר זיינס אן אייניקל בעפארן חתונה, אז דער חתן איז טרוד ביום חופתו מיט תפילות ובקשות, אבער דער עיקר איז נישט צו פארגעסן אינזין צו האבן מקיים צו זיין די מצות עשה פון 'קידושין'...
עס איז באקאנט די מעשה [שהיה] בימי הבעש"ט, מיט דער יונג דארפיש קינד וואס האט נישט געקענט דאווענען קיין אידיש ווארט, און אריינקומענדיג אין ביהמ"ד און זעענדיג ווי דער גאנצער עולם דאווענט און ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט, האט ער זיך אנגערופן: 'רבוש"ע, איך קען נאר פייפן', און ער האט זיך גענומען פייפן מיטן מויל. האט דער בעש"ט דאן געזאגט, אז מיט זיין צפצוף קול האט ער גע'פועל'ט צו עפענען א שער אין הימל וואס איז שוין געווען פארשפארט הונדערטער יארן.
[center]עבדו את ה' בשמחה.[/center]
אבער אויב איז דא יסודות אין אמשינאוו, איז דער מושג פון 'שמחה' געוויס דער יסוד היסודות. דאס ציהט זיך שוין ארויף דירעקט ביזן מייסד השושלת, רבי איציק'ל וואורקער, וואס מיט דעם איז ער ארויסגעשטאנען פון זיין חבר - רבי מענדעלע קאצקער'ס דרך. ר' איציק'ל אמשינאווער איז געווען א מדוכא ביסורים כל ימי חייו, ווייל ווען ער איז געווען אין שאנכיי ביים קריג, האט ער אפילו נישט געגעסן ברויט וויבאלד ער האט געהאט ספיקות אז ס'דא תולעים, כאטש זיין פעטער - רבי שמעון שלום אמשינאווער - האט אים עס מתיר געווען, און יעדער האט דאס געגעסן [ער האט זיך טאקע אויסגעדריקט אז ער האט חרטה פארן זיין א פרומער. ער וואלט ענדערש באדארפט פאלגן דעם פעטער], זייט דעמאלס האט ער געליטן אויפן מאגן כסדר. אזוי אויך זענען זיין ערשטע ווייב און קינדער גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ימ"ש, און פון זיין טאטנ'ס ריזיגע משפחה [זיין טאטע האט אליינס געהאט 14 קינדער], זענען אלע ליידער גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, און ער איז ממש געבליבן אליינס (אזוי אויך איין אייניקל: דער אלכסנדר'ער רבי זצ"ל פון בארא פארק) פון דעם גאנצן ברייט פארצווייגטן משפחה, אבער זיין פנים האט שטענדיג געשטראלט פון שמחה, און ער האט כסדר געפאדערט פונעם עולם צו זיין בשמחה.
[center]די שטענדיגע ליכטיגע פנים שוחקות:[/center]
ר' איציק'ל האט אמאל געזאגט, אז באמת קען א יעדע איד אנקומען צו זיין א בעל מדריגה, און די סיבה פארוואס ער איז נישט זוכה דערצו, איז וויבאלד ער איז נישט כסדר שרוי בשמחה. און ער האט ווידעראמאל אויסגעפירט, אז אויב א מענטש וואלט געווען כסדר שרוי בשמחה, וואלט ער געקענט זיין א בעל מדריגה.
און דער רבי פלעגט טאקע כסדר מעורר זיין זיך צו פרייען מיט יעדע קלייניגקייט וואס א מענטש טוט. זאגנדיג אז אויב מ'האט די זכיה אנצוטון תפילין, פארדעם אליינס דארף מען כסדר זיין בשמחה. און ער האט נאכגעזאגט פון פריערדיגע, א פשט אין די באקאנטע מעשה וואס ווערט געברענגט אין ברכות דף ל"ו ע"ב, 'אביי חזייה לרבה דהוה קא בדח טובא', און ווי רש"י איז מסביר אז ס'איז געווען צופיל און ס'האט אויסגעזען כפורק עול, און ווען אביי האט אים געפרעגט דערוועגן האט ער אים געענטפערט 'אנא תפילין מנחנא', וואס ווי רש"י איז מסביר האט ער גאזאגט אז די תפילין איז אן עדות אויף מלכות שמים, דהיינו אז ער האט א כובד ראש ומלכות שמים עליו. האט ר' איציק'ל נאכגעזאגט אן אנדערע פשט, אז רבה האט מסביר געווען פארוואס ער איז אזוי פרייליך, ווייל 'אנא תפילין מנחנא', כ'לייג דאך תפילין, נו וויאזוי זאל איך נישט זיין שרוי אין א געוואלדיגע מאס שמחה...
איך האב געהערט פון ראמ"פ [כ'קען נישט שרייבן די נאמען קלארער, צוליב די סענסיטיוויטעט פונעם מעשה], אז איינמאל איז הגה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א רב ומשפיע ד'סטיטשין [וואס האט זיך ממש געווייקט ביי ר' איציק'ל אמשינאווער כידוע], געקומען זיך אויסרעדן פאר ר' איציק'ל אז ער שפירט א געוויסע ירידה ביי זיך, עפעס א שווערקייט און געפאלנקייט בבחינת מוחין דקטנות. און ער האט געפרעגט פונעם רבי'ן צו דאס און דאס איז דער גורם, צו נישט [כ'קען נישט רעדן קלארער]. האט אים ר' איציק'ל געענטפערט מיט א שמייכל, אז לדעתי איז דאס בכלל נישט דער פראבלעם, נאר אז ער דארף אפטער זיצן אין א 'לעיזאק' - דאס איז א 'ביטש-טשעיר' אין אלט-אידיש, מיינענדיג צו זאגן אז ער דארף זיין מער רואיג און פרייליך און נישט אזוי קאכעדיג און קיצוניות'דיג...
[center]ביים פירן א טיש אין ביהמ"ד, בחדווה עילאה:[/center]
דאס איז טאקע דער מערסט-באוואוסטער פאקט איבערן אמשינאווער קבוצה. זייער גרויסע מאס שמחה איז א שם דבר לכל באי שערי אמשינאוו. ס'קומט א יו"ט, דארף נאר איינעם פארגלוסטן צו כאפן א ריקוד אין ביהמ"ד מיט א לעבעדיג ניגון, און אט דרייט זיך שוין א ראד פון חסידים ואנשי מעשה מיט א דביקות ושמחה עילאה. ס'קומט א שמחת תורה, זעסטו פאר'דביקות'ע בני עלייה טאנצן בשמחה, אנדערע נעמען משקה צו קענען 'מעורר' זיין די שמחה, אבער דער עיקר איז: שמחה.
ווען איינער פאלט אפילו נידריג, ווילאנג ער בלייבט מיטן עולם וועט ער זיך ארויסדראפענען וויבאלד ס'נישטא קיין פלאץ פאר מרה שחורה און אויפגעבן, די שמחה איז א ריכטיגע אינערליכע שמחה, וואס קיין שום ווינטן וועלן איר נישט חרוב מאכן, און דערפאר קענען זיך די ערנסטע חסידים דערהייבן כסדר, נישט קיין חילוק וויפיל און ווי שטארק מ'איז שוין געפאלן אין די עבר. און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל בני עלייה האבן זיך כסדר געדרייט אינעם אמשינאוון קרעמל, עד היום הזה.
אין נעקסטן קאפיטל: די געהויבענע חבריא, בקרב קדושים תתהלל.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
משהו כמו ברעסלאוו …ווען איינער פאלט אפילו נידריג, ווילאנג ער בלייבט מיטן עולם וועט ער זיך ארויסדראפענען וויבאלד ס'נישטא קיין פלאץ פאר מרה שחורה און אויפגעבן, די שמחה איז א ריכטיגע אינערליכע שמחה, וואס קיין שום ווינטן וועלן איר נישט חרוב מאכן, און דערפאר קענען זיך די ערנסטע חסידים דערהייבן כסדר, נישט קיין חילוק וויפיל און ווי שטארק מ'איז שוין געפאלן אין די עבר. און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל בני עלייה האבן זיך כסדר געדרייט אינעם אמשינאוון קרעמל, עד היום הזה.
ניין, בכלל נישט.
אין ברסלב איז די 'עבודה' צו ארבעטן אויף מידת השמחה.
אין אמשינאוו איז מען בשמחה.
ווי גייט דאס אלטע ווערטל?
ליובאוויטש ארבעט אויף חכמה בינה ודעת, און דארט איז דא די ווייניגסטע דעת,
סלאנים ארבעט אויף מידת הענוה, און דארט איז דא די מערסטע גאוה,
און ברסלב ארבעט אויף מידת השמחה, און דארט איז מען די מערסטע בעצבות און פאר'מרה שחורה'ט...
חוץ מזה, די אנדערע צוויי עקרונות פון ברסלב, שרייען און פראווען התבודדות, זענען די היפוך פון וואס מ'האט געלערנט אין אמשינאווער חדר, וכנ"ל:

אדנירם האט געשריבן:רבי איציק'ל וואורקער, האט אמאל געזאגט: 'מען דארף קענען שרייען שטילערהייט, און פראווען התבודדות צווישן מענטשן'.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
אבער לאז גארנישט אויס פון איילעניש וועגן…כוכב האט געשריבן:איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
[quote="אדנירם"]ניין, בכלל נישט.
אין ברסלב איז די 'עבודה' צו ארבעטן אויף מידת השמחה.
אין אמשינאוו איז מען בשמחה.
ווי גייט דאס אלטע ווערטל?
ליובאוויטש ארבעט אויף חכמה בינה ודעת, און דארט איז דא די ווייניגסטע דעת,
סלאנים ארבעט אויף מידת הענוה, און דארט איז דא די מערסטע גאוה,
און ברסלב ארבעט אויף מידת השמחה, און דארט איז מען די מערסטע בעצבות און פאר'מרה שחורה'ט...
נאך אחילוק אז אין אמשינוב האט דער ענין לדבריך צוגעצויגען בני עלי׳ און אין ברעסלאוו די פארקערטע…

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:
איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.
האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,
אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

[center]ניינצנטע קאפיטל:
מה הבריות עונין עליו - גדולי ישראל וגדולי חסידים מיטן אמשינאוון רבי'ן זצ"ל.[/center]
[center]בקרב קדושים תתהלל.[/center]
אין די תקופה וואס ר' איציק'ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט שוין זיין ליכט אנגעהויבן ארויסשיינען פון זיין באשיידענעם ווינקל, און די צדיקי הדור האבן געוואוסט ריכטיג אפצושאצן וואספארא צדיק אמת געפונט זיך צווישן זיי. דער אלטער סטראפקובער צדיק, ר' מענדעלע, א רעכטער אור אייניקל פון צאנזער רב, [וואס סאטמארער רב זצ"ל האט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ], האט שטארק געהאלטן פונעם 'יונגערמאן' ר' איציק'ל, און זיי פלעגן שמועסן שעות ארוכות צוזאמען יעדעס מאל וואס ר' איציק'ל איז אים געגאנגען באזוכן. ר' איציק'ל האט אמאל דערציילט אז איינמאל ווען ער האט גערעדט מיט ר' מענדעלע סטראפקובער, האט ער בייגעוואוינט א קאפיטל ענוה פונעם זקן צדיקי הדור, ווען ר' מענדעלע האט אים געזאגט אז אמאליגע צייטן האט יעדער בעה"ב געקענט ש"ס, און א חסיד האט מוסיף געווען צו לערנען אויך זוה"ק און ספרי קבלה, און דער רבי איז געווען א ריינע בעל רוח הקודש, 'און היינט בין יאך רבי' - האט ר' מענדעלע אויסגעפירט...
אזוי אויך סאטמארער רב זצ"ל האט זייער ליב געהאט ר' איציק'ל, און האט איינמאל געזאגט פאר איינער פון זיינע מקורבים אז ער איז פון די יחידים שבדור וואס קענען און פארשטייען וויאזוי צו ליינען א קוויטל. בכלל האט ער ליב געהאט צו רעדן מיט ר' איציק'ל זעענדיג אין אים א טיפ פון אן אמאליגער צדיק. און פארשטייט זיך, אז ר' איציק'לס פעטער, רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס סאטמארער רב האט געהאלטן פון אים גאר גרויס, ואי"ה נגיע לזה במקומו], האט שטארק געהאלטן פונעם פלומעניק, און ווי אויבנדערמאנט האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז 'פון אים מען קען זיך לערנען צניעות'.
דער אלטער קאפישניצער רבי [וואס איז אויך געווען א שטארקער ידיד פון סאטמארער רב, כידוע], האט אים דאס ערשטע מאל געזען ווען ער איז געקומען אויף א באזוך ביי ר' איציק'לס פעטער, רבי שמעון שלום אמשינאווער, און זעענדיג דעם פלומעניק האט ער געפרעגט רבי שמעון שלום'ען: 'ווער איז דער יונגערמאן וואס דאס יראת שמים שיינט ארויס פון זיין פנים'? און זייט דאמאלס איז ער געווארן זייער נאנט מיט ר' איציק'לען, עד כדי כך אז אפילו ווען ער איז שוין געווען זייער שוואך בעת זקנתו, האט ער זיך נאכאלס אנגעשטרענגט צו קומען באזוכן ר' איציק'ל.
[center]'דאס יראת שמים שיינט ארויס פון זיין פנים':[/center]
דער אלטער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף, האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ס'איז ווערט געווען זיין גאנצע קומען קיין אמעריקע נאר כדי צו קענען לערנען אזא דמות ווי ר' איציק'לען! און ווען ס'איז געבוירן געווארן ביי ר' איציק'ל זיין איינציגסטע טאכטער, איז דער סקווערער רבי געקומען ספעציעל צו אים אינדערהיים אים אנצואוואונטשן מזל טוב. איינמאל ביי א חתונה פונעם אלטן סקווערע רבי'ס טאכטער, האט ר' איציק'ל געטאנצן מיט ידידו ורעו רבי הערשעלע ספינקער זצ"ל, און דער סקווערער רבי האט זיי באטראכט און דערנאך זיך אויסגעדריקט 'די צוויי יונגעלייט הארעווען און זיי וועלן אנקומען'.
דער חידוש איז אבער, אז שמו הלך לפניו ביז די צדיקים אין ארץ ישראל זענען אויך נתפעל געווארן פון אים. למשל, ר' איציק'לס שוואגער איז אמאל אריין צו רבי אהר'לע בעלזער זצ"ל, גלייך האט דער בעלזער רב אים געפרעגט 'וואס מאכט עפעס דער אמשינאווער רבי'? און דאס איז כאטש ער האט אים קיינמאל נישט געזען. און דער בית ישראל פון גור האט זיך אויסגעדריקט צו זיינע מקורבים, אז אויב איינער וויל זען וויאזוי א רבי אין פריערדיגן דור האט אויסגעזען, זאל ער באטראכטן ר' איציק'ל אמשינאווער. אזוי אויך האט ער זיך אויסגעדריקט, אז דער צלם אלקים אויף אים איז בשלימות. אין אן אנדערע געלעגנהייט האט ער געזאגט אויף אים, אז די אמעריקאנע אידן ווייסן נישט און כאפן נישט וואספארא גרויסע איד געפונט זיך צווישן זיי. און ווען ר' איציק'ל האט חתונה געמאכט זיין טאכטער אין ארץ ישראל, איז דער בית ישראל ספעציעל געקומען צו א שבע ברכות לכבוד ר' איציק'לען, און האט געזאגט ד"ת לכבודו.
דער אמרי חיים פון וויזניץ האט אויך געהאלטן פון אים שטארק, און ער האט זיך משדך געווען מיט אים [זיין איידעם - רבי משה ארנסטר'ס זון, ר' ישראל, איז אן איידעם ביי רבי איציקל]. א גאנצע חתונה האט מען געזען ווי ער הערט נישט אויף צו קוקן אויף ר' איציק'ל, וועם ער האט גאר שטארק ליב געהאט. און זיינע קינדער, דער ישועות משה ולהבחל"ח ר' מאטעלע, האבן זיך אויך געהאלטן בידידות מיט אים [ר' מאטעלע איז געקומען צום לויה קיין בארא פארק, און אין ארץ ישראל איז די לויה ארויס פון וויזניצער ביהמ"ד אין ב"ב]. און ווען ר' איציק'ל איז אוועק, האט ר' משה'לע זיך אויסגעדריקט אז עס איז אוועק א הייליג איד ועובד ה'.
[center]זיין שיינענדע צורה. מיט ידידו רבי מאטעלע וויזשניצער שליט"א:[/center]
אזוי אויך איז ער געווען נאנט מיט גדולי ההוראה, א שטייגער ווי דער גאון אדיר דער טשימפא רב זצ"ל, אויף וועם ר' איציק'ל האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט גערעדט העכערע זאכן, און לדעתו האט ער געהאט רוח הקודש. אזוי אויך פלעגט ער אסאך רעדן אין הלכה מיטן בארא פארקער פוסק, רבי משה ביק אבד"ק מעזיבוז. און דער גאון גדול דער דעברעצינער רב זצ"ל איז אויך געווען זייער נאנט מיט אים, און האט גערעדט אסאך מיט אים אין לערנען, און דער דעברעצינער רב פלעגט קומען צו געוויסע טישן ביי ר' איציק'ל, ווי אויך האט ער אים מספיד געווען בהלווייתו.
[center]נעמט אויף א רב מיט זיין שיינענדן צורה [ווער קען מפענח זיין דעם רב?]:[/center]
[center]אמשינאוו אלס א לייכט טורעם.[/center]
נאך בחיי ר' איציק'ל זענען די גבולות הקדושה נתרחב געווארן, קודם מיט א שטיבל אין תל אביב [וואס האט זיך פארמאכט ווען תל אביב איז געווארן אויסגעשפילט פון היימישע אידן], דערנאך מיט דעם באוואוסטן שטיבל אין וויליאמסבורג, און היינט צוטאגס איז אויך דא א 'וואורקע' שטיבל אין מאנסי, ווי אמשינאווע און אלכסנדר'ע חסידים דאווענען צוזאמען [אלכסנדר איז דאך א צווייגל פון וואורקע. רבי יחיאל, דער ערשטער רבי פון אלכסנדר איז דאך געווען א וואורקער חסיד]. אזוי אויך האט ער געהאט א כולל לת"ח חשובים ביי זיך אין ביהמ"ד. היינט צוטאגס זענען אויך דא חבורות אין ארץ ישראל פאר די יונגעלייט און בחורים וואס לערנען דארט. און א גליון קומט ארויס יעדע פאר וואכן, בשם 'שיח חסידים', מיט תורות סיפורים ותולדות לצדיקי בית אמשינאוו.
א באזונדער ארט באקומען די ספרים וואס זענען ארויסגעקומען אויף אמשינאוו. ס'דא א ספר 'ימות עולם', פון סיפורי צדיקים וואס ר' איציק'ל האט דערציילט. ספר 'אמרי קודש' צוויי בענדער, פון זיינע ד"ת עה"ת ומועדים וענינים [ס'ווערט א בליק, פשוט צו כאפן די אמשינאווע גאנג. ס'איז מער בליצן פון אמשינאווער קו, ווי מסודר'דיגע תורות]. פארשידענע קובצים און גליונות, און איבערגעדריקטע ספרים פון די פריערדיגע רבי'ס לבית אמשינאוו, און אזוי אויך ספרים איבער דעם היסטאריע און ביאגראפיעס איבער די צדיקים.
און כאטש רבי מנחם'ל אמשינאווער האט זיך אויסגעדריקט, אז 'די ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און די ווארט אן דעם ברען איז נישט ווערט אפצושרייבן', און דערפאר איז קוים געליבן עפעס מעט מזעיר פון ד"ת משושלת בית אמשינאוו, האט אבער ר' איציק'ל אמאל זיך אויסגעדריקט צו אן אייניקל וואס האט אפגעשריבן זיינע דברות קודש, אז ער טוט א גוטע זאך, ווייל ווען מ'וואלט ווען געדריקט די תורות פון די פריערדיגע רבי'ס וואלט שוין היינט געווען א קאסטן פול מיט אמשינאווע ד"ת, און ליידער איז כמעט אלעס נאבד געווארן, און ס'איז שוין בעסער דאס ווי איידער ס'זאל גארנישט זיין.
אבער די בעסטע אמשינאווע ספר, איז די שטעמפל וואס דער רבי האט איבערגעלאזט. געווענטליך לייגט א רבי אריין זיין שטעמפל אין זיינע ספרים, דארט זעט זיך אממיינסטנס אן זיינע געדאנקען און מהלכים. ר' איציק'ל האט אבער איבערגעלאזט תלמידים, וואס זענען די בעסטע הסבר אויף וואס אמשינאוו פארקויפט. פשוט זיך צו דרייען אין זייערע ד' אמות, הערן פון זיי א געדאנק פון אמשינאווער חדר, איז דאס סאמע בעסטע ספר וואס ר' איציק'ל האט געקענט איבערלאזן.
אין אמת'ן אריין, וואלט די רשימה פון גרויסע גאונים וצדיקים, חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זיך געדרייט אין אמשינאוו, באלאנגט דא אהער, אבער שרייבנדיג די רשימה האב איך געזען אז ס'איז ראוי פאר א פרשה בפני עצמה, און אי"ה אין נעקסטן קאפיטל וועלמיר באשרייבן די דמויות הוד וואס באשיינען אמשינאוו.
אין נעקסטן קאפיטל: די געהויבענע אמשינאווע חבריא.