דער צו'חושטע מאוד אשכול
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:49 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
דער צו'חושטע מאוד אשכול
מאכטס זיך אמאל, און ביי טייל אלעמאל אז מ'איז אין א צ'וחשטע מאוד, און ס'צרות. אמאל כאפט די קאסטומער, אמאל די קינדער, און צומאל ווערט אפילו די אשת חיל פארוואנדעלט אין די קרבן, און קללות לא יחסר. אלענספאל, כדי צו רעליווען די סטרעס אויף א אומשעדליכער אופן, עפענען מיר דעם אשכול אלס א פובליק סערוויס פאר די צו'חושטע געכאפטע נשמות.
בקיצור ביי מיר איז דא א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס איך וויל אין זיי פשוט אריינבייסן, אבער חיות זענען טרייף, וועל איך מוזן שומפן וועגן זיי.
מיין שווער פאר אלע שווערע רוחות האט נאכאמאל גערופן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו פאר'ן צו די קאנטרי. הער מיך אויס שווער, קום אהער, לאמיך דיר ציען ביי די קעצעלע בארד און עפעס מסבר'ן: מיינד יור אן פריקן ביזנעס! קום אהער שעפעלע, איך וויל דיר זאגן א סיקרעט: שאט די טראק אפ!
גייעך איינשרייבן פאר דעי קעמפ, זיצט דארט די אדמינסטראטער אויף א רויט לעדערנע בענקל, און קראצט די בארד צווישן די ארך אפים און רב חסד סעקשאן. ער ליינט פאר א ליסטע פון טשארזשעס ווי פאר א באשולדיגטן אין געריכט.
950 שכר לימוד
140 טריפס
200 טראנספעטאציע
15 ספרים
+טיפס
די חילוק איז אז דא איז נישט דא א לויער וואס קען אויספייטן אראפצונעמען פון די שווערע געלט שטראפן. וויש איך אפ די נאז, און געב אים א קרעדיט קארד וואס די קרעדיט ליניע טרינקט שוין וואסער. דער שמאק שמייכעלט און ווינטשט אסאך אידיש נחת! איך גיי ארויס פון אפיס און די גאנצע וועג אראפ הערט זיך פון מיר דערשטיקטע ווידערקולות פון שטערנדלעך ווערטער. **** **** וואס דו ביזט. די רייניגער טרעפט מיר דארט בין שטאק ל'שטאק און ווינדערט אויף דעם משוגענעם שמוציג מויל וואס דרייט זיך אין א קינדער שולע. וואטעווער גא טו העלל. איך פארהאק די טיר. בום, אזש אפילו די ווידיאו קאמרא האט זיך צושאקעלט פונעם זעץ. ער קוקט מסתמא אויפן סקרין און לאכט..

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
שטיי איך אין בארא פארק אונטער די טרעינס ביי ניו יוטריקט און 55 אויף דעם פיצי טרייענגעל וואס האט ניטאמאל קיין אחיזת קרקע צו שטיין דערויף צווישן איין ריזיגע גאדער אין די צווייטען, וויל איך אנהויבן אריבערגיין דעם צוויטען זייט סמבטיון, יענע רגע קומט צו רייסן א ריזן פייער טראק מיט אלע זיבן לעמפלעך און קולות, און דערצו די טרויעריג-בארימטע מיואמ'דיגע מלאך המות פייף.
איך האב נישט געוויסט צו איך זאל מיר צושטאפן די אויער אדער אנכאפן אינעם ראסטיגן שטאנג וואס האלט אונטער די שינעס, איך זאל נישט צובלאזן ווערן פונעם לופט וואס די טראק טרייסלט ארויס פון זיך ביים אריבערפליען.
איך האב מיך אנגעכאפט מיין היט מיט ביידע הענט, שטארק פארמאכט די אויגן און געהאפט אז די שפיץ פון מיין נאז זאל נישט ארפגעריסן ווערן דורכן לייטער וואס הענגט אויף די זייט פונעם טראק..
בבבוששששש....
שוין די קאשמאר איז פאריבער, איך עפן די אויגן, אלס דורך בשלום, ב"ה... גוב איך א קוק אויפן איקסעל זע איך ווי א פייגל פון אויבן האט ארפגעטריפט פרישע סחורה אויף מיין רעקל.... זעט אויס איך בין נישט דער איינציגסטער וואס כאפט א ציטער פונעם רעש....
דא קומען די קללות......
איך האב נישט געוויסט צו איך זאל מיר צושטאפן די אויער אדער אנכאפן אינעם ראסטיגן שטאנג וואס האלט אונטער די שינעס, איך זאל נישט צובלאזן ווערן פונעם לופט וואס די טראק טרייסלט ארויס פון זיך ביים אריבערפליען.
איך האב מיך אנגעכאפט מיין היט מיט ביידע הענט, שטארק פארמאכט די אויגן און געהאפט אז די שפיץ פון מיין נאז זאל נישט ארפגעריסן ווערן דורכן לייטער וואס הענגט אויף די זייט פונעם טראק..
בבבוששששש....
שוין די קאשמאר איז פאריבער, איך עפן די אויגן, אלס דורך בשלום, ב"ה... גוב איך א קוק אויפן איקסעל זע איך ווי א פייגל פון אויבן האט ארפגעטריפט פרישע סחורה אויף מיין רעקל.... זעט אויס איך בין נישט דער איינציגסטער וואס כאפט א ציטער פונעם רעש....
דא קומען די קללות......
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:49 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
דער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
תנא קמא האט געשריבן:דער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.
איז דאך דיין שווער יא גערעכט אז דו זאלסט נישט פארן אין קאנטרי ......... דארט קומען די מאסקיטאס מיט די קללות און צעחושטע מאד מיט ...
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
- געפינט זיך: שטעטעלע ק.
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
ר' משה'לע קאזניצער זי"ע וואס ווי באקאנט פלעגט זיך אסאך ווערטלען, האט אמאל ארפגע'משל'ט א מעשה.
וואקט זיך דער איד חול המועד סוכות נאכן דאוואנען געמיטלעך, אינער רעכטן האנט זיין לולב מיטן זילבערנעם אתרוג פושקע, אינעם לינקען האנט זיין טלית ומחזור, פלוצלינג הייבט די גארטעל אן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיג, די ווינט ציבוזעט זיך די שיך בענדל עפענט זיך, אין ווען מיטען לעצטען אטעם פרובירט ער צו ראטעווען דעם שטריימעל פון אריינפליען אינעם רעגענלאזע טייכעל, מאכט ער א האפטשו....

ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
- געפינט זיך: שטעטעלע ק.
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
בימים ההם ווען מען האט געוואלט זינדיגען האט מען געברויכט ארויסגיין פון שטאט האט מען זיך געדארפט צובינדען די שיך, אבער אכשר דרא אז מען קען שוין זינדיגען אונטערען דוכענע ברויכט מען זיך צובינדען די הויזן.....
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:50 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
פון דיין ווייב איז נישט קיין ראיה זיי האבן סאך מאר הורמאנס .
פאר די וועט עס אפשר ארבעטן.
פאר די וועט עס אפשר ארבעטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל