יואליש האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך שאמר האט געשריבן:בדה ר' אליה' סימאן
מי הוא זה ואיזהוא. מה היה עיסוקו בעולמו...?
ר' אלי' איז געווען א שיינער ת"ח, ופרט איז ער געווען באקאנט אין די ק"י ישיבה אלס א בקי בסיגיות הש"ס. אעך האב געהאט די געלענהייט צו ארבייטן מיט אים נאנט ווען כ'בין געווען באויפטראגט צו דריקן א "סוגיא" קובץ וואס איז נישט געווען מלוקט פון פארדעם. ר' אלי' האט באגלייט די פראצעדור און אויך באגעשטייערט א מפתח עניינים אויף די סוגיא.
ר אלי' איז געווען זייער א ציגעלאזענער און געשמועסט מיט בחורים בתורות חבר. וויבאלד כ'האב געברויכט צוקומען צו ר' אלי' פאר זיין קאמפיוטער האב איך אים נישט געהעריג געקענט זיך באדאנקן אינעם קובץ. כ'האב אים געגעבן א נוסח פאר דאנק בלאט, אבער ער האט געשריבן אויף זיך בלויז "הרה"ג וכו'" און כ'האב עס באמערקט הערשט ווען ס'איז שוין געווען אין דרוק. ס'האט מיר אלעמאל געעגבערט אז כ'האב אים נישט געקענט אפגעבן זיין פארדינטן כבוד והכרת הטוב.
זכרנו ימים מקדם, זיסע זכרונות!!
בכה תבכה בלילה (איכה א' ב') - שתי בכיות הללו למה? אחד על מקדש ראשון, ואחד על מקדש שני (סנהדרין קי"ד ע"ב). אויך אונז וויין מיר ביטער צוויי בכיות, איינס אז ר' אלי' איז שוין נישט דא, און איינס אז 'יואליש' מאכט שוין נישט היינט קיין סוגיות הש"ס...