טאטע זיסער!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

טאטע זיסער!

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליינענדיג דעם אשכול ״ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא״ פונעם [tag]כעלעם׳ר מגיד[/tag] האב איך מיר דערמאנט פון די ניגון וואס איך גיי דא אראפברענגן (עס איז ענדלדיג מיט צוויי פאקטארן, 1- ביידע רעדן פונעם צווייטע וועלט מלחמה, 2- ביידע זענען פול מיט אהבה און אמונה פשוטה צום בורא עולם, אפילו זיי זענען אריבער צרות וואס מיר קענען בכלל נישט באגרייפען) וואס איז פארפאסט געווארן דורך הרה״ח ר׳ מרדכי אריה מאסקאוויטש ע״ה פון מאנטריאל אין בענקשאפט נאך זיין טאטע וואס מען האט גענומען אין מונקא-טאבור פון ווי ער איז ליידער נישט צוריק געקומען, אין ער גייט אדורך די גאנצע יאר וויאזוי עס איז געווען מיטן טאטען און וויאזוי עס איז אן אים:

טאטע זיסער, ווי עלנד מיין לעבן, נאך איגאנצן לעהר,
זייט מען האט דיר אריינגערופן אין ארבייטס לאגער,
דאס הארץ טוט מיר וויי, איך טו נאך דיר בענקן,
זיסע טייערע באשעפער, טו אים צוריק שענקן.

דאס הארץ טוט מיר וויי ווען איך טו מיר דערמאנען,
אז דעם הייליגן ראש השנה בין איך לעבן דיר געשטאנען,
די הייליגע תפילות מיט דיר מיט געהאלטן,
אבער שוין לאנגע חדשים פון דיר קיין בריוועלע ערהאלטן.

די הייליגע יום כיפור האב איך מיר מיט דיר באראטן,
צו איך זאל ביז מיטאג פאסטן, צו דאס וועט מיר נישט שאטן,
יעצט זעה איך דיר נאר, מיט מיינע זעלישע אויגן,
ליידער זייט דעמאלטס איז שוין איבער א יאר בייגעפלויגן.

ווי הערליך שיין איז די סוכות געווען ביי דיין אושפיזין זאגן,
מיר האבן דעמאלטס אלע פארגעסן פון יעדע צרה ויגון,
יעצט זענען מיר אלע מיט די מאמע אליינס געבליבן,
טאטע זיסער דו ביסט פון אונז ווייט געווארן פארטריבן.

שמחת תורה האסטו הקפות געטאנצן מיטן ספר תורה,
לשם שמים מיט כוונה צום הייליגן בורא,
ווי ביסטו אצינד ליבער טאטע געטרייער,
ווער ווייסט אין וועלכע קריג, און אין וועלכע פייער.

חנוכה לעכט האסטו געצינדן מיט גרויסע כוונות,
פורים האסטו מיר געשיקט, שיקן משלוח מנות,
היינט האסטו קיין יום טוב, דו האסט. נישט קיין פורים,
נאר פון גרויס פרעסט און קעלט האסטו גרויסע יסורים.

וועמען וועל איך די קשיות פרעגן פסח ביי דעם סדר,
די זיסע מאמע טו איך פרעגן קשיות א גאנץ יאר כסדר,
איר טו איך פרעגן, ווען דו וועסט שוין אהיים קומען,
אין ביי יעדע קשיא האב איך אין אירע אויגן טרערן אין אכט גענומען.

איך טו דיר בעטן גענאדיגער באשעפער, הייליגער בורא,
איך נעם מיר אינטער פלייסיג צו לערנען די הייליגע תורה,
נאר טו דיר שוין אויף יודישע קינדערלעך אומקוקן,
אין טו אלע יודישע טאטעס און קינדער בשלום אהיים קערן.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

זייער שיין און הארציג. ער האט דאס געשריבן פאר דעם וואס ער האט געוואוסט אז זיין טאטע איז אומגעקומען צי דאס איז נאר ליופי המליצה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוסישער האט געשריבן:זייער שיין און הארציג. ער האט דאס געשריבן פאר דעם וואס ער האט געוואוסט אז זיין טאטע איז אומגעקומען צי דאס איז נאר ליופי המליצה?

פון די סוף ניגון איז משמע אז ער האט נאך געהאפט אז זיין טאטע וועט צוריק קומען. (מען דארף פארשטיין אז דא רעדט מען פון א אונגארישער וואס דארט איז געווען אסאך גרינגער ווי אין פוילן און אוקריינע, און אסאך זענען צוריק געקומען פון מונקא-טאבור)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען קען הערן ווי פעסטע רב רבי יואל׳יש זינגט די ניגון פון זיין זיידע ר׳ מרדכי אריה (וואס איז געווען זיין טאטען׳ס שווער בזו״ר) ביי זיין טאטע׳ס זאת חנוכה טיש, אויף די ניקלשבורגע האטליין ״אז נדברו״
רופט 718-705-6060
אדער 845-738-1400
אין דערנאך דריקט 6-2-6 אין נאכדעם 999666 וועט איר אנקומען צום ניגון.
אויך פארציילט ער דארט די היסטאריע פונעם ניגון.
הערט און האט הנאה!
פארשפארט