ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

שליחה דורך חקרן »

וואס האט דארט פאסירט?

אין ליכט פון אן אנדערן אשכול, וואו עס איז אריינגעקומען אין שמועס דער דאזיגער פרשה, שפיר איך פאר א פליכט אויסצוקלארן עטליכע זאכן וואס ליגט מיר אין געדאנק שוין א לאנגע צייט, ועל של עכשיו באתי.

קודם-כל, איבער די ברייטע היסטאריע פון דער רש"ג, זייט מוחל און ליינט דעם פאלגנדער באריכט און דער אשכול ארום דעם, צו באקומען א קלארערע בילד:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%A8%D7%99

אצינד, עטליכע נקודות והערות וואס איך האב צו זאגן דערויף.
די עיקר טענה וואס מענטשן זאגן איז, אז צווישן דער רש"ג מיטן רמ"ש איז א חילוק אזוי ווי צווישן א פלוג און א לייב, בשעת דער רמ"ש האט באוויזן וועלטן, און דער רש"ג איז געווען א פשוט'ער שטילער מענטש, בכלל נישט מיט די שטארקע קוואלעפעקאציעס מיט וואס דער רמ"ש האט זיך ארויסגעשטעלט.

בנוסף לזה, גיבט צו דער פאקט, אז דער עולם האט געוואלט דער רמ"ש, וואס האט עווענטואל איבערגענומען חב"ד. הגם די רביצין פון דער ריי"ץ אינאיינעם מיט פיל שטוב מענטשן און עלטערע חסידים האבן געוואלט דער רש"ג, אבער דער עולם האט געוואלט דער רמ"ש, פאקטיש איז ער געווען פיל געלונגענער און דאס האט גובר געווען. ער האט טאקע אויפגעשטעלט א מיליטער און אן אומפעריע, איינס אין דער וועלט.

אין אן אנדערן אשכול, האט שמואל פרימו אנגערירט א נקודה, לדבריו האט דער רמ"ש אויפגעשטעלט אן אנדערן סארט חסידות ווי דער רש"ג וואלט אויפגעשטעלט, וואס אויב דער רש"ג וואלט איבערגענומען, וואלט מען דעמאלס געזאגט אז דער רמ"ש וואלט נישט געקענט באווייזן דאס וואס דער רש"ג האט באוויזן.

איך וויל בלויז צולייגן און פארברייטערן וואס ער האט געשריבן, מאכנדיג א חשבון און סך-הכל אויף די פרשה:

דער נאמען 'שניאורסאן'
קודם כל, נעמט אין באטראכט, אז דער עלטערער איידעם האט געהייסן 'גורארי' און דער יונגערער 'שנייאורסאן'. שטעלט אייך פאר ווען עס איז פארקערט, דער עלטערער הייסט 'שניאורסאן' און דער יונגערער 'גורארי', וואלט דאס זיכער פיל צוגעגעבן צו זיין פערזענליכקייט. עס איז מעגליך אז דער צווייטער האט מצליח געווען איבערצונעמען די זאך נאר צוליב זיין נאמען, אויב וואלט ער נישט געהייסן שניאורסאן און דער רש"ג וואלט יא געהייסן שניאורסאן, וואלט ער מעגליך געהאט די מאכט און איבערגענומען חב"ד קעגן זיין שוואגער.

עד שתגיע למקומו
די גמרא זאגט, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו - מען קען נישט מעסטן א מענטש, ביז ער קומט פאקטיש צו, צו דער מצב. כלפי מה דברים אמורים? - מענטשן האבן ליב אריינצוגיין און טראכטן, וואס וואלט געווען אויב יענער וואלט געווארן רבי, יענער וואלט געטאן, ער וואלט געווען שוואכער, שטארקער... דער אמת איז אז מען קען נישט וויסן, ביז ווי לאנג ער נעמט למעשה איבער דאס פלאץ.

‫איך קען פערזענליך מענטשן, וואס קיינער האט נישט געגלויבט אז זיי טויגן צו עפעס‬. ‫למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף א געוויסע פאזיציע און זיי האבן באוויזן וואונדער‬. נעם צום ביישפיל דער היינטיגער סערעט-וויזשניצע רבי, ווען ער איז געווארן רבי, האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט מצליח זיין. למעשה איז ער געפארן קיין שווייץ אויף א שטיק צייט, ער איז צוריקגעקומען פון דארט אלס פארטיגער רבי, און ער האט מצליח געווען צו באווייזן דאס אומגלויבליכע, ער האט אויפגעשטעלט א הויף, א חסידות, איינס אין די וועלט.

דאס זעלבע איז פארקערט: איך האב געהערט פון אן עלטערע מחנובקער חסיד, אז איידער זיין רבי איז געווארן רבי, האט מען געגלויבט אז ער וועט זיין אן ערנסטער קאנקערענץ פארן בעלזער, ער האט געהייסן א קלוגער מענטש, מען האט אים געהאלטן פאר א גאנץ געלונגענער מענטש, און ער איז טאקע. בפועל האבן די חסידים האבן געלייגט אויף אים פיל מער האפענונגען פון וואס ער האט בפועל באוויזן. וואס איז געווארן למעשה? - ער איז געבליבן חוזק אין די לענג און אין די ברייט‬, ‫ער סערווירט נישט דאס וואס מען האט ערווארטעט פון אים‬. אויף זיין זוהן בערל לייגט מען א שטארקע געוויכט, מען גלויבט אז ער וועט זיין אן ערנסטער קאמפעטישן פארן בעלזער'ס אהרן מרדכי.

וואס ווייזט דאס? - אז מען קען נישט וויסן און מען קען נישט דן זיין קיין מענטשן, ביז זיי קומען בפועל אן אויף דעם ארט וואו זיי שטייען.

אצינד, שטעלט אייך פאר, ווען דער מצב וואלט געווען פארקערט; ‫יד רש"ג וואלט גובר געווען‬ ‫און ער וואלט געווארן רבי‬. וואס וואלט זיין שוואגער דער רמ"ש געטאן? - אדער וואלט ער זיך אוועקגעצויגן פון 770, אדער וואלט ער זיך מכניע געווען‬ אונטער זיין עלטערער שוואגער, דער רבי.

לאמיר זיך אביסל מצייר זיין ווי אזוי חב"ד וואלט דעמאלס אויסגעקוקט:
דער רש"ג איז ווי באקאנט געווען א ריכטיגער חב"ד חסיד, א תומכי תמימים תלמיד. צי ער האט געקענט חסידות מער פונעם רמ"ש - מסתמא נישט. אבער ער האט זיך זיכער געקענט פארמעסטן מיט דער מיטעלע רבי און מיט זיין שווער דער ריי"ץ, קיין חדר יונגל איז ער נישט געווען.

ווען ער וואלט איבערגענומען חב"ד און געווארן דער נשיא דורינו, וואלט ער מסתמא אויפגעשטעלט א פארצייטישע חסידות‬ ‫מיטן אמאליגן חן‬, ‫די התוועדות'ער וואלט אנדערש אויסגעקוקט‬, מער פארצייטיש, ‫ער וואלט אויפגעשטעלט א דור פון בחורים וואס דאווענען זיבן שעה‬, בקיצור, ער וואלט געמאכט א תומכי תמימים מצב‬. מאידך וואלט דער רמ"ש געזעצן אין זיין וואונקל און זיך געלעבט אין זיין וועלטל‬. ‫למעשה איז ער געווען א פאר-זיך מענטש‬, ‫און געלעבט פאר זיך‬, אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין געווען רבי.

אין אזא פאל, וואלט דאס יעדער אנגעקוקט נארמאל און נאטורליך. דער רש"ג איז למעשה פון רבי טייג געקנאטן און דער רמ"ש איז א שטורדירטער, אביסל מאדערן - יא, ער קען אסאך חסידות און ער האט געפירט התוועדות בחייו פון זיין שווער, אבער וואספארא פארגלייך צו זיין שוואגער?! - לאמיר שוין נישט רעדן ווי אזוי זיין ווייב האט אויסגעקוקט... בשעת די ווייב פונעם רש"ג איז געווען אן עכטע שניאורסאן, א רבי'ש קינד מיט באק ציינער, אבער חיה-מושקע פונעם רמ"ש? נו, וואספארא הויף וואלט מען שוין געקענט ערווארטן?! - אויף קאווע שטיבל וואלטן כולם פה אחד געהאלטן אז דער רמ"ש וואלט נישט געקענט בויען אזא איידעלע חסידות, מיטן אלטן געשמאק, וואס קיין חסידות קען זיך נישט פארמעסטן מיט אים‬.

היינט אז מיר זעען וואס דער רמ"ש האט באוויזן, שטעלט זיך ארויס קלאר דער 'אל תדון'; מען קען נישט וויסן וואס א מענטש קען באווייזן, ביז ער קומט למעשה אן אויף דעם ארט. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דער רמ"ש וועט אויפבויען דאס וואס ער האט אויפגעבויעט, און ממילא קען מען אויך נישט וויסן פארקערט, ווי אזוי דער רש"ג וואלט עס געבויעט, צי ער וואלט געווען בעסער אדער ערגער, אדער גאר עפעס אנדערש.

מענטשן טוישן זיך
קוקנדיג אביסל אין די היסטאריע פונעם רש"ג, שטעלט זיך ארויס א געוואלדיגע סתירה אין זיין פערזענליכקייט. אין זיינע פריעדיגע יארן איז ער געווען גענצליך אנדערש פון וואס ער איז געווען אין זיינע שפעטערדיגע יארן. דאס דארף א ביאור און פירוש, וואס איז דא געשען מיט דער מענטש? - ווי אזוי האט ער זיך געטוישט?

אין די ערשטע יארן, ביז יאר ת"ש בערך‬, איז דער רש"ג געווען א לייב, געטאן א געוואלד, ‫געקויפט שטחים, זיך געשטעלט פאר סענעטארן, אריין אין פיסק פון לייב, געראטעוועט זיין שווער‬ ‫ועוד‬.‫און דאס איז וואס מען ווייסט, וואס חב"ד האט נאכנישט עספיעט צו באהאלטן. ‫ער איז געווען שטארק אקטיוו ביי זיין שווער, און יעדע פרעסע קאנפערענץ וואס זיין שווער האט געוואלט געבן איז עס געגאנגען דורך אים‬, ער האט ‫געבויט ישיבת תומכי תמימים, און "נאר" א דאנק אים איז דאס שטאק געשטיגן בימים ההם.‬

קוקנדיג אויף זיינע לעצטע יארן, זעט מען אז ער איז געווען א פלוג, ‫זיך געלאזט טרעטן‬, ער האט ‫גארנישט געטאן‬, ‫זיינע התוועדות זענען נישט קיין סך ווערד געווען‬, ער איז ‫געווען דיפרעסט‬ ‫ועוד ועוד‬.

וואס איז דא געשען?‬ - לאמיר אריינטראכטן!

איך בין אמאל געגאנגען מיט מיין טאטע אויף די גאס, בשעת מיר האבן באגעגנט א איד, א לא-יצלח, איינעם וואס איז אים גארנישט געגאנגען, נישט צו גאט און נישט צו לייט. מיין פאטער האט מיר אנגעוויזן אויף יענעם און מיר אנגעהויבן דערציילן: "ער האט געלערנט צוזאמען מיט מיר אין ארץ-ישראל, געהייסן האט ער פון די שטערקסטע בחורים בגשמיות און ברוחנוות‬‫. ער האט געפירט די ישיבה בפועל, געלערנט פלייסיג, געווען א דוגמא וועמען מען האט געוואלט נאכוואקסן‬‫. ער איז געווען א ריכטיגע סאברע, א ישראלי‬‫.

"יארן זענען אריבער און ער האט חתונה געהאט אויף אמעריקא‬, וואו אונזער קשר איז אפגעהאקט געווארן. ‫נאך עטליכע יאר טרעף איך אים אלס אנדערע מענטש, ‫דיפרעסט, א גארנישט, א חוזק‬... ‫איך האב גערעדט מיט אים‬, ‫און ער זאגט מיר "דו ווייסט נישט וואספארא יסורים איך גיי אריבער - איך האב אלעס פארלוירן"‬. דער בחור דערציילט, אז ער האט חתונה געהאט אין א פרעמדע מדינה, אלעס איז אזוי אנדערש‬, ער האט שוואגערס געלונגענע חברה, אבער אין אמעריקע קען מען אים נישט, ער איז פארלוירן, נישטא".

מיין טאטע האט מיר דעמאלס געזאגט, אז אויב וואלט מען געהאלפן דעם בחור, וואלט מען אים מסתמא געראטעוועט, ער איז למעשה געווען א געלונגענער מענטש, נאר ער איז געדעמעדזשט געווארן.

דאס זעלבע איז אויך פארקערט; עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן זיך געצויגן א מקום מגורים, בשעת אין דער פריעדיגער פלאץ זענען זיי געווען משוגעים, זענען זיי אויפגעראכטן געווארן אין אנדערע פלעצער. נעמט צום ביישפיל ר' פנחס יונג פון מאנסי, ער האט פריער געוואוינט אין מאנטשעסטער וואו יעדער האט געלאכט פון אים, געהאלטן אים פאר א חוזק, היינט איז ער א שיינער רב או פירט א הערליכער מוסד. דאס זעלבע איז מיט קאסובע רבי, ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין לאנדאן, דארט האט ער געהאט א נאמען פאר א געהעריגער משוגענער, א נערוון קראנקער, געקומען איז ער קיין אמעריקע און היינט פירט ער טיש, און איך גלויב אז ווען ער וואוינט אין ירושלים וואלט ער געהאט אזא עולם ווי ר' מיילעך בידערמאן און דער ראחומסטריבקער, בשעת ווען ר' מיילעך וואוינט אין ניו-יארק, וואלט מען געלאכט פון אים.

הפנים, א מצב און א פלאץ טוישט א מענטש, לטב ולמוטב.

צווישן רש"ג און רמ"ש
לאמיר אצינד אריבערגיין קיין חב"ד און א קוק געבן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט.
ביז אין יאר ת"ש, איז דער רש"ג געווען דער רעכטער האנט פון זיין שווער. דער רש"ג איז געווען א חסיד פון דעם רבי'ן רש"ב‬, ‫דארט איז ער אויפגעהאדעוועט געווארן און זיינע תורות און דרכים געלערנט און זיך געקאכט דערין‬. ‫למעשה איז ער געווארן אן איידעם ביים ריי"ץ - א גענצליך אנדערע פערזאן‬. במשך אלע יארן איז ער געווען דער רעכטער האנט פון זיין שווער‬ ‫און געדינט אלס שופר פון זיין שווער‬. ‫יעדע צוזאמענקום האט ער גערעדט, ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון דער צוועק, מוסד וכדומה‬, ער איז ‫ארומגעגאנגען צו יעדע פאליטישן‬. ‫בקיצור, ער געווען פאליטיש פארמישט אין חב"ד‬, ‫דער פאליטיקאנט פוןן חב"ד‬, ‫ער האט אויך געגעבן פרעסע קאנפערענצן, און גערעדט צו די מידיע אין נאמען פון זיין שווער‬.

‫פלוצלינג איז אנגעקומען דער רמ"ש, א שטילער מענטש‬ וואס לעבט פאר זיך און ער האט אנגעהויבן רעדן חסידות און פארברענגען מיטן עולם. יעדע צוזאמקונפט אין חב"ד, ווי ביידע אידיעמער האבן גערעדט‬, ‫איז עס צוגעגאנגען אז קודם האט דער רש"ג גערעדט פאליטיש‬, ארויסגעברענגט דעם דבר האסיפה אדער מוסד, דערנאך האט דער רמ"ש גערעדט און געזאגט א חסידי'שער געדאנק. אז איר וועט א קוק געבן אין די רשימות פון ימי חב"ד אין די יארן פון ת"ש ביז תש"י‬, די יארן וואס ביידע האבן געדינט‬, וועט איר זען אז ביי די מסיבות אז דער רשג האט קודם גערעדט און דערנאך האט דער רמ"ש געזאגט א הדרן אדער א שמועס‬.

דער סדר העולם איז, ‫אז מען האט נישט ליב די הויכע פענסטער‬. גיבט א קוק אין סקווירא‬, ווי אזוי פיל מענטשן קלאמערן זיך ארום דער בנו השלישי פונעם רבי‬, ‫ר' יעקב יוסף‬. דאס קומט ‫צוליב דעם וואס די צוויי עלסטע זענען פשוט'ע פאליטיקאנטן‬, ‫און די סקווירא דערזעען זיך אין א פראבלעם‬. ‫אבער לאמיר נישט פארקריכן‬ (איך וויל נישט דא איינלאדענען מנשה וחביריו), ‫מענטשן האבן ליב ווער עס אידענטעפערצירט זיך מיט זיי‬, ‫און דאס איז געווען דער רמ"ש, א פשוט'ער חסיד, און נישט דער רש"ג, דער גאנצער מוציא ומביא ביי זיין שווער אין שטוב‬.

‫יעצט לאמיר איבערדרייען דעם בילד‬: ‫לאמיר זען וואס עס וואלט געווען אין א פארקערטע פאל‬, שטעלט אייך פאר אז דער רמ"ש איז דער עלסטער איידעם‬ ‫און ער באגלייט זיין שווער, זאגט פרעסע קאנפערענצן, שטעלט זיך פאר פאלעטישנס‬ ‫און איז זיין שווער'ס שופר‬. ‫אצינד קומט דער רש"ג אן אין יאר תש"י‬, ‫א ווארעמע חסידי'שע איד‬, ‫ווייסט פון גארנישט‬, ‫דאוונט לאנג‬, ‫פארברענגט אויפן חסידישן ‫שטייגער‬. ווען עס קומט צו פארזאמלענוגען‬, ‫דאן רעדט קודם דער רמ"ש פאלטיטש און דערנאך דער רשג חסידיש‬. ‫איך בין זיכער אז דער עולם וואלט זיך געקלאמערט ארום דער רשג אינגרויסן‬,‫סוף כל סוף איז ער געווען א טיפיקל תומכי תמימים תלמיד‬, ‫מיטן אמאליגן תמימות‬. ‫דאס איז פארוואס מען האט זיך געקלאמערט ארום דער רמ"ש‬.

וואס איז געשען מיטן רש"ג?
‫יעצט, אז דער רש"ג האט דאס געזען‬, ווי אזוי ער פארלירט די גאנצע מעשה, ‫איז ער געווארן דעפרעסט און האט פארלוירן דאס וואס ער האט געהאט‬. ‫פשוט און גראד‬, ‫ער האט נעבעך געטאן וואס ער האט געקענט צו ראטעווען זיין מעמד‬ ‫אבער עס איז אים נישט געגאנגען‬. ‫בקיצור, ער איז געווארן מער און מער דיפרעסט‬, ‫פראבירט צו ווערן רבי, ווען די צייט איז רייף געווארן‬, אבער ‫זיינע בעסטע ידידים האבן אים איבערגעלאזט‬, ‫דער בית-המדרש וואס ער האט געקלערט אז ער וועט באקומען, איז צוזאמען מיט די חסידים אוועק פון אים‬, ‫און אים געוויזן א קאלטן רוקן‬. ‫פארשטייט זיך אז ער איז געווארן דעפרעסט‬.

‫איך בין נאכנישט זיכער אז דער רמ"ש, אויב ער וואלט דאס מיטגעלעבט, וואלט ער נישט געווארן דעפרעסט, כאטש וואס ער איז געווען א גרויסער בעל-מוח.

ווער רעדט נאך שפעטער, ווען זיין שוואגער איז געווארן רבי, דעמאלס האט מען אים פשוט גע'רודפ'ט, מען האט אים נישט אפגעגעבן דעם כבוד ווי עס פאסט, דאס האט צוגעברענגט אז זיין ווייב און איינציגסטע זוהן האבן אים איבערגעלאזט, זיין שוואגער האט אים נישט רעספעקטירט (עס איז נישט קיין סוד). און ער איז געווען שטארק איינזאם.

דאס איז געווען דער טראגישער סוף מיט דער דאזיגער איידלער מענטש.

לגופו של ענין: דער רש"ג וואלט נישט געקענט באווייזן דאס וואס דער רמ"ש האט באוויזן, און דער רמ"ש האט נישט באוויזן דאס וואס דער רש"ג וואלט אפשר געקענט באווייזן (לויט זיין חסידי'שן אלטן שטייגער).

הבהרה: אלע חסידות'ן פון אנדערע רבי'ס, וואס שפירן זיך געטראפן פון מיין אנאליז: איך בעט זיי איבער, איך האב זיי נישט געמיינט פערזענליך, נאר גענוצט אלס משל.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

חקרן מיט אדנירם זענען דערווייל די בעסטע שרייבער אין קאווע שטיבל, אוו איך מיין אז מיט דעם ברעכן זיי היסטאריע אין קאווע שטיבל, מיטן דערליווערן לאנגע רייפע ארטיקלען מיט א בהירות נחמד לעניים, איינס נאכן אנדערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

חקרן האט געשריבן: צי ער האט געקענט חסידות מער פונעם רמ"ש - מסתמא נישט. אבער ער האט זיך זיכער געקענט פארמעסטן מיט דער מיטעלע רבי און מיט זיין שווער דער ריי"ץ, קיין חדר יונגל איז ער נישט געווען.


הייסט אז דער רבי מה"מ האט געקענט זיכער זיך מעסטן מיט האמצעי והריי"ץ?! גיב מי איי ברעיק
חקרן האט געשריבן: זיין שוואגער האט אים נישט רעספעקטירט (עס איז נישט קיין סוד).

קענסט מיר מגלה זיין אט דער סוד, וואו האט מען דאס געפילט
ביטע זיי מצביע אויף איין (1) אסיפה וואו דער רש"ג האט גערעדט וועגן עסקנות און רמ"ש א תורה רייד?
אחוץ דאווענען זיבן שעה און אריינגיין אין פיסק פון לייב, האט רש"ג געהאט א אנדערע היסטאריע, א ביטערער ווייטאגדיקער היסטאריע, וואס אין דא ענד אוו דא דיי איז דאס געווען דער סתימת הגולל אויף זיין רביסטווע, ווי מ'קען דאס זעען אי די מסמכים פון יענע תקופה. דאס וועסטו ניט געפינען ביי היילמאן, טו סיין האומ-וואורק לאמיר זען אויב דו קענסט געפינען עפעס א הולך רכיל זאל זיין דער מגלה סוד.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

אדרבה, אפשר ביסטו אונז מגלה וואס איז דער ביטערער ווייטאגדיקער היסטאריע וואס האט געמאכט דעם סתימת הגולל אויף זיין רבי'סטעווע? - מיינסט דערמיט וואס ער האט זיך געשטיפט צו זיין רבי? - וואס איז דיין כוונה?

קוק אין ימי חב"ד, אלע געשעענישן צווישן ת"ש און תש"י, קוק ווער עס האט גערעדט און וואס מען האט גערעדט, וועסטו דאס אליין זען, נישט איין און נישט צוויי אסיפות, נאר כסדר.

איבער רעספעקטירן, קוק ביטע אין המלך במסיבו, והמפרסמות אין צריכות ראיה, שמחת תורה ביי די הקפות און ביי יעדע אנדערע מאמענט, אפילו אין די עפנטליכקייט. איך האב אויך אזוי ארויסגעהאט דעם פיקטשער.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

פיר אויס ביטע וואס איז געשעהן מיט'ן רש"ג אין די ענדע? ווי האט ער געלעבט סוף ימיו? אין קרויהייטס אדער ווי?
וואס איז געשהן מיט זיין בערי? ווי זענען זיי היינט?
זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט? מיט א גט? סתם זיך סעפרעטירט?
ווי ליגט ער?
גיט אביסעלע מער דעטאלען! האסט זייער גיט אראפגעלייגט דעם גאנצען ענין, ענדיג די דאטאלען עס זאל זיין א דבר השלם!
יש"כ
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

שמואל האט געהאקט, מיט'ן זעלבען ביטע - נישט קיין סתירה
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

רוסישער האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן: צי ער האט געקענט חסידות מער פונעם רמ"ש - מסתמא נישט. אבער ער האט זיך זיכער געקענט פארמעסטן מיט דער מיטעלע רבי און מיט זיין שווער דער ריי"ץ, קיין חדר יונגל איז ער נישט געווען.


הייסט אז דער רבי מה"מ האט געקענט זיכער זיך מעסטן מיט האמצעי והריי"ץ?! גיב מי איי ברעיק
חקרן האט געשריבן: זיין שוואגער האט אים נישט רעספעקטירט (עס איז נישט קיין סוד).

קענסט מיר מגלה זיין אט דער סוד, וואו האט מען דאס געפילט
ביטע זיי מצביע אויף איין (1) אסיפה וואו דער רש"ג האט גערעדט וועגן עסקנות און רמ"ש א תורה רייד?
אחוץ דאווענען זיבן שעה און אריינגיין אין פיסק פון לייב, האט רש"ג געהאט א אנדערע היסטאריע, א ביטערער ווייטאגדיקער היסטאריע, וואס אין דא ענד אוו דא דיי איז דאס געווען דער סתימת הגולל אויף זיין רביסטווע, ווי מ'קען דאס זעען אי די מסמכים פון יענע תקופה. דאס וועסטו ניט געפינען ביי היילמאן, טו סיין האומ-וואורק לאמיר זען אויב דו קענסט געפינען עפעס א הולך רכיל זאל זיין דער מגלה סוד.



מאך איך מיט דיר א געשעפט: דו ברענג אראפ דער היסטאריע וואס האט געלייגט דעם סתימת הגולל (כלשונך) אויף זיין רבי'סטעווע, און איך וועל דיר ברענגען די דוגמאות וואו מען האט געפילט אז דער רבי רעספעקטירט נישט זיין שוואגער.

ערלעדיגט?
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

שלמה המלך האט געשריבן:פיר אויס ביטע וואס איז געשעהן מיט'ן רש"ג אין די ענדע? ווי האט ער געלעבט סוף ימיו? אין קרויהייטס אדער ווי?
וואס איז געשהן מיט זיין בערי? ווי זענען זיי היינט?
זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט? מיט א גט? סתם זיך סעפרעטירט?
ווי ליגט ער?
גיט אביסעלע מער דעטאלען! האסט זייער גיט אראפגעלייגט דעם גאנצען ענין, ענדיג די דאטאלען עס זאל זיין א דבר השלם!
יש"כ


קוק אריין אין דער לינק וואס איך האב צוגעברענגט פון אנהויב, עיין שם ותמצא כל מבקשך.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

ק/פ פון דארט

דאס האט אים למעשה אפגעקאסט א שווערע פרייז. חסידי חב"ד האבן טערארעזירט זיין רביצין, וועלכע האט זיך געמוזט ארויסציען פון 770, איבערלאזנדיג אים אליין אלס קראנקע איינזאמע מענטש.
(פארגעסט נישט אז דא רעדט מען פון דער מענטש וואס האט בפועל געבויט חב"ד, און געווען דער רעכטער האנט פון די פריעדיגע רבי.)

דעמאלס האט דער רבי געשיקט עטליכע יונגעלייט זאלן גיין משמש זיין דער רש"ג.

עס איז פאראן א היסטארישע בריוו וואס הרבנית גורארי האט אריינגעשיקט אין די איד יענע יארן, וואו וויינט זיך אויס אויף איר ביטערע שיקזאל. זי איז דעמאלס אריבערגעגאנגען צו מונקאטשער רבי שליט"א אפקויפן א חלקה פאר איר און פאר איר זוהן, נאך וואס זי האט גע'טענה'עט אז מען האט צוגענומען איר חלקה אין חב"ד. אין חב"ד האט מען אפיציעל געלייקנט אז מען זאל עס האבן צוגענומען פון איר און געזאגט אז איר זוהן בערי האט אזוי מחליט געווען. אין פאקט האט דער רבי געשיקט א ספעציעלע משלחת פון עטליכע חסידים צו בערי, נאך וואס זי איז נפטר געווארן אז מען זאל איר לייגן אין חב"ד, אבער בערי האט נישט געוואלט.

דער רש"ג איז אין יענע תקופה געווען זייער דערביטערט אויף זיין מצב און האט נישט געקענט צוזיך קומען פון די אלע זאכן.

סוף ימיו
די לעצטע יארן פונעם רש"ג זענען געווען זייער שווערע. ער איז געווען קראנק און צובראכן. זיינע משמשים פלעגן דערציילן ווי אזוי ער פלעגט אריינקומען יעדן טאג און זיין ליידיגן, האלב טונקלע אפיס, א זכר פון די אמאליגע יארן וואס ער פלעגט ארבעטן פאר חב"ד. דארט איז ער געזעצן און גארנישט געטאן, אויסער א טעלפאן קאל דא און דארט. ער האט אויסגעקוקט זייער דעביטערט און דעפרעסט.

א שאטן פון א מענטש וואס איז אמאל געווען
אקטיוו און אנגעפירט א וועלט. א משל פון א מענטש וואס האט געזאלט זיין א רבי פון טויזנטע חסידים און דערווייל איז ער געבליבן אן קיין גוטן ידיד.

מען זאל נישט געפרואווט ווערן.

יבכו את האבידה
עטליכע יאר שפעטער איז דער רש"ג נסתלק געווארן, עס איז געווען א גרויסע לויה, הגם פון אנהויב האט עס אויסגעקוקט ווי עס וועט נישט זיין קיין עולם, מען האט געמוזט ווארטן זייער לאנג ביז די לויה האט געקענט אריינקומען אין 770. בערי איז געקומען מיט באדי גארדס און מען האט געלייגט דעם רש"ג אינדרויסן פונעם אוהל פון זיין שווער, דער ריי"ץ.
ק/פ פון דארט

נאך זיין הסתלקות האט דער רבי נוהג געווען מנהגי אבילות און געזעצן שבעה נאך אים. עס איז פאראן א באקאנטער ווידיא וואו מען זעט דער רבי דאווענען מנחה אין שטוב פון רש"ג א טאג נאך די לויה.
די ווידיא קענט איר זען דא
http://www.he.chabad.org/multimedia/med ... id/1418725

ככלות השבעה איז דער רבי ארויס אויפן ציון, געזאגט פרקי תהילים לעילוי נשמתו.

עס לאזט זיך זאגן אז כלל ישראל האט פארלוירן א גרויסער מענטש, א מענטש וואס מען וואלט געקענט געניסן פון אים, און איז אזוי טראגיש פארגעסן געווארן און אראפגענומען געווארן פון די ארענע.

דער רש"ג האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות. זיין זוהן בערי האט נישט געהאט קיין קינדער, נאר בלויז צוויי אדאפטירטע טעכטער וואס איינע פון זיי איז בכלל נישט קיין שומרת שבת.

נישט נאר קינדער איז נישטא פון אים; עס איז נישטא קיין נעמען נאך אים, ספרים, ספר תולדות, ביכער... גארנישט. טראצדעם וואס ער פלעגט כסדר זאגן שיחות און אין די גוטע יארן אויך שיעורים אין תומכי תמימים, איז פון אים גארנישט געבליבן.

שושלת גורארי איז אפגעהאקט געווארן.
ליידער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלמה המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

כפל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חקרן: א ייש"כ פאר אונז אינפארמירן מיט דיינע רייכע היסטארישע ידיעות. אבער מיט איין פרט וועל איך מחולק זיין מיט דיר. דיין קובע זיין אז דער רש"ג איז געווען מער א פאליטיקאנט און דער רמ"ש איז געווען מער און האט געדרשנ'ט חסידות. און אט דאס איז געווען די סיבה פארוואס דער עולם איז געלאפן צו די רמ"ש און איבערגעלאזט דעם רש"ג.
לויט ווי איך בין אינפארמירט געווארן אלע יארן איז די הויפט סיבה געווען אזוי ווי איינער פון די מגיבים האט עס דא דערמאנט אז דער רש"ג איז געווען הויפטזעכליך פארבונדן מיט די עלטערע חב"ד חסידים און דער רמ"ש האט אפעלירט מער צו די יוגנט. און ער האט זיי געגעבן די פילינג אז ס'ערווארט זיי א סאך אינטרעסאנטע פראגראמס אונטער זיין הנהגה. נאר לויט ווי די חסידים גיבן איבער אז דער רמ"ש האט זיך באצויגן צו די גאנצע ענין פון איבערנעמען די הנהגה נאך דעם ריי"ץ'ס פטירה מיט גרויס ענוה. און ער האט נישט געוואלט זאגן שיחות ברבים. נאר אז די חסידים האבן זיך ממש געבעטן ביי איהם...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שלמה המלך[/tag], דיין לינק ארבעט נישט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חקרן: אפשר קענסטו אדער אן אנדער ידען באלייכטן איין זייער אינטרעסאנט קפיטל פון די לעבן פון די טעכטער פון מהריי"ץ. די רעבעצין חנה גור ארי' און חיה מושקא. לויט דעם משמעות הדברים איז חיה מושקא געגאנגען שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. אייגנטליך האט זי דארט באגעגנט ר' מנחם מענדל שניאורסאן. דער שפעטער'דיגער ליובאוויטשער רבי. און איהר שוועסטער די רביצין חנה, נישט...!
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

berlbalaguleh האט געשריבן:לויט ווי איך בין אינפארמירט געווארן אלע יארן איז די הויפט סיבה געווען אזוי ווי איינער פון די מגיבים האט עס דא דערמאנט אז דער רש"ג איז געווען הויפטזעכליך פארבונדן מיט די עלטערע חב"ד חסידים און דער רמ"ש האט אפעלירט מער צו די יוגנט. און ער האט זיי געגעבן די פילינג אז ס'ערווארט זיי א סאך אינטרעסאנטע פראגראמס אונטער זיין הנהגה. נאר לויט ווי די חסידים גיבן איבער אז דער רמ"ש האט זיך באצויגן צו די גאנצע ענין פון איבערנעמען די הנהגה נאך דעם ריי"ץ'ס פטירה מיט גרויס ענוה. און ער האט נישט געוואלט זאגן שיחות ברבים. נאר אז די חסידים האבן זיך ממש געבעטן ביי איהם...!


אזוי האט עס געהייסן אפיציעל.

מאידך גיסא האט דער רמ"ש כמעט נישט פארלאזט 770, פון די מינוט וואס זיין שווער איז נסתלק געווארן, ביז זיין אננעמען דאס נשיאות א יאר שפעטער, דאס איז געווען טראצדעם וואס ער האט אפעציעל געוואוינט אין פרעזידענט סטריט.

ווען ער וויל באמת נישט זיין רבי, זאגט ער פאר זיין עולם "קוקט, איך האב דא א שוואגער, א חשוב'ער יונגערמאן און די עלסטע איידעם פון דעם שווער נ"ע, נעמט אים פאר רבי." ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, זאת-אומרת, אז ער האט "נישט" געוואלט און "נישט" געהאלטן אז זיין שוואגער דארף ווערן רבי, טראצדעם וואס ער איז עלטער געווען, ויש-טוענים (בעיקר די אלטע רביצין) אז על פי צוואת הריי"ץ האט ער געדארפט ווערן רבי.

ומכאן גם קצת תשובה על דברי רוסישער, בענין כיבוד להרש"ג.

נ.ב. איך האב א מאדנע מחשבה, אז אפשר איז דאס גאר דער טעם פאר וואס דער רמ"ש איז קיינמאל נישט אוועקגעפארן פון קראון-הייטס, פשוט ער האט מורא געהאט אז מען וועט מכבד זיין רש"ג מיט כיבודי אדמורו"ת, עליות וכו', אדער אז רש"ג וועט זיך נעמען זאגן מאמרים וכו'... ס'איז טאקע מאדנע אזוי צו טראכטן, אבער ווער ווייסט...
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

בערל, די שידוך פון חנה איז געמאכט געווארן תמוז תר"פ.
דער רש"ב האט אים בוחר געווען א צייט פאר פטירתו. איך שטעל זיך פאר (ניט געהערט מפורש) אז דאס איז געווען א גרויסע טענה נאך תש"י.
עכ"פ פון די בריוו אין אג"ק ריי"ץ חט"ו (אינו תח"י כעת) קומט אויס ניט ווי דער מעשה אייערער.
שמואל, וואס איז מיט שמחת תורה, דאס איז דאך דער גרעסטער כבוד. ניין?
חקרן, דיין לעצטן געדאנק, איז טאקע פאר-פעטשט, אבער גענצליך אינטערעסאנט. זיין התנהגות איז געווען מיט שווערע דיקטוטרה, א קלייניקייט האט געקענט ארויסרופן אומפארשטענדליכע בייזעריי און קפידה, מפורסם איז זיין מלחמה איבער די ספרים וואו ער האט געשריען און ניט געוואלט הערן פון קיין פשרה ניט, אבער פעלט ניט דוגמאות אין אנדערע תחומים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רוסישער: במחילת כבודך האסטו געמאכט א טעות מיט די נעמען. איך האב נישט גערעדט וועגן שידוך פון חנה. איך האב גערעדט איבער חיה מושקא. וועלכע איז געווען יענע סחורה. און (ס'איז נאך פאראן א גרעסערע עמקות אין דעם ענין מיט מערער פרטים.) דער ריי"ץ האט זיך שטארק מצער גיווען איבער איר...עד שבא ר' מנחם מנדיל והציל את המצב...פארדעם האט ער איהם אזוי שטארק מחשיב גיווען...!
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

[tag]berlbalaguleh[/tag], דו האסט מסיים געווען "און איהר שוועסטער די רביצין חנה, נישט...!" האב איך געמיינט אז דו ביסט מרמז פארוואס רמ"ש האט גענומען דוקא די אינגערע שוועסטער.
אין אגרות חט"ו א בריוו פון תמוז תרפ"ג, פאר תקופת פעטערבורג:"...בתי, השבוע למדתי ביסודיות "הלכות מענדל שי' ", כמעט כל יום עד אתמול בערב, מספר שעות ביום. ביום ראשון בילינו שלשתינו כל היום, והי' נעים מאוד. הוא נשאר כאן לשבת, ומן הסתם ביום ראשון יסע אי"ה הביתה להצלחה [=לביתו ביקטרינוסלב]. הוא מרגיש אחרת לגמרי מאשר בפעם הראשונה שבה הי' כאן. נשאר לו רושם טוב מאוד ונעים מקאווקאז [=פגישתם בקיסלאוואדסק שנמצאת בקווקאז], הוא הי' רוצה ללכת פעם נוספת לטיול בהר, במיוחד הטיול עד ההר. יכולני לומר שאני כבר קצת מכיר אותו, הוא נותר מאוד מרוצה מקבלת הפנים. הוא לא ראה הנהגה כזו. מאוד ביתית וידידותית, דבר שמוסיף הרבה..."
זעט מען די שדכן איז ניט געווען א 'מומע ליבע'... אויב דו האסט מער דעטאלן ביטע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רוסישער: חיה מושקא איז געגאנגען שטודירן אין לענינגראד יוניווערסיטי. און דארט האט זי זיך אויך מערערע מאל געטראפן מיט רמ"מ. אויך פלעגט ער קומען צו זיי אין שטוב אויף א באזוך. אזוי ברענגט דער מהריי"ץ זצ"ל אליינס אין זיינע זיכרונות. אז בשעת די גע.פע.או. (פארגייער פון די נ.ק.וו.ד.. און ק.ג.ב.) האבן איהם (דעם מהריי"ץ) ארעסטירט אום ליל שישי, איז דער רמ"מ דארט געווען און ר'האט פרובירט אינטערווענירן מיט די געהיים פאליציי באנדיטן. און מ'האט איהם אפגעפיהרט אין די "שפאליארקע". די געהיים פאליציי הויפטקווארטיר. און בשעת מעשה האבן זיי כדרכם הרשעה בארואיגט די רביצן און די אנדערע שטוב מענטשן אז דער רבי ווערט נאר גענומען פאר אויספארשונג און גלייך ווי ס'וועט ווערן באוויזן זיין אומשולד וועט ער באפרייט ווערן. אבער דאס איז בכלל נישט געווען זייער כונה. זיי האבן איהם געפלאנט צו דערשיסן, רח"ל. אזוי ווי זיי האבן געטון צו די צענדליגע טויזנטער אנדערע קרבנות פון זייער טעראר. דער הויפט אגיטאטאר אקעיגן דעם רבי'ן איז געווען לולאוו. דער גע.פע.או. הויפט פון לענינגראד. און זיין חבר נאכומזאהן, וועלכער איז געווען א זון פון א ליובאוויטשער חסיד. און ער האט זיך אויפגעטון אז ער איז געבוירן דורך א ברכה פונן רבי'ן, נאכדעם וואס זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין קינדער פאר א סאך יארן. און זיי האבן אפן געסטראשעט אז זיי גייען ח"ו דערשיסן דעם רבי'ן.די חסידים האבן באלד אנגעהויבן א שטארקע השתדלות און זיי האבן געשיקט טעלעגראמעס צו דעם רוסישן פרעזידענט און מאדאם פעשקאווא, די פרעזידענטין פונ'ם רוסישן רויטן קרייץ.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

בערל, איך האב נאר מעיר געווען אז דער זעקס יאריקער רומאן האט זיך אנגעהויבן פאר תקופת פעטערבורג, און באס איז איז געווען ביוזמת זייערע עלטערן.
פון וואס איך געדיינק, אין זיינע זכרונות, באקאנט אלץ 'רשימת המאסר', דערמאנט ער גארניט אז רמ"ש איז דארטן געווען, נאר חסידים דערציילן (דאכצעך אז אין לשמע אוזן איז דא פון דעם) אז מוסי' איז שטילערהייט געעפנא א פעמצטער און זעענדיק איר חתן שטייט אונטן האט זי אים געזאגט "שניאורסן מיר האבן גאסט", פארשטייענדיק דעם רמז איז ער גלייך אוועק צו חיים ליבערמאן'ס שטוב (ער איז געווען א סעקראטאר ביים ריי"ץ) און צוזאמען האבן זיי אויסגעזוכט אלע דאקומענטן וועגן די חדרים מקוואות וכדומה און זיי פארברענט. שפעטער זענען זיי טאקע געקומען ארעסטירן חיים ליבערמאן. דאכצעך ער איז געזעסן לענגער ווי ריי"ץ. דארטן אין תפיסה האט ריי"ץ געזען ליבערמאן, און דאס איז געווען פון די שווערערע מאמענטן, אז זיינע נאענטע זאלן אים זען אין אזעלכע אומשטענדן.
כמדומני שהיתה זאת אמו הרבנית שטרנא שטענה אם הזדים הארורים לבל יקחוהו. לא בדקתי ואשמח אם תתקן אותי.
ומה נאה ומה יאה לעסוק בפרשה זו היום, י"ב תמוז, יום גאולתו ופדות נפשו בשמת תרפ"ז. ויש להאריך ואין עיתותי בידי.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]פאר איך לייען דעם ארטיקל וויל איך שרייבן עטליכע נקודות בנוגע דעם ענין.

1. איידער דו הייבסט אהן דורכטוהן דער נושא דארפסטו אויסטוהן דיינע גלעזער. איינער וואס איז נישט קיין אוהד פון די רבי וועט אלעמאל זעהן וויאזוי דער רש"ד וואלט געווען בלא בלא בלא, און איינער וואס איז א חסיד אדער אן אוהד פון די רבי וועט אלעמאל זעהן דאס פארקערטע. אויב דו ווילסט וויסן די וואהרהייט איז נישט מעגליך נאר אויב דו וועסט אויס טוהן דיינע ברילן און זיכן אמיתת הענין.

2. עס איז אריבער גאר אסאך יארן זינט דעמאלס און רוב עדות עקזעסטירט שוין נישט. ובתוך זה איז נכלל אז חב"ד אליין האט זיכער פארדעקט גאר אסאך אינפארמאציע. ולכן וועט די בילד נישט זיין קיין אמתע בילס.

3. איך בין יאהרן צוריק געלעגן אין די נושא. איך האב גערעדט מיט אידן וואס האבן זיך געדרייט אין חב"ד יענע תקופה, ובתוכם איז נכלל אזעלכע וואס זענען אוועק פון חב"ד נאך די הסתלקות- זאגנדיג אז ביי זיי האט זיך חב"ד דעמאלס געענדיגט.

4. ווי איך פארשטיי איז די רש"ג געווען גאהר א גרויסע יודע חסידות. אמרו עליו אז ער קען בעל פה איבער 300 מאמרי חסידות (פאר דער וואס האט שוין געפריווט צו חזר'ן איין מאמר בעל פה פארשטייט וואס דאס מיינט). לעומת זה איז נישט געווען קיין הוה אמינא ביי קיינעם אז ער זאל איבערנעמן די הנהגה.

5. א איד וואס האט געלערנט אין אטוואצק האט מיר געזאגט אז ווען די רמ"ש פלעגט קומען (יא פון פאריז אדער פון אן אנדערע יוניווערסיטי) פלעגן זקני חסידים זיך ארום כאפן ארום די רמ"ש און שותה געווען בצמא את דבריו. דער רבי האט געהאט נאך צוויי איידעמעס דעמאלס אבער דער רמ"ש האט מען געשעצט אויסטערליש און מען אלץ געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן. דער רמ"ש בשעתו איז געווען א נחבא אל הכלים (אזוי איז געווען עד סוף ימיו חוץ לגבי זיין הנהגה, ועכמ"ל על זה) אבער די חשובע און זקני החסידים האבן זיך געבעטן ער זאל עפעס זאגן אדער פארברענגן.

6. די רש"ג איז נתמנה געווארן אלץ די פירער פון די ישיבה המרכזית. און דאס איז עס. לעומת זה די רמ"ש איז געווען ממונה אויף יעדעס אנדערע אקטיוויטי וואס חב"ד האט עוסק געווען דאהי און איבער דער גארער וועלט.

7. איך האב געפרעגט אן אלטער חב"ד חסיד וואס וואו מען רופט אים אין חב"ד הייסט ער א 'דור השישי'ניק', צו עס איז נישט געווען קיינער וואס האט געוואלט די רש"ג איבער די רמ"ש? זאגט ער יא איינער: דער רש"ג אליינס. דאס איז כאטש ער איז נישט געווען קיין גרויסע חסיד פון די רמ"ש. ער האט געארבעט פאר די רש"ג אין די אפיס. ער זאגט אז דער רש"ג איז געווען א נערוועזער מענטש און פלעגט זיך רעגן אויף יעדעס קלייניגקייטץ ער פאציילט אז ווען ער האט חתונה געהאט ער געזאגט פאר די רש"ג אז ער גייט פעלן פון די אפיס. פרעגט די רש"ג ווי לאנג פלאנט ער צו פעלן. זאגט ער פון ערב שבת אויפרוף ביז נאך שבע ברכות. האט די רש"ג געמאכט קולות פארוואס אזוי לאנג, עס גענוג צו פעלן די טאג פון די חתונה און איין טאג דערנאך!

8. עס איז דא גאר אינטרעסאנטע הפלאות אויף די רש"ג אלס שוואגער פון רבי. איינס אז איין מאל ער האט געזעהן אז דער רמ"ש האט איבערגענומען האט ער זיך מבטל געווען ביטול מלא. און מיט דעם איז אויך געווען עטליכע אינטרעסאנטע זאכן.

9. ער האט קיינמאל נישט פארפאסט אן התוועדות. ער האט איינגעפירט דער רעיון פון מאמר כעין שיחה. עס איז ידוע אז דער רבי פלעגט זאגן א שיחה מיט אן אנדערע תנועה ווי א מאמר. אזוי אויך פאר א מאמר פלעגט מען זינגן א ניגון הכנה און יעדער האט זיך אויפגעשטעלט. די רש"ג פלעגט באמערקן אז געוויסע מאל בשעת השיחה האט זיך די סגנון געטוישט צו א מאמר. ער פלעגט זיך גלייך אויפשטעלן און נאך אים האט זיך כל הקהל אויפגעשטעלט. פון דעם איז געווארן א שיינע פאר מאמרים זענען אריין אין די ספרי המאמרים אנשטאט די שיחות.

10. ער פלעגט אלע יארן טאנצען הקפות מיט די רבי. דהיינו אז די רבי פלעגט טאנצן צוויי הקפות. דיע הקפות האט די רבי געטאנצן האנט ביי האנט מיט די שוואגער די רש"ג.

12. אויך איז אינטרעסאנט אז פאר די ריי"צ איז אוועק פלעגט די ריי"צ זיצן לעבן די בעל תפילה און דערנאך די רש"ג און דערנאך די רבי. נאך יוד שבט האט די רבי זיך נישט געריקט נענטער אדער זיך געזעצט ביי די פלאץ פון די שווער. ער איז געבליבן על מקומו. פון דעם איז נשתרבב געווארן אז דער רבי איז געזעצן אין די ווינקל פון דרומית מזרחית. ווידער דער רש"ג איז געזעצן גלייך לעבן די בעל תפילה אדער נאך איין ליידיגע פלאץ.

13. ביי די תקופה פון דידן נצח איז דעמאלס זיין רעבעצין מיט זיין זוהן געווען אין א מחלוקה מיט די רבי. ער האט זיך געהאלטן שטארק אז מען טאהר זיך נישט קריגן מיט די רבי. צום סוף איז זיי אנטלאפן פון 770 און ער איז געבליבן אליינס דארט ווארטנדיג אויף די חסדים פון חסידי חב"ד זאלן קעיר נעמען פון אים.

14. 770 האט געהאט דריי שטאק. די מעין פלאר איז געווען די שוהל מיט גן עדן התחתון (די אויפנאמס צימער פוון די רבי). די צווייטע שטאק איז געווען די דירה פון די ריי"צ. די דריטע שטאק איז געווען די דירה פון די רש"ג (היינט די עקסיביט צימער פון די ספריה). ווילאנג די רעבעצין האט געלעבט האט די רבי געגעסן דארט צוזאמען מיט די שוואגער אלע סעודות שבת ויום טוב. בראש השלחן איז געזעצן ליידיג די בענקל פון די פריערדיגע רבי. אויף די זייט איז געזעצן די רבי מיט זיין שוואגער. דארט איז געווען די איינציגסטע פלאץ ווי חסידים האבן געקענט כאפן שריים פון די רבי. אבער איינער וואס האט געהאט פראטעקציע האט געקענט אריין קומען. למעשה איז די רש"ג דארט אויף געזעצן כעבדא קמיה מרא.

15. עס איז ידוע א מעשה אז דער רש"ג האט געפרעגט ביים רבין אויף עפעס אן הנהגה פארווואס ער טוהט אדער טוהט נישט אזוי. דער רבי האט אים געענטפערט אז די שווער האט אים נישט געהייסן טוהן אנדערש. די רש"ג האט דאס איבערפארציילט און מוסיף געווען אז מיום וואס ער קען די רמ"ש האט נישט ארויס געברענגט אויף זיינע ליפן קיין דבר של שקר. מיר האט די רבי זייט די פטירה גארנישט געזאגט. אז די רבי זאגט אז דער שווער זאגט אים אדער זאגט אים נישט איז א סימן אז דער שווער רעדט צו אים.

יעצט וועל איך קוקן און זעהן אויב איך האב עפעס וואס מוסיף צו זיין אויף די פריערדיגע תגובות.[/justify]
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

שליחה דורך chaims »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]פאר איך לייען דעם ארטיקל וויל איך שרייבן עטליכע נקודות בנוגע דעם ענין.

1. איידער דו הייבסט אהן דורכטוהן דער נושא דארפסטו אויסטוהן דיינע גלעזער. איינער וואס איז נישט קיין אוהד פון די רבי וועט אלעמאל זעהן וויאזוי דער רש"ד וואלט געווען בלא בלא בלא, און איינער וואס איז א חסיד אדער אן אוהד פון די רבי וועט אלעמאל זעהן דאס פארקערטע. אויב דו ווילסט וויסן די וואהרהייט איז נישט מעגליך נאר אויב דו וועסט אויס טוהן דיינע ברילן און זיכן אמיתת הענין.[/justify]


עס קוקט נישט אויס אז איר האט אויסגעטוהן די גלעזער
איר האט פשוט אנגעטיהן אנדערע...
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
באניצער אוואטאר
פרעגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך פרעגער »

יעדע זאך גייט אזוי.
יעדער זאגט וואס ער האלט און קוקט אויף א זאך ווי אזוי ער וויל עס אנקוקען.
עס איז געשמאק צו הערן ביידע צדדים.
נישט יעדע פראגע האט א ענפער.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

שליחה דורך chaims »

Right it was just too obvious to me
פארשפארט