אזוי אויך איז דא חלקים וואס זענען שווארץ, ד. מ. וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן נישט עטיש נישט מאראליש נישט הלכה'דיג וכו',
אזוי אויך איז אלס דא א גרעי עריע זאכן וואס אויב האסטו דאס געטוהן איז דאס טאקע נישט אקעי, אדער גאר יא אקעי, אבער אפיציעל וועט מען זיך נישט באציען דערצו, אזא בחינה פון הלכה ואין מורין כן, און ווי הנשאל מגונה, אדער אין מוחין בידו וכדו'. דאס איז נישט נאר אין הלכה נאר די זעלבע וועט מען טרעפן אין געזעץ ווי געוויסע ענינים וועלן דייקא נישט אויסגעשמועסט ווערן נאר בלייבן גרעי,
די זעלבע זאך וואס ווערט געטוהן כסדר ואין פוצה פה ומצפצף קען אבער נאר אנגיין ווילאנג עס ווערט נישט אפיציעל, אבער איינמאל עס ווערט אפיציעל פאדערט דאס א רעאקציע, ווי יעדער טאטע ווייסט אז ווען די קינדער קריגן זיך מוז מען נישט אלעמאל באמערקן, אבער אויב קומען איינע פון די קינדער זיך באקלאגן מוז מען רעאגירן. די זעלבע איז מיט געזעץ וואס צומאל וועט די רעגירונג אוועקקוקן פון געוויסע אקטיוויטעטן וואס קומען פאר ווילאנג עס וועט נישט ווערן א נאציאנאלע טעמע וואס דעמאלס וועט דאס פאדערן א רעאקציע,
די אויבן דערמאנטע איז נישט נאר ריכטיג אין ציווילער לעבן נאר אויך אין די הלכה'דיגע לעבן, ווי מיר קענען זעהן פון די גמ' אין חולין דף צב.
עולא אמר אלו שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה, אחת שאין כותבין כתובה לזכרים, רש"י. דאע''פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה ואחת שאין שוקלין בשר המת רש"י. של אדם: במקולין רש"י. באיטליז שאין אוכלין אותו בפרהסיא כל כך ואחת שמכבדין את התורה
און פארדעם באקומען זיי שכר, אז אפילו זיי זינדיגן מיט משכב זכור, און אפילו זיי עסן מענטשן פלייש ווערט דאס נישט אפיציעל, אבער ווען מען פאלט און מען מאכט די זאכן אפיציעל פאדערט דאס א רעאקציע מן השמים, ה"י.