ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

ר' שמריה גורארי - וואס האט דארט פאסירט?

שליחה דורך חקרן »

וואס האט דארט פאסירט?

אין ליכט פון אן אנדערן אשכול, וואו עס איז אריינגעקומען אין שמועס דער דאזיגער פרשה, שפיר איך פאר א פליכט אויסצוקלארן עטליכע זאכן וואס ליגט מיר אין געדאנק שוין א לאנגע צייט, ועל של עכשיו באתי.

קודם-כל, איבער די ברייטע היסטאריע פון דער רש"ג, זייט מוחל און ליינט דעם פאלגנדער באריכט און דער אשכול ארום דעם, צו באקומען א קלארערע בילד:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%A8%D7%99

אצינד, עטליכע נקודות והערות וואס איך האב צו זאגן דערויף.
די עיקר טענה וואס מענטשן זאגן איז, אז צווישן דער רש"ג מיטן רמ"ש איז א חילוק אזוי ווי צווישן א פלוג און א לייב, בשעת דער רמ"ש האט באוויזן וועלטן, און דער רש"ג איז געווען א פשוט'ער שטילער מענטש, בכלל נישט מיט די שטארקע קוואלעפעקאציעס מיט וואס דער רמ"ש האט זיך ארויסגעשטעלט.

בנוסף לזה, גיבט צו דער פאקט, אז דער עולם האט געוואלט דער רמ"ש, וואס האט עווענטואל איבערגענומען חב"ד. הגם די רביצין פון דער ריי"ץ אינאיינעם מיט פיל שטוב מענטשן און עלטערע חסידים האבן געוואלט דער רש"ג, אבער דער עולם האט געוואלט דער רמ"ש, פאקטיש איז ער געווען פיל געלונגענער און דאס האט גובר געווען. ער האט טאקע אויפגעשטעלט א מיליטער און אן אומפעריע, איינס אין דער וועלט.

אין אן אנדערן אשכול, האט שמואל פרימו אנגערירט א נקודה, לדבריו האט דער רמ"ש אויפגעשטעלט אן אנדערן סארט חסידות ווי דער רש"ג וואלט אויפגעשטעלט, וואס אויב דער רש"ג וואלט איבערגענומען, וואלט מען דעמאלס געזאגט אז דער רמ"ש וואלט נישט געקענט באווייזן דאס וואס דער רש"ג האט באוויזן.

איך וויל בלויז צולייגן און פארברייטערן וואס ער האט געשריבן, מאכנדיג א חשבון און סך-הכל אויף די פרשה:

דער נאמען 'שניאורסאן'
קודם כל, נעמט אין באטראכט, אז דער עלטערער איידעם האט געהייסן 'גורארי' און דער יונגערער 'שנייאורסאן'. שטעלט אייך פאר ווען עס איז פארקערט, דער עלטערער הייסט 'שניאורסאן' און דער יונגערער 'גורארי', וואלט דאס זיכער פיל צוגעגעבן צו זיין פערזענליכקייט. עס איז מעגליך אז דער צווייטער האט מצליח געווען איבערצונעמען די זאך נאר צוליב זיין נאמען, אויב וואלט ער נישט געהייסן שניאורסאן און דער רש"ג וואלט יא געהייסן שניאורסאן, וואלט ער מעגליך געהאט די מאכט און איבערגענומען חב"ד קעגן זיין שוואגער.

עד שתגיע למקומו
די גמרא זאגט, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו - מען קען נישט מעסטן א מענטש, ביז ער קומט פאקטיש צו, צו דער מצב. כלפי מה דברים אמורים? - מענטשן האבן ליב אריינצוגיין און טראכטן, וואס וואלט געווען אויב יענער וואלט געווארן רבי, יענער וואלט געטאן, ער וואלט געווען שוואכער, שטארקער... דער אמת איז אז מען קען נישט וויסן, ביז ווי לאנג ער נעמט למעשה איבער דאס פלאץ.

‫איך קען פערזענליך מענטשן, וואס קיינער האט נישט געגלויבט אז זיי טויגן צו עפעס‬. ‫למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף א געוויסע פאזיציע און זיי האבן באוויזן וואונדער‬. נעם צום ביישפיל דער היינטיגער סערעט-וויזשניצע רבי, ווען ער איז געווארן רבי, האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט מצליח זיין. למעשה איז ער געפארן קיין שווייץ אויף א שטיק צייט, ער איז צוריקגעקומען פון דארט אלס פארטיגער רבי, און ער האט מצליח געווען צו באווייזן דאס אומגלויבליכע, ער האט אויפגעשטעלט א הויף, א חסידות, איינס אין די וועלט.

דאס זעלבע איז פארקערט: איך האב געהערט פון אן עלטערע מחנובקער חסיד, אז איידער זיין רבי איז געווארן רבי, האט מען געגלויבט אז ער וועט זיין אן ערנסטער קאנקערענץ פארן בעלזער, ער האט געהייסן א קלוגער מענטש, מען האט אים געהאלטן פאר א גאנץ געלונגענער מענטש, און ער איז טאקע. בפועל האבן די חסידים האבן געלייגט אויף אים פיל מער האפענונגען פון וואס ער האט בפועל באוויזן. וואס איז געווארן למעשה? - ער איז געבליבן חוזק אין די לענג און אין די ברייט‬, ‫ער סערווירט נישט דאס וואס מען האט ערווארטעט פון אים‬. אויף זיין זוהן בערל לייגט מען א שטארקע געוויכט, מען גלויבט אז ער וועט זיין אן ערנסטער קאמפעטישן פארן בעלזער'ס אהרן מרדכי.

וואס ווייזט דאס? - אז מען קען נישט וויסן און מען קען נישט דן זיין קיין מענטשן, ביז זיי קומען בפועל אן אויף דעם ארט וואו זיי שטייען.

אצינד, שטעלט אייך פאר, ווען דער מצב וואלט געווען פארקערט; ‫יד רש"ג וואלט גובר געווען‬ ‫און ער וואלט געווארן רבי‬. וואס וואלט זיין שוואגער דער רמ"ש געטאן? - אדער וואלט ער זיך אוועקגעצויגן פון 770, אדער וואלט ער זיך מכניע געווען‬ אונטער זיין עלטערער שוואגער, דער רבי.

לאמיר זיך אביסל מצייר זיין ווי אזוי חב"ד וואלט דעמאלס אויסגעקוקט:
דער רש"ג איז ווי באקאנט געווען א ריכטיגער חב"ד חסיד, א תומכי תמימים תלמיד. צי ער האט געקענט חסידות מער פונעם רמ"ש - מסתמא נישט. אבער ער האט זיך זיכער געקענט פארמעסטן מיט דער מיטעלע רבי און מיט זיין שווער דער ריי"ץ, קיין חדר יונגל איז ער נישט געווען.

ווען ער וואלט איבערגענומען חב"ד און געווארן דער נשיא דורינו, וואלט ער מסתמא אויפגעשטעלט א פארצייטישע חסידות‬ ‫מיטן אמאליגן חן‬, ‫די התוועדות'ער וואלט אנדערש אויסגעקוקט‬, מער פארצייטיש, ‫ער וואלט אויפגעשטעלט א דור פון בחורים וואס דאווענען זיבן שעה‬, בקיצור, ער וואלט געמאכט א תומכי תמימים מצב‬. מאידך וואלט דער רמ"ש געזעצן אין זיין וואונקל און זיך געלעבט אין זיין וועלטל‬. ‫למעשה איז ער געווען א פאר-זיך מענטש‬, ‫און געלעבט פאר זיך‬, אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין געווען רבי.

אין אזא פאל, וואלט דאס יעדער אנגעקוקט נארמאל און נאטורליך. דער רש"ג איז למעשה פון רבי טייג געקנאטן און דער רמ"ש איז א שטורדירטער, אביסל מאדערן - יא, ער קען אסאך חסידות און ער האט געפירט התוועדות בחייו פון זיין שווער, אבער וואספארא פארגלייך צו זיין שוואגער?! - לאמיר שוין נישט רעדן ווי אזוי זיין ווייב האט אויסגעקוקט... בשעת די ווייב פונעם רש"ג איז געווען אן עכטע שניאורסאן, א רבי'ש קינד מיט באק ציינער, אבער חיה-מושקע פונעם רמ"ש? נו, וואספארא הויף וואלט מען שוין געקענט ערווארטן?! - אויף קאווע שטיבל וואלטן כולם פה אחד געהאלטן אז דער רמ"ש וואלט נישט געקענט בויען אזא איידעלע חסידות, מיטן אלטן געשמאק, וואס קיין חסידות קען זיך נישט פארמעסטן מיט אים‬.

היינט אז מיר זעען וואס דער רמ"ש האט באוויזן, שטעלט זיך ארויס קלאר דער 'אל תדון'; מען קען נישט וויסן וואס א מענטש קען באווייזן, ביז ער קומט למעשה אן אויף דעם ארט. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דער רמ"ש וועט אויפבויען דאס וואס ער האט אויפגעבויעט, און ממילא קען מען אויך נישט וויסן פארקערט, ווי אזוי דער רש"ג וואלט עס געבויעט, צי ער וואלט געווען בעסער אדער ערגער, אדער גאר עפעס אנדערש.

מענטשן טוישן זיך
קוקנדיג אביסל אין די היסטאריע פונעם רש"ג, שטעלט זיך ארויס א געוואלדיגע סתירה אין זיין פערזענליכקייט. אין זיינע פריעדיגע יארן איז ער געווען גענצליך אנדערש פון וואס ער איז געווען אין זיינע שפעטערדיגע יארן. דאס דארף א ביאור און פירוש, וואס איז דא געשען מיט דער מענטש? - ווי אזוי האט ער זיך געטוישט?

אין די ערשטע יארן, ביז יאר ת"ש בערך‬, איז דער רש"ג געווען א לייב, געטאן א געוואלד, ‫געקויפט שטחים, זיך געשטעלט פאר סענעטארן, אריין אין פיסק פון לייב, געראטעוועט זיין שווער‬ ‫ועוד‬.‫און דאס איז וואס מען ווייסט, וואס חב"ד האט נאכנישט עספיעט צו באהאלטן. ‫ער איז געווען שטארק אקטיוו ביי זיין שווער, און יעדע פרעסע קאנפערענץ וואס זיין שווער האט געוואלט געבן איז עס געגאנגען דורך אים‬, ער האט ‫געבויט ישיבת תומכי תמימים, און "נאר" א דאנק אים איז דאס שטאק געשטיגן בימים ההם.‬

קוקנדיג אויף זיינע לעצטע יארן, זעט מען אז ער איז געווען א פלוג, ‫זיך געלאזט טרעטן‬, ער האט ‫גארנישט געטאן‬, ‫זיינע התוועדות זענען נישט קיין סך ווערד געווען‬, ער איז ‫געווען דיפרעסט‬ ‫ועוד ועוד‬.

וואס איז דא געשען?‬ - לאמיר אריינטראכטן!

איך בין אמאל געגאנגען מיט מיין טאטע אויף די גאס, בשעת מיר האבן באגעגנט א איד, א לא-יצלח, איינעם וואס איז אים גארנישט געגאנגען, נישט צו גאט און נישט צו לייט. מיין פאטער האט מיר אנגעוויזן אויף יענעם און מיר אנגעהויבן דערציילן: "ער האט געלערנט צוזאמען מיט מיר אין ארץ-ישראל, געהייסן האט ער פון די שטערקסטע בחורים בגשמיות און ברוחנוות‬‫. ער האט געפירט די ישיבה בפועל, געלערנט פלייסיג, געווען א דוגמא וועמען מען האט געוואלט נאכוואקסן‬‫. ער איז געווען א ריכטיגע סאברע, א ישראלי‬‫.

"יארן זענען אריבער און ער האט חתונה געהאט אויף אמעריקא‬, וואו אונזער קשר איז אפגעהאקט געווארן. ‫נאך עטליכע יאר טרעף איך אים אלס אנדערע מענטש, ‫דיפרעסט, א גארנישט, א חוזק‬... ‫איך האב גערעדט מיט אים‬, ‫און ער זאגט מיר "דו ווייסט נישט וואספארא יסורים איך גיי אריבער - איך האב אלעס פארלוירן"‬. דער בחור דערציילט, אז ער האט חתונה געהאט אין א פרעמדע מדינה, אלעס איז אזוי אנדערש‬, ער האט שוואגערס געלונגענע חברה, אבער אין אמעריקע קען מען אים נישט, ער איז פארלוירן, נישטא".

מיין טאטע האט מיר דעמאלס געזאגט, אז אויב וואלט מען געהאלפן דעם בחור, וואלט מען אים מסתמא געראטעוועט, ער איז למעשה געווען א געלונגענער מענטש, נאר ער איז געדעמעדזשט געווארן.

דאס זעלבע איז אויך פארקערט; עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן זיך געצויגן א מקום מגורים, בשעת אין דער פריעדיגער פלאץ זענען זיי געווען משוגעים, זענען זיי אויפגעראכטן געווארן אין אנדערע פלעצער. נעמט צום ביישפיל ר' פנחס יונג פון מאנסי, ער האט פריער געוואוינט אין מאנטשעסטער וואו יעדער האט געלאכט פון אים, געהאלטן אים פאר א חוזק, היינט איז ער א שיינער רב או פירט א הערליכער מוסד. דאס זעלבע איז מיט קאסובע רבי, ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין לאנדאן, דארט האט ער געהאט א נאמען פאר א געהעריגער משוגענער, א נערוון קראנקער, געקומען איז ער קיין אמעריקע און היינט פירט ער טיש, און איך גלויב אז ווען ער וואוינט אין ירושלים וואלט ער געהאט אזא עולם ווי ר' מיילעך בידערמאן און דער ראחומסטריבקער, בשעת ווען ר' מיילעך וואוינט אין ניו-יארק, וואלט מען געלאכט פון אים.

הפנים, א מצב און א פלאץ טוישט א מענטש, לטב ולמוטב.

צווישן רש"ג און רמ"ש
לאמיר אצינד אריבערגיין קיין חב"ד און א קוק געבן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט.
ביז אין יאר ת"ש, איז דער רש"ג געווען דער רעכטער האנט פון זיין שווער. דער רש"ג איז געווען א חסיד פון דעם רבי'ן רש"ב‬, ‫דארט איז ער אויפגעהאדעוועט געווארן און זיינע תורות און דרכים געלערנט און זיך געקאכט דערין‬. ‫למעשה איז ער געווארן אן איידעם ביים ריי"ץ - א גענצליך אנדערע פערזאן‬. במשך אלע יארן איז ער געווען דער רעכטער האנט פון זיין שווער‬ ‫און געדינט אלס שופר פון זיין שווער‬. ‫יעדע צוזאמענקום האט ער גערעדט, ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון דער צוועק, מוסד וכדומה‬, ער איז ‫ארומגעגאנגען צו יעדע פאליטישן‬. ‫בקיצור, ער געווען פאליטיש פארמישט אין חב"ד‬, ‫דער פאליטיקאנט פוןן חב"ד‬, ‫ער האט אויך געגעבן פרעסע קאנפערענצן, און גערעדט צו די מידיע אין נאמען פון זיין שווער‬.

‫פלוצלינג איז אנגעקומען דער רמ"ש, א שטילער מענטש‬ וואס לעבט פאר זיך און ער האט אנגעהויבן רעדן חסידות און פארברענגען מיטן עולם. יעדע צוזאמקונפט אין חב"ד, ווי ביידע אידיעמער האבן גערעדט‬, ‫איז עס צוגעגאנגען אז קודם האט דער רש"ג גערעדט פאליטיש‬, ארויסגעברענגט דעם דבר האסיפה אדער מוסד, דערנאך האט דער רמ"ש גערעדט און געזאגט א חסידי'שער געדאנק. אז איר וועט א קוק געבן אין די רשימות פון ימי חב"ד אין די יארן פון ת"ש ביז תש"י‬, די יארן וואס ביידע האבן געדינט‬, וועט איר זען אז ביי די מסיבות אז דער רשג האט קודם גערעדט און דערנאך האט דער רמ"ש געזאגט א הדרן אדער א שמועס‬.

דער סדר העולם איז, ‫אז מען האט נישט ליב די הויכע פענסטער‬. גיבט א קוק אין סקווירא‬, ווי אזוי פיל מענטשן קלאמערן זיך ארום דער בנו השלישי פונעם רבי‬, ‫ר' יעקב יוסף‬. דאס קומט ‫צוליב דעם וואס די צוויי עלסטע זענען פשוט'ע פאליטיקאנטן‬, ‫און די סקווירא דערזעען זיך אין א פראבלעם‬. ‫אבער לאמיר נישט פארקריכן‬ (איך וויל נישט דא איינלאדענען מנשה וחביריו), ‫מענטשן האבן ליב ווער עס אידענטעפערצירט זיך מיט זיי‬, ‫און דאס איז געווען דער רמ"ש, א פשוט'ער חסיד, און נישט דער רש"ג, דער גאנצער מוציא ומביא ביי זיין שווער אין שטוב‬.

‫יעצט לאמיר איבערדרייען דעם בילד‬: ‫לאמיר זען וואס עס וואלט געווען אין א פארקערטע פאל‬, שטעלט אייך פאר אז דער רמ"ש איז דער עלסטער איידעם‬ ‫און ער באגלייט זיין שווער, זאגט פרעסע קאנפערענצן, שטעלט זיך פאר פאלעטישנס‬ ‫און איז זיין שווער'ס שופר‬. ‫אצינד קומט דער רש"ג אן אין יאר תש"י‬, ‫א ווארעמע חסידי'שע איד‬, ‫ווייסט פון גארנישט‬, ‫דאוונט לאנג‬, ‫פארברענגט אויפן חסידישן ‫שטייגער‬. ווען עס קומט צו פארזאמלענוגען‬, ‫דאן רעדט קודם דער רמ"ש פאלטיטש און דערנאך דער רשג חסידיש‬. ‫איך בין זיכער אז דער עולם וואלט זיך געקלאמערט ארום דער רשג אינגרויסן‬,‫סוף כל סוף איז ער געווען א טיפיקל תומכי תמימים תלמיד‬, ‫מיטן אמאליגן תמימות‬. ‫דאס איז פארוואס מען האט זיך געקלאמערט ארום דער רמ"ש‬.

וואס איז געשען מיטן רש"ג?
‫יעצט, אז דער רש"ג האט דאס געזען‬, ווי אזוי ער פארלירט די גאנצע מעשה, ‫איז ער געווארן דעפרעסט און האט פארלוירן דאס וואס ער האט געהאט‬. ‫פשוט און גראד‬, ‫ער האט נעבעך געטאן וואס ער האט געקענט צו ראטעווען זיין מעמד‬ ‫אבער עס איז אים נישט געגאנגען‬. ‫בקיצור, ער איז געווארן מער און מער דיפרעסט‬, ‫פראבירט צו ווערן רבי, ווען די צייט איז רייף געווארן‬, אבער ‫זיינע בעסטע ידידים האבן אים איבערגעלאזט‬, ‫דער בית-המדרש וואס ער האט געקלערט אז ער וועט באקומען, איז צוזאמען מיט די חסידים אוועק פון אים‬, ‫און אים געוויזן א קאלטן רוקן‬. ‫פארשטייט זיך אז ער איז געווארן דעפרעסט‬.

‫איך בין נאכנישט זיכער אז דער רמ"ש, אויב ער וואלט דאס מיטגעלעבט, וואלט ער נישט געווארן דעפרעסט, כאטש וואס ער איז געווען א גרויסער בעל-מוח.

ווער רעדט נאך שפעטער, ווען זיין שוואגער איז געווארן רבי, דעמאלס האט מען אים פשוט גע'רודפ'ט, מען האט אים נישט אפגעגעבן דעם כבוד ווי עס פאסט, דאס האט צוגעברענגט אז זיין ווייב און איינציגסטע זוהן האבן אים איבערגעלאזט, זיין שוואגער האט אים נישט רעספעקטירט (עס איז נישט קיין סוד). און ער איז געווען שטארק איינזאם.

דאס איז געווען דער טראגישער סוף מיט דער דאזיגער איידלער מענטש.

לגופו של ענין: דער רש"ג וואלט נישט געקענט באווייזן דאס וואס דער רמ"ש האט באוויזן, און דער רמ"ש האט נישט באוויזן דאס וואס דער רש"ג וואלט אפשר געקענט באווייזן (לויט זיין חסידי'שן אלטן שטייגער).

הבהרה: אלע חסידות'ן פון אנדערע רבי'ס, וואס שפירן זיך געטראפן פון מיין אנאליז: איך בעט זיי איבער, איך האב זיי נישט געמיינט פערזענליך, נאר גענוצט אלס משל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר