ישמעאל הכהן האט געשריבן:עוד מעט און מ'זעט נישט קיין חילוק צווישן ק''ש און פאליש
[tag]ישמעאל הכהן[/tag], איך האב געהאלטן אז דו טרייבסט איבער מיט דיינע ווערטער ביז איך האב דאס געליינט:
moshav zekeinim האט געשריבן:אז דו הייבסט אן האבן קשיות אויף ר' ליפא'ס התנהגות, וועסטו אנהייבן האבן קשיות אויף דעם רוזשינער'ס התנהגות, אדער גאר אויפן בעל שם טוב און וועלן געוואויר ווערן וואס פאר א חומר ער האט אריין געלייגט אינעם לילקע ציבעך
וועל איך מאכן א שטיקל סך הכל:
דער פסוק מי כעמך ישראל גייט ארויף אויף אלע גוים און נאר אויף זיי, אבער חס ושלום אויף די יודישע פאלק וואס דער באשעפער האט אויסגעקליבן וואס אויף זיי זאגט ער עס (הייסט עס ווער האט געמאכט דא די טעות? דער באשעפער אליינס, צו די חכמים וואס האבן עס געשריבן בערך 2,000 יאר צוריק?)
דער הייליגער בעל שם טוב און דער הייליגער רוזינער זענען געווען פשוטע באם׳ס און גאסן יונגען וואס האבן גערייכערט דראגס.
ענווה און וותרנות זענען מדות וואס איז אויסדריקלעך נאר ביי די גוים, אבער ביי די יודן וועסטו נישט טרעפן אזאנס.
חסד וועסטו טרעפן נאר ביי גוים והא ראיה ער האט אפילו באקומען א זייפל מיט א היטש פון זיי יארן צוריק. (און וואס איז מיט די טויזענטע היטשעס וואס ווערט געגעבן טעגליך אין די שטאט מאנסי אליינס? עס איז זיכער דמיונות און אויב איז עס יא אמת, זענען אלע היטש געבער זיכער גויים וואס זענען פשוט פארשטעלט ווי יודן)
די אלע חסד ארגענעזאציעס וואס איז דא ביי יודן פאר אלע מינע מצבים ווי א מענטש קען נאר זיין (דער באשעפער זאל אפהיטן און מען זאל נישט דארפן אנקומען צו זיי) מיינט גארנישט.
ועוד ועוד????!!!!
יתרו האט געשריבן:נאכן ליינען די תגובות דא, און אויך אין אנדערע לעצטיגע אשכולות, קוקט אויס ווי עס האבן זיך אריינגערוקט א מאסע אייוועלט אידן וואס פארדרייען יעדען נארמאלע אשכול מיט דברי מחאה מוסר ותוכחה.
אדרבה [tag]יתרו[/tag] טייערע, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין און ענטפערן פשוט פשט אויף מיינע שאלות?