ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פארלוירן אין די פינסטערניש
בין איך פארטונקעלט פון ליכט
די אמונה פון מיין טאטע, מיין ברודער, מיין באשעפער און רעטטער
העלף מיך אדורכמאכן די נאכט

בלוט אויף מיין געוויסן
און מארד אין געדאנק
ארויס פון די כמארע, איך קריך ארויס פון קבר, צו אט א פרישע חורבן
יעצט מיין גוף איז מיין מזבח

די בלוט פליסט פריי
די רעגן ווערט רויט
גיב מיר די וויין
דו האלט דיר דאס ברויט
און די שטימעס קלונגען אין מיין קאפ
איז גאט דא, צי איז גאט טויט?
איז גאט טויט?

טייכן פון רשעות
פליסען דורך שטארבענדיגע ערד
שווימען אין ביטערניש, זיי מארדן, רויבן, און בארגן, ס'איז קיין מארגן פארהאן
אז די זינדיגער ווערן פארשאלטן
צום גיהינום פון אש
קענט איר קיין נשמה נישט ארויסגראבן
וועמען קענט איר געטרויען ווען פארדארבענקייט און תאווה, די לערע פון אלע אומרעכט
לאזט אייך איבער לעהר און צוקלאפט?

ווען וועט שוין אט דער בייזע חלום פאראיבער? זאגט מיר!
ווען קען איך שוין אויסרייניגען מיין קאפ?
קען מיר איינער ענטפערן
איז גאט טאקע טויט?
איז גאט טאקע טויט?


צו פארזיכערן מיין פיליזאפיע
ביז מיין לעצטן אטעם
רייז איך אפ פון ריאליטעט
צו א לעבעדיגע מוח-טויט
אידענדעפצער זיך מיט פיינט
ביז זאכן ווערן רעכט
מיט גאט און טייוועל צו מיין זייט
פון דעם טונקעל וועט אויפשיינען דאס ליכט

איך באטראכט די רעגן
ווי עס ווערט רויט
גיב מיר נאך וויין
איך דארף נישט קיין ברויט
די רעטענישן וואס האקן מיר אין קאפ
איך גלויב נישט אז גאט איז טויט
אז גאט איז טויט

נישטא וואו צו לויפן
נישטא וואו זיך באהאלטן
איך וואונדער זיך אויב מיר וועלן זיך נאכאמאל טרעפן
אויף די אנדערע זייט
גלויבסטו אין די ווערטער
פון דעם הייליגן בוך?
אדער איז זי נישט מער ווי א לעגענדע
און גאט איז טויט?
און גאט איז טויט?


ריכטיג!

אבער נאכאלץ, שטימעס אין מיין קאפ
זאגן מיר אז גאט איז טויט
דאס בלוט גיסט אראפ
די רעגן ווערט רויט
און איך גלייב נישט אז גאט איז טויט
אז גאט איז טויט[/center]


(Black Sabbath 13)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

לייק :like
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ער איז א גנב. דער שווארצער שבת. ער האט דאס געגנבט פון מיין דרעפט. כהאב ממש אזאנס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחד העם האט געשריבן:ער איז א גנב. דער שווארצער שבת. ער האט דאס געגנבט פון מיין דרעפט. כהאב ממש אזאנס.

נו, ער האט דאך קלאר געשריבן פון ווי עס קומט.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

פריעד באטשי האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:ער איז א גנב. דער שווארצער שבת. ער האט דאס געגנבט פון מיין דרעפט. כהאב ממש אזאנס.

נו, ער האט דאך קלאר געשריבן פון ווי עס קומט.

דער כעלמ'ר מגיד האט געמאכט, א געוואלדיגען און אייגענארטיגער ארבייט.
איך רעד פון דעם 'שווארצען שבת', האט עס געגנבט פון מיר.
האט ער עס דען געגנבט פון מיר?
כהאב געשריבען ביי מיר אין דרעפט עפעס ענליך צו דעם, נישט וואוסענדיג פון דעם שטיקל, רוף איך אים אן גנב,
קלאר?
[NAMELESS]

Re: ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך גיי דינגען סייבער טעראריסטן צו העקן @אחד העם'ס אקאונט, לויט די כסדר'דיגע רמזים געפינט זיך אוצרות מיט גאלד באהאלטן דארט,
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

Re: ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

שליחה דורך אחד העם »

אקעי האלט האלט,
לאמיך זיין די סייבער טעראריסט....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גרויסער דאנק [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] פאר די הערליכע שטיקל פאזיע,
דו האסט מיר דערמאנט פון עפעס א גוטס, וועט מען עס אי״ה ארויפשטעלן ווען די צייט וועט ערלויבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאז אונז נישט ווארטן. אז דער צייט ערלויבט נישט, פייף אים אן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:לאז אונז נישט ווארטן. אז דער צייט ערלויבט נישט, פייף אים אן.

אקעי, אי״ה נאך היינט נאכט בל״נ.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

עמוק עמוק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:לאז אונז נישט ווארטן. אז דער צייט ערלויבט נישט, פייף אים אן.

אקעי, אי״ה נאך היינט נאכט בל״נ.

שוין ארויפגעלייגט, צו זען דריקט דא:
viewtopic.php?f=50&t=9192
פארשפארט