מי כעמך ישראל - כפשוטו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

מי כעמך ישראל - כפשוטו

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי ווי עס זענען דא וואס ניצן דעם פסוק אויף אנדערע צוועקן..... עפן איך דעם אשכול מיטן ציל אז יעדער וואס האט געזען/געהאט א שיינע מעשה מיט א אנדערע יוד זאל עס קענען דא פארציילן, אזוי אז יעדער וואס וועט עס ליינען וועט זיך אנרופען ״מי כעמך ישראל״ - באשעפער, דו האסט נישט נאך אזא פאלק וואס איז ווי אונז!
אזויווי איך קען מיר יעצט אויף די מינוט נישט דערמאנען א מעשה וואס וועט זיין אינטרעסאנט פארן ציבור, וועל איך לייגן דא א ליסטע פון ארגענעזאציעס ביים היימישן ציבור, און ווער עס האט צו דערציילן א סיפור טובה איבער זיי - אדער עני פריוואטע יוד (אן א נאמען) - ווערט געבעטן עס דא ארויפצולייגן.
א דאנק
פריעד באטשי

ביקור חולים
בין איש ובין אחיו
הכנסת כלה
הכנסת אורחים
גמ״ח׳ן - געלט
גמ״ח׳ן - אלע מינע
הצלה
חברים
אינטערסטעיט חברים
שומרים
RCCS
בוני עולם
A TIME
און נאך...... דער עולם קען צולייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב מיר יעצט דערמאנט א פשוטע קליינע סיפור:
איך בין אמאל צוריק געקומען פון ארץ ישראל מיט א שיינע פאר רענצלעך אבער ובידי אין פרוטה, און עס קאסט 5 טאלער צו נעמען א וועגעלע, נאך פאר איך האב געהאט צייט בכלל פון טראכטן וואס צו טון אדער וועם פון מיינע חברים איך קען בעטן ער זאל מיר בארגן דעם פינעווער, קומט צו צו מיר א יונגעמאנטשיקל וואס האט געמאכט די רושם פון א כולל יונגערמאן און געט מיר א פינעווער, איך האב אים געפרעגט זיין נאמען האט ער מיר נישט געוואלט זאגן, און נאך עד היום הזה האב איך נישט קיין מינדעסטע השגה ווער דער יונגערמאן איז, וויל איך מיר באדאנקן פאר אים דא ברבים אין קאווע שטיבל (אפשר ליינט ער עס), און ארויסברענגען אז:
[center]מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי די יודישע פאלק!![/center]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פריעד באטשי: ייש"כ פאר אויפמאכן דעם אשכול וועלכן איך אליינס האב נישט געהאט די גאטס אויפצומאכן. אבער ס'פיהלט מורא'דיג גוט. כמים קרים על נפש עייפה...!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בין איך געווען אין בארא פארק האב איך געזען ווי א קאפ שרייבט א מיטער טיקעט, בין איך צוגעגאנגען צום מאשין און געקויפט א טיקעט פאר א ווילד פרעמדן איד וואס וועט מיר ניטאמאל זאגן שכויעח. פארוואס, ווייל איך בין א איד.
מי כעמך ישראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט אמאל א מעשה וואס האט פאסירט ציווישן די צוויי היימישע אייסקרים פראדאצירער קליינ'ס מיט מהדרין, איך געדענק נישט יעצט ווער ס'איז וועלעכע זייט.

זוממער שנת תשס"ג לפ''ק איז פארגעקומען א שווערע בלעקאוט ווער ס'געדענקט ס'האט גענומען בערך צוויי טעג אדער מער, הכלל די אייסקרים ליגט שוין אין די פריזער טראקס וואס ברויך בלייבן איינגעפלאגט איבערנאכט און צופרי קען מען עס דעליווערן קאלטערהייט, און דא אזא בראך נישטא קיין עלעקטער אין די הייסטע סעזאן, ולא עוד, ער ווייסט גאנץ גוט אז דער קאנקורענט פארמאגט א גענעראטאר... יעדער קען זיך פארשטעלן וואס פארא געפיהל דאס איז.

פלוצלינג באקומט ער א טעלעפאן קאלל פונעם קאנקורענט אליין אז ער קען אריבערברענגען אלע טראקס צו איינשטעקן אין זיין גענערטאר!!!

מי כעמך ישראל!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:בין איך געווען אין בארא פארק האב איך געזען ווי א קאפ שרייבט א מיטער טיקעט, בין איך צוגעגאנגען צום מאשין און געקויפט א טיקעט פאר א ווילד פרעמדן איד וואס וועט מיר ניטאמאל זאגן שכויעח. פארוואס, ווייל איך בין א איד.
מי כעמך ישראל.

כוכב: ס'איז דא,מייניך אזא געזעץ אז נאר דער אייגנטימער פון די קאר קען באצאלן פאר דעם פארקינג.איך האב אמאל אדורכגיינעדיג אויף די גאס אין בארא פארק געזעהן ווי א יוד לייגט אריין א קוואדער אין מיטער. און די אנטיסמיטישע שחור'טע האט איהם נישט געגלייבט אז ער איז דער בעה"ב פון די קאר. זי האט איהם געהייסן אריינלייגן די שליסל אין די קאר...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערל דו מישט געזעץ מיט רעליגיע, דאס איז אנטקעגן דעם קאנסטיטוציע.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול, און שרייבן נאר גוטס אויף דעם באשעפערס איינציגסטע פאלק.
א דאנק,
פריעד באטשי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:געהערט אמאל א מעשה וואס האט פאסירט ציווישן די צוויי היימישע אייסקרים פראדאצירער קליינ'ס מיט מהדרין, איך געדענק נישט יעצט ווער ס'איז וועלעכע זייט.

זוממער שנת תשס"ג לפ''ק איז פארגעקומען א שווערע בלעקאוט ווער ס'געדענקט ס'האט גענומען בערך צוויי טעג אדער מער, הכלל די אייסקרים ליגט שוין אין די פריזער טראקס וואס ברויך בלייבן איינגעפלאגט איבערנאכט און צופרי קען מען עס דעליווערן קאלטערהייט, און דא אזא בראך נישטא קיין עלעקטער אין די הייסטע סעזאן, ולא עוד, ער ווייסט גאנץ גוט אז דער קאנקורענט פארמאגט א גענעראטאר... יעדער קען זיך פארשטעלן וואס פארא געפיהל דאס איז.

פלוצלינג באקומט ער א טעלעפאן קאלל פונעם קאנקורענט אליין אז ער קען אריבערברענגען אלע טראקס צו איינשטעקן אין זיין גענערטאר!!!

מי כעמך ישראל!!!

גענוי די זעלבע האט פאסירט ביי סענדי ז"ל ווען ADROMA (גוט געספעלט?) האט פארלוירען די לעקטער און נישט פארמאגט קיין גענעראטר און צייט וואס זיין קונקורענט B&H איז געהעריג אנגעגאנגן, באקומט הרב מענדלאוויטש א פוין קויל פון B&H אז ער שיקט עם אריבער די גענעראטר,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עמעזאן האט געשריבן:באקומט הרב מענדלאוויטש א פוין קויל פון B&H אז ער שיקט עם אריבער די גענעראטר

הא? ער האט געשיקט קוילן און גראנאטן? :P
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:געהערט אמאל א מעשה וואס האט פאסירט ציווישן די צוויי היימישע אייסקרים פראדאצירער קליינ'ס מיט מהדרין, איך געדענק נישט יעצט ווער ס'איז וועלעכע זייט.

זוממער שנת תשס"ג לפ''ק איז פארגעקומען א שווערע בלעקאוט ווער ס'געדענקט ס'האט גענומען בערך צוויי טעג אדער מער, הכלל די אייסקרים ליגט שוין אין די פריזער טראקס וואס ברויך בלייבן איינגעפלאגט איבערנאכט און צופרי קען מען עס דעליווערן קאלטערהייט, און דא אזא בראך נישטא קיין עלעקטער אין די הייסטע סעזאן, ולא עוד, ער ווייסט גאנץ גוט אז דער קאנקורענט פארמאגט א גענעראטאר... יעדער קען זיך פארשטעלן וואס פארא געפיהל דאס איז.

פלוצלינג באקומט ער א טעלעפאן קאלל פונעם קאנקורענט אליין אז ער קען אריבערברענגען אלע טראקס צו איינשטעקן אין זיין גענערטאר!!!

מי כעמך ישראל!!!

גענוי די זעלבע האט פאסירט ביי סענדי ז"ל ווען ADROMA (גוט געספעלט?) האט פארלוירען די לעקטער און נישט פארמאגט קיין גענעראטר און צייט וואס זיין קונקורענט B&H איז געהעריג אנגעגאנגן, באקומט הרב מענדלאוויטש א פוין קויל פון B&H אז ער שיקט עם אריבער די גענעראטר,


נאך א מעשה, ענדליך צו וואס [tag]ריכטיג[/tag] און [tag]עמעזאן[/tag] האבן פארציילט:
אפאר יאר צוריק האט פאסירט א שריפה אין ״זושא׳ס בעקעריי״ אין מאנסי, ווי ממש אלע געבעקסן און אויך די אויווען זענען אינגאנצן חרוב געגאנגען, אין ווען זיי האבן געעפענט א צייטווייליגע טענט כדי צו קענען ווייטער אנגיין האט די שטאט זיי אנגעפאנגען רודף׳ן מיט פיל ווייעלעישענס, האט דער קאמפעטישען ״גלויבער׳ס בעקעריי״ זיי אריינגענומען צו זיך אין געשעפט פאר א שיינע שטיק צייט! (אפאר וואכן, אדער אפילו חדשים!!!), אזא מעשה רופט אויס הויך:
[center]מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי די יודישע פאלק!![/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט האב איך אז ווען זושא האט געעפנט זיין בעקעריי פלעגט ער אויסמיידן פון זיך צו באגעגענען מיט מר גלויבער אויס מורא אז ער האט טענות אז ער גייט איהם קאמפאטישן, איין טאג קומט מר גלויבער בכבודו ובעצמו אריין צו זושא'ס, ס'איז פאר זושא'ן גוט געווארן... זאגט איהם מר גלויבער, איך בין דיר געקומען זאגן אז איך האב חלילה נישט קיין תרעומות אויף דיר אדרבה איך וואונטש דיר פיהל הצלחה. און ער האט איהם אויפן ארט געגעבן רעצעפטן און טיפס!!!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אן ענליכע מעשה האט פאסירט אין G&B ווען די גלויבערס בעלי בתים פון G&G האבן אריינשפאצירט אין זיך געלאזט אויפנייען צוויי סוטס און דריי בעקטישעס.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

יתרו האט געשריבן:אן ענליכע מעשה האט פאסירט אין G&B ווען די גלויבערס בעלי בתים פון G&G האבן אריינשפאצירט אין זיך געלאזט אויפנייען צוויי סוטס און דריי בעקטישעס.

כוויל נישט פארדרייען די אשכול אבער כמיין סאיז א גנאי.
דאס מענטשעלע שפילט........
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו

שליחה דורך דורכגעטראכטער »

עמעזאן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:געהערט אמאל א מעשה וואס האט פאסירט ציווישן די צוויי היימישע אייסקרים פראדאצירער קליינ'ס מיט מהדרין, איך געדענק נישט יעצט ווער ס'איז וועלעכע זייט.

זוממער שנת תשס"ג לפ''ק איז פארגעקומען א שווערע בלעקאוט ווער ס'געדענקט ס'האט גענומען בערך צוויי טעג אדער מער, הכלל די אייסקרים ליגט שוין אין די פריזער טראקס וואס ברויך בלייבן איינגעפלאגט איבערנאכט און צופרי קען מען עס דעליווערן קאלטערהייט, און דא אזא בראך נישטא קיין עלעקטער אין די הייסטע סעזאן, ולא עוד, ער ווייסט גאנץ גוט אז דער קאנקורענט פארמאגט א גענעראטאר... יעדער קען זיך פארשטעלן וואס פארא געפיהל דאס איז.

פלוצלינג באקומט ער א טעלעפאן קאלל פונעם קאנקורענט אליין אז ער קען אריבערברענגען אלע טראקס צו איינשטעקן אין זיין גענערטאר!!!

מי כעמך ישראל!!!

גענוי די זעלבע האט פאסירט ביי סענדי ז"ל ווען ADROMA (גוט געספעלט?) האט פארלוירען די לעקטער און נישט פארמאגט קיין גענעראטר און צייט וואס זיין קונקורענט B&H איז געהעריג אנגעגאנגן, באקומט הרב מענדלאוויטש א פוין קויל פון B&H אז ער שיקט עם אריבער די גענעראטר,

אמת ויציב איך האב דעמאלץ געארבעט אין b&H
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:בערל דו מישט געזעץ מיט רעליגיע, דאס איז אנטקעגן דעם קאנסטיטוציע.

וואס איז אנטקעגן די קאנסטיטוציע...? אז נאר דער אייגנטמער פון די קאר קען באצאלן פאר פארקינג בשעת דער טרעפיק עידזשענט איז דארט...ס'איז א שטאטישע רעגולאציע...!
דו ביסט דיך מתווכח איבער א פאקט. איך פארצייל א מעשה שהיה. בעיני ראיתי..'האט גארנישט צו טון מיט וויכטיגקייט און חשיבות. א בשר ודגים וואס איז פונקט אויכעט א בעל עגלה פארציילט א מעשה. נאר ס'מעגליך אפשר האט ער עס געחלומ'ט... נישט געטראכט פון דעם.... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

איינער פון די ארגענעזעשין רינועל וואס העלפט אידען באקומען קידניס האט פארצייילט אז עפעס א אנדערע קריסטלעכע ארגענעזעישין האט ג'וואלט נאכמאכען די קאנסעפט פון קידני דאונעשיאן פאר זייער געמיינדע אזוי ווי רינועל, האבען זיי געמאכט א מיטינג אינטרוויא מיט רינועל און אויך מיט די האספיטעל סטעף וואס זענען אינוואלווט און ארבעטען אינאיינעם מיט רינועל און זיי האבן געטרייט צו נאשען אינפארמעישין, אינמיטען די שמועס האט זיך דארט אנגערופען א איינגעשטעלטע פון האספיטעל, אויב ווילט עטץ קאפיען רינועל זאג איך ענק יעצט אז דאס איז נישט אזוי פשוט, דאס איז נישט א ניין טו פייף זשאב נאר מען ארבעט טווענטי פאר סעווען פאר די וואוילזיין פון זייערע דאונערס און רעסיפיענטס, די געטריישאפט ביי די ארטאדאקס קאמיונעטי איז עפעס וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ און דאס קען מען נישט נאכמאכען, מען קען עס נישט דופליקעיטען,
די ווערטער איז געווען א הילכיגע קידוש ה' און אויך א שטארקע חיזוק פאר די רינועל סטעף,
ווי ר מנחם פר"מ פון רינועל האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אז פון 9 טו 5 ארבעט ער, און פון 5 ביז 9 איז ער נאר א וואלאנטיר..............,
א דאקטאר האט אמאל געוויזען אויף א טשארט אז ארטאדאקסישע אידען זענען א פיצעלע פערסענט פון די באפעלקערינג אין אמעריקא אבער זיי האבן די גרעסטע פערסענט פון קידני דאונערס, איך געדענק שוין נישט די פינקטליכע נומבערס, אבער די סטאטיסטיקס ערשטוינען די האספיטאלס און די דאקטוירעם, נאך דערצי אז אסאך דאונער'ס זענען מנדר זייער קידני פאר ווילד פרעמדע סטרענזשערס וועם זיי קענען נישט, און עס ווייזט זיך ארויס מיט גאנצען שטארקייט מי כעמך ישראל!!!
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז נאר אונטרעסאנט, אז ווי מער חסד אין א קאמיונעטי, אלס מער זענען די צרכי עמך מיט פראבלעמען אן א שיעור...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אין איינקלאנג מיט די גייסט אין דעם אשכול פון מי כעמך ישראל, וועל איך דא ציטירן פון א ספר ויכוחים מיטן נאמען "מלחמת חובה" פון רבינו יוסף קמחי (א ברודער פונעם רד"ק וועלעכער האט געוואוינט אין דעם העכסט פארגעשריטענעם מאדערנעם פראוואנסיע) ווי ער שרייבט לשבחו פון עם ישראל. אויפווייזענדיג דורך דעם אמיתת התורה.

איך וועל צוטירן שטיקלעך אין אידישער איבערזעצונג און אביסל אינעם ארגינעלן לשון:

מאמין: קיין שום אומה ערפילט נישט אזוי ערליך די עשרת הדברות ווי מיר אידן. מיר גלייבן אין איין איינציגן גאט, און מיר האלטן זיך טריי צום איסור "לא תעשה לך כל תמונה".

נאר מיר אידן האלטן שבת ריכטוג, און מיר טוען נישט קיין שום מלאכה אין דעם הייליגן טאג.

קיין שום אומה בעולם האלטן נישט אזוי שטארק איין אזוי ווי מיר אידן דעם "לא תרצח" און "לא תנאף". ביי אונז זענען נישטא קיין רוצחים, נישטא קיין מענטשן פארשמירט מיט זנות. "אין בהם רוצחים ומנאפים, עושק וגזל אין ביהידים מפורסם כמו בנוצרים שמלסתים הבריות בדרכים ותולין אותם ומנקרים עיניהם למקצתם, ולא תוכל להחזיק על היהודים דברים אלו"

צו הערשט אויך ביי אייך אזא צניעות ווי ביי אונז? סיי ביי מענער און סיי ביי די ווייבער?

מיט יעדן זון לערנט מען ביי אונז תורה פון קינדווייז אן. די מיידלעך ווערן ערצויגן מיט מוסר ודרך ארץ, מען זעט זיי נישט ארום גיין פראנק און פריי אין די גאסן, עס זענען ביי אידן נישטא קיין אויסגעלאסענע ווי ביי אייך קריסטן וואס מען באגעגנט שטענדיג אויף די מארקן און ירידים. און איר האט נאך די העזה אפצושפעטן פון אונזער מאראל און סדר החיים? איר האלט זיך פאר מענטשן מיט א העכערער מאראל, בעת איר פירט אזא לעבן און טרעט מיט די פיס אויף אלע געזעצן פון מוסר און יושר?!

נאך עפעס וועל איך זאגן:

מיר אידן ווייסן וואס עס הייסט ברודערליכקייט. שטעלט זיך אפ איין איד ביים אנדערן אין הויז, קען ער פארברענגען א טאג, צוויי, אפילו א גאנץ יאר, און ער וועט ביי אים גארנישט מאנען דערפאר, נישט פארן עסן און נישט פארן געלעגער. און אזוי פירן זיך אידן איבער די גאנצע וועלט, זיי זענען גערן מכניס אורח ווייל אידן זענען רחמנים בני רחמנים און האלטן זיך מיט ליבשאפט איינער צום אנדערן.

זעט א איד אז א אנדער איד איז געווארן געפאנגען, לייזט ער אים גלייך אויס. איז יענער נאקעט, טוט ער אים אנקליידן. והפכם בנוצרים.

המשך יבא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

המשך פון פריער:

"ועוד, כי נשמרים היטב מאבק רבית, לא ימכרו ליהודי אחיהו, לא חטים ולא יין ולא שום מקח לזמן קצוב כדי להרבות לו בדמים, והנה אתם שתחדלו מן הרבית תמכרו לאחיכם כל מקח לזמן קצוב בכפל דמים, הלא תבושו שתאמרו לא תלוו רבית, הנה זה רבית גדול, ועוד, כי הרבה גויים מלוים ברבית ידוע ליהודים ולנויים מה שאין היהודים עושים לאחיהם יהודים".

מין: ווי מאכט איר אוועק דאס קריסטליך לעבן, ווען מיר פארמאגן אזעלעכע דערהויבענע. נזירים און פירושים וואס שיידן זיך אפ פון אלנ תענוגי עולם הזה. זיי גייען אוועק אין די מדבריות און אין אפגעזונדערטע וועלדער און פארברענגען דארטן זייער גאנץ לעבן אין גרויס דחקות און נויט.

מאמין: אבער, ענקערע פרושים זענען דאך בלויז יחידים, און קעגן יעדן איין הייליגע זענען ביי ענק פארהאן טויזנטער וואס זענען איינגעטינקען אין זינד. אפילו אייערע גלחים און קארדינאלן וואס דארפן דאך פירן אן איינשטענדיג לעבן, ווייסן אבער אלע ווי להוט זיי זענען נאך זנות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער עס האט עפעס צוצולייגן צו דעם אשכול איז העפליך פארבעטן, א דאנק.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

מושב, איך קען וויסן ווי דו ביט איינגעשטאנען?
ביי מיר האט זיך עס נאכנישט געמאכט, וויפיל מאל איך שטיי איין ביי פרעמדע מענטשן, האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט אזא זאך ווי ארויסשיקן ביי סורפרייז.
געווענליך איז מען מודיע פארן אהין גיין, און אויב מאכט זיך א סורפרייז, איז עס זייער א פארשטענדליכע סיבה.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט