דער מלחמה אין מיטל אלטער קעגן די ספרדישע השכלה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

דער מלחמה אין מיטל אלטער קעגן די ספרדישע השכלה

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווי עס איז ווארשיינליך באקאנט פאר רוב חברים דא, האט אין די מיטלאלטער בארצות ספרד והגלילות געהערשט א גייסט פון השכלה, וואו עס איז געווען די שטייגער צו באטראכטן יעדער זאך מיט א ראציאנאלן בליק, און ווי דער כלל לויטעט "אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך" האט זיך עס אריבער געכאפט אויכעט צו די אידן וועלעכע האבן דעם מהלך אריין געברענגט אויך בנתיבות התורה. ענדליך צו די פריערדיגע צייטן אין מצרים היונית בימי התלמיים בראשות פילון, און צו די שפעטעריגע השכלה בארצות אשכנז בראשות מענדלסאן. נאר דער חילוק איז געווען אז בעת ביי די לעצט דערמאנטע צוויי תקיפות זענען די ראציאנאליסטישע נאכפאלגער אויסגעשפיגן געווארן פון דער עולם הרבנות, זענען אבער די ספרדישע ראציאנאליסטן געבליבן און גאר געווארן א טייל פון די צענטראלער אנערקענטער תורה וועלט.

די סיבה דערפון קען מען ווארשיינליך אנגעבן, ווייל זיי זענען געווען טריי צו די צענטראלע הלכות מיסודתם של הגאונים ממשיכי הרבנות הרשמית. און פארשטייט זיך אז זייער צאל און אפגעזינדערטקייט פון די אשכנזישע ברודער האט אויך צוגעגעבן דערצו אז עס זאל קענען איבערלעבן בעולם הרבנות.

אבער, גלאטיג איז עס פארט נישט אדורעך, גרויסע מחלוקותער איבער דער מהלך איז פארט געווען
אין די פאלגענדע הודעות וועל איך בה אביסל אראפ שרייבן איבער די היסטארישע געפעכט און שערוריה קעגן די ראציאנאלע שיטה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

פון די ערשטע לוחמים קעגן תורה'דיגע פילאזאפיע איז געווען דער באקאנטער ראב"ד השני, רבי אברהם בן דוד מפאשקיירא וואס איז ידוע בשם דער ראב"ד בעל ההשגות, אויפן נאמען פון זיינע קריטיק קאמענטארן אויפן בעל המאור וכו' און בעיקר אויפן רמב"ם.

טראץ דעם וואס דער ראב"ד איז בכלל געווען א שארפער קריטיקער איבער הלכה'דיגע און תלמודיסטישע ענינים, איז אבער ספעציעל געווען בולט זיין קעגנערשאפט צום פילאזאפישער תורה'דיגע דרך וואס דער רמב"ם האט צוזאמענגעפלאכטן מיט די תורה. דאס אפלערנען די תורה, אירע מצוות און מאמרים, לפי חוקי הראציאנאליזם מיסודו של אריסטא האט דעם ראבד זייער געארט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

גלייך ווי פילון האלכסנדרוני איז בימיו געווען דער ראש המשכילים אין מצרים, און מענדעלסאן דער ראש המשכילים אין גרמניה, איז דער רמב"ם געווען דער ראש המשכילים בימיו אצל כל בני ארצות ישמעאל הנאורות. ער איז געווען דער אינספעראציע פאר די קומענדיגע דורות משכילים בארצות ישמעאל ובמיוחד ארצות ספרד.

דעפאר איז נישט קיין חידוש אז דער עיקר קצף יצא על הרמב"ם וסיעתו. און איבערהויפט אז דער רמב"ם איז אין צוגאב צו זיין פילאזאפישער גדלות אויך געווען א פון די גרעסטע תורהדיגע בעל השפעה און ס'איז געווען עליל אז ער זאל מיט שלעפן די גאנצע עולם הרבנות צו זיין פילאזאפישער מהלך.
אויב איז דאס נישט געווען גענוג דאס וואס ער האט מפרש געווען די תורה וכמה מאמרי חז"ל לפי חוקי אריסטוטלוס הראציאנאליסטית אויפתובראכן דעם ראב"ד און אנדערע גדולי ישראל. איז דער רמב"ם געגאנגען נאך א טריט ווייטער וואס דאס האט נאך מער ארויס געברענגט פון די כלים דעם ראבד. און דאס איז זיין פארנעפלטער שטעלונג איבער פארשידענע אנגענומענע יסודות הדת בכלל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

פארוואס אין הלכות תשובה (פ"ח ס'כ"ח) ווען עס קומט צו רעדן וועגן עולם הבא אןן תחית המתים, ווערט דער רמב"ם -דער אויסגעצייכנטער סטיליסט- אזוי אומקלאר אין פארנעפלט?

דאס האט געבאדערט סיי דעם ראבד און סיי אנדערע.

אין זיין מאמר תחית המתים וואס דער רמב"ם האט ארויסגעגעבן לאור די פראגע, ערקלערט ער אז "אמנם תחית המתים הוא אחד מהמופתים ומבואר מאוד שענינו מובן ואין שם אלא להאמין בו לבד כמו שבאתנו ההגדה האמיתית. והוא ענין יוצא חוץ לטבע המציאות ואין ראיה עליו מתד העיון... שהוא נמנע מצד השכל לא ממנהג הטבע".

אבער דער ערקלערונג האט ער געגעבן, נישט פאר, ער האט אטאקירט די אזויגערופענע חכמים וועלעכע גלייבן אין די אלע מעשיות פון די אלטע ווייבער.

און דער מאמר האט טאקע נישט באפרידיגט יעדן איינעם. און אויך נישט דעם גרויסן פילאסאף ר' מאיר בן רבי טודרוס אבולפיה, ווי ער וואונדערט זיך אין א בריוו (געדרוקט אין "ספר אגרות"- "כתאב אלרסאייל") וואס ער האט געשיקט בנוגע דעם נושא, צו די רמב"ם'ס אנהענגער - די חכמי לוניל- "פארוואס דער רמבם ווען ער רעדט אין משנה תורה וועגן עולם הבא פארשווייגט ער דער ענין פון תחית המתים?".

דאס האט רבי מאיר געשריבן שוין בסוף ימיו פונעם רמבם, און ווארשיינליך האט ער געזען דעם מאמר תחית המתים אבער ס'האט אים נישט באפרידיגט. אבער עס איז אויך מעגליך אז ער האט עס נישט געזען, און דערפאר וואונדערט ער זיך נאך אויף דעם משנה תורה
.
אזוי צו אזוי. א שטורעם האט דער בריוו זיכער געמאכט ביי די רמבם'ס פארטיידיגע פון לוניל און שפאניע, און עס זענען ארויס בריוון צו אטאקירן רבי מאיר'ן פון רבי אהרן בן משולם וועלעכער האט גראדע געשעצט רבי מאיר אבער פאר כבוד הרמבם האט ער נישט געוואלט שווייגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

דער ראב''ד איז געווען שארף קעגן פילוסופיה בכלל, און ער רייסט אויך גאר שטארק ארונטער דעם בעל המאור אויף דעם וואס ער האט געלערנט 'חכמות חיצוניות' אין מסכת ר''ה ביי די באקאנטע סוגיא פון שלש שמועות (די השגות זענען געדרוקט אין מהדורת עוז והדר עס איז כדאי צו זען ), און אין א קונטרס דברי ריבות וואו די צוויי זענען זיך מתוכח אהין און צוריק, עס לאזט זיך זאגן אז דער גאנצער שארפקייט פונעם ראב''ד קעגן זיי איז אדאנק זייער שעפן ממקורות נכריים, בנוסף צו דעם וואס זיי וואגן זיך צו קריגן מיט פריערדיגע (א זאך וואס דער ראב''ד אליין טוט )
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שלום עלכם הרב ממון.
א ישר כח פאר'ן צוגעבן דיינע ידועות איבער די מחלוקה. קיפ אן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

המשך הדברים:

אין דא הייבן זיך אן שארפע פארטיידיגונגען מצד די רמב"ם אנהענגער, אין וועלעכן זיי האבן שארף אטאקירט אבולעפיא'ן, און בנוסף צו דעם בריוו פון ר' אהרן בן משולם וועלעכע האט געשריבן בשם די חכמי לוניל, איז נתפרסם געווארן א בריוו פון ר' ששת בר יצחק בנוונשתא וואו ער אטאקירט רבי מאיר'ן מיט בייסיגקייט און שרייבט צווישן אנדערן אז באמת פאסט נישט פאר אים דעם נאמען "מאיר" (באלייכטער), ווארים ער גייט דאך אין די פינסטערע וועגן, נאר מיר געפונען אין די גמרא אנהייב פסחים, אז "אור" קען צומאל אויך מיינען נאכט, (אזוי ווי אין די משנה אור לארבעה עשר בודקין את החמץ) און דאס איז נאר בלשון סגי נהור...

רבי מאיר האט די בריוו נישט פארשוויגן, און האט אפגעענפערט צו ר' אהרן בן משולם מיט א לאנגער בריוו, און באלד דערויף זיך געוואנדן צו זיבן פון דו אנגעזעענסטע רבני צרפתוןואס באמת זענען זיי נישט געווען צו שטארק באקאנט מיטן רמב"ם און זיין מהלך, און זיי געבעטן אז זיי "אלס אמת'ע רועי ישראל" זאלן זאגן זייער שטעלונג איבער דער ויכוח.
בשם די זיבן רבנים האט צוריק געענטפערט דער באקאנטער בעל התוספות רבינו שמשון משאנץ.

אבער אנשטאט א קלארער ענטפער כדרך חכמי ספרד, איז דער ענטפער געווען מלא פלפול כדרכם פון די בעלי התוספות, פון וואס רבי מאיר האט נישט געקענט ארויס קריכן וואס זיי זענען מכריע...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

א גרויסן דאנק [tag]moshav zekeinim[/tag] פארן אשכול, כ'האף אז ס'וועט א המשך.
פון די שארפע אויסשפראכן פון דער רמ"ה אין דער פולמוס: והוא קרא לספרו משנה תורה, ואיני יודע אם יש אם למקרא או למסורת (הל' בערך). וכוונתו מבוארת, צו לייגן א פתח אונטערן שי"ן…
וואס מיינט איר מיט'ן אנרופן דער רמ"ה א פילוסוף? געווען אזעלכע מנגדים וואס האבן געהאלטן אז כאטש אז די פילאזאפישע קלערונגען האבן אן ארט, איז דאס אבער א סכנה פאר יונגע בשנים ובעיקר בדעות עוסק צו זיין מכח דעם, און במילא האט זייער התנגדות געהאלטן העיקר א סאציעלאגישער-פראקטישער כאראקטע. דער דאכצעך איז מחולק אין פרינציפ, און געהאט גאר נטיות צו קבלה. פארריכט מיר אויב איך מאך א טעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער הייליגער מאירי, אין פרובאנס שבאשכנז, א פופציג יאר נאכ'ן רמב"ם, האט קענטיג בכמה מקומות אנגענומען די קאנטראווערסיעלע אויסטייטשונגען, א rather ארגינעלער לעזונג פונעם רמב"ם, בנוגע הרבה מעיקרי הדת (?). כאטש נישט אזוי הארב ווי די פיליזאפישע און לינגוויסטישע קליקע אבער הארב ראדיקאל כלפי די א.ג. יושבי חושך שבאשכנז. מער איבער די מחלוקה בין ראציאנאליזם למיסטיקה, בין הלכה חכמה ופלפול, לייענט בין תורה לחכמה: רבי מנחם המאירי ובעלי ההלכה המיימונים בפרובנס פון דער מחבר ספרים און פיליזאף משה הלברטל

צו דער זעלבער צייט וועל איך אויסדרוקן מיין עקפלאדירנדע פרוסטראציע אז עם כל זה וואס איך האב צוריק איינגעסיינט, און עס איז נישט געווען א נייער אשכול, האב איך פארלוירן א לאנגע תגובה, וואס איך האב מיך אפגעשריבן די לעצטע שטונדע, ברגע וואס איך האב געדרוקט צוריק צום פריעדיגן בלאט, (און דאס איז טראץ וואס איך האב מיך שוין איינגעוואוינט אלעמאל צו מאכן CTRL ALL/COPY בעפאר'ן שיקן א תגובה) אלץ וועגן די נארישע אויטאמאטישע ארויסגעסיינעכץ. מח שמו אלע באגאבונדן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

רוסישער האט געשריבן:וואס מיינט איר מיט'ן אנרופן דער רמ"ה א פילוסוף? געווען אזעלכע מנגדים וואס האבן געהאלטן אז כאטש אז די פילאזאפישע קלערונגען האבן אן ארט, איז דאס אבער א סכנה פאר יונגע בשנים ובעיקר בדעות עוסק צו זיין מכח דעם, און במילא האט זייער התנגדות געהאלטן העיקר א סאציעלאגישער-פראקטישער כאראקטע. דער דאכצעך איז מחולק אין פרינציפ, און געהאט גאר נטיות צו קבלה. פארריכט מיר אויב איך מאך א טעות.


מיין באטיטלען דעם יד רמה אלס פילאזאף איז באזירט אויף דעם וואס זיין קעגנער ר' אהרן בן משולם מלוניל (פראבאנס) שרייבט אויף אים "אוהב חכמה וראש התעודה... מאיר עיני חכמים לתורה ולתעודה".

אויך זיין אנדערער קעגנער דער דיכטער ר' אברהם אבן חסדאי (מחבר ספר בן המלך והנזיר ומתרגם אגרת הרמב"ם ועוד) שרייבט אויף אים אין אגרת קנאות "מופת הדור ופלאו רום השכל ושיאו".

עס איז טאקע נישט באקאנט פון אים קיין ספרי חקירה, אבער זיין ספר מסורת סיג לתורה איז א שיינע שטיקל פארש ארבעט.

זיין עיקר התנגדות צום רמב"ם איז געווען אז געוויסע עקרי היהדות טייטשט ער אפ אדער ווי א משל (אלגיריש) אדער מעטאפיזיש.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

@רוסישער האט אויפגעוועקט דעם אשכול, וועל איך אביסל ממשיך זיין.

פאר מיר גייען ווייטער איבער דער מלחמה קעגן ראציאנאליזם, לאמיר טאקע זעען וויאזוי די ראציאנאליסטישע רעיונות האבן אריין געדרינגען ביים ספרדישן אידנטהום און וויאזוי עס האט אפעקטירט די חיי תורה ומצוות:

דער רמבם אלס גרעסטער אידישער פילאסאף אשר לפניו ולאחריו לא היו כמהו, האט געהאט איין ערנסטע קאלעגע אין פילאסאפיע וועלעכע איז גארנישט אינטערגעשטאנען דעם רמבם, און דאס איז געווען דער גרעסטער אראבישער פילאסאף איבן רשד וואס פונקט ווי דער רמבם איז ער געווען א חידוש כלפי דורות שלפניו ולאחריו. און ביידע צוזאמען זענען געווען די צוויי גרעסטע באוואוסטע פילאזאפן בכל ארצות המערב אין די מיטל אלטער.

ביידע פילאסאפן האבן באזירט זייערע טעאריעס אויף תורת אריסטא, און דעריבער זענען ביידנס מיינונגען געווען כמעט אין איינקלאנג.
טראץ וואס ביידע זענען געווען פון די שטערקסטע אויפוואכערס פון תורת אריסטו, זענען זיי אבער ביידע גלייכצייטיג געווען די נחשונים צו האבן פלייצעס צו קריטיקרן געוויסע שטעלונגען פון אריסטו וועמענס תורה עס איז ביי די ביז דעמאלסדיגע פילאסאפן געווען אנגענומען מיט א חדרת קודש, אזוי ווי דברי חז"ל זענען ביי אונז אנגענומען.

אזוי ווי דער רמב"ם האט פראבירט משלב צו זיין תורת היהדות מיט פילאסאפיע האט אבן רשד געפריווט משלב צו זיין תורת האיסלאם מיט פילאסאפיע.

עס איז אגב אינטרעסאנט צו באמערקן אז ביידע האבן זיי געהאט ענדליכע פאזיציעס אין זייער לעבן, ביידע זענען זיי געווען ראשונים במלכות. דער רמב"ם אין מצרים און אבן רשד אין מאראקא. און כדרך רוב פארצייטישע געלערענטע זענען ביידע געווען דאקטוירים.

ועל הכל, ביידע זענען זיי געבוירן אין אויפגעוואקסן געווארן אין די זעלבע שטאט קארדאווע דער הויפט שטאט פונעם איסלאמישן אנדעלוסיע. און דאס קען אפשר פארענטפערן די ענליכע מהלכים פון די צוויי פילאסאפן.

טראץ די ענליכקייט צווישן די צוויי און טראץ דעם רמב"ם'ס הערצה צו רושד'ן, זענען ווי פארשטענדליך צווישן זיי פארט פארגעקומען חילוקי דעות בעקרי פילאסאפיע, און ביידע האבן זיי מחדש געווען איינער איבערן צווייטן.

אויב דער רמב"ם איז געווען אן אויסגערופענער ראציאניליסט, האט אים אבער רושד היבש איבערגעשטיגן מיט זיין ראציאנאליסטישקייט אין חשיבות השכל. "די מאס גליק אינעם מענטשט- האט ער געזאגט - איז געוואנדן אין זיין מאס וויסנשאפט" "וואס שארפער דער מח, אלס גרעסער זענען די מעגליכקייטן פון אמת'ער גליקליכקייט".

דער גאנצער חיות פונעם מענטש -האט רושד גע'טענה'ט- איז בעצם די אלוועלטליכער שכל פון וואס די נשמה איז א פינק וואס הייבט אויף דעם מענטש. און נאך וואס דער גוף שטארבט בלייבט דער נשמה לעבן אלס א טייל פונעם אלמענטשליכן פארשטאנד.

און אז דער רמבם, דער מנהיג ישראל האט געשעצט דעם רושד'ס רעיונות, איז דאך נישט קיין חידוש אז זיינע תורות האבן פעסט אריין געדרינגען אין די אידישע געמיינדעס. און צוזאמען מיט די רמבם'ס שיטות האבן זיי געהאט א מעכטיגער השפעה אין די ברייטע שיכטן פונעם אידישן אינטעליגנץ אין שפאניע.

ווען די אלע חכמים לוקחי לקח הרמבם וואלטן אזוי ווי דער רמבם פארשטאנען ווי איין און ווי אויס צו ניצן זינע רעיונות, וואלט עס ווארשיינליך נישט געמאכט א מהפיכה רוחניות. זענען אבער דער רמבם'ס מעטאדן געווארן ווי א מאדע זיך ארום צושפילן דערמיט, און יעדער מאן דהו האט אנגעהויבן אויסצוטייטשן רעכט און לינקס עקרי היהדות לויט די מעטאדן וואס דער רמבם האט געניצט בלויז בהיכרח.

פון די מערסט פאפולערע מעטאדן פונעם רמבם וואס זענען געווארן נר לרגלי חכמי אותו הדור איז געווען דער אלגירישער מעטאד. וואס א חלק אין דאס פאפולער מאכן האט געהאט דער גרויסער מתרגם ר' שמואל אבן תיבון, וועלעכער איז געווען אנטציגט פון דעם קריסטליכן אלגירישן מהלך.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

דער רמ''ה איז געווען זייער ווייט פון פילוסופיה, האבנדיג געוואוינט אין די קריסטליכע שפאניע וואו חכמה איז געווען טיף אין דער ערד איז דער זעלבער מהלך אויך אנגענומען געווארן דורך די דארטיגע אידן, און פונקט ווי זייערע ברידער אין דייטשלאנד און פראנקרייך האבן זיי נישט געוואוסט פון קיין שום וועלטליכע חכמות צו זאגן, און דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס דעם רמב''ם'ס ספרים האבן זיי אזוי אנגעצונדן, פונקט ווי הרב סליפקין'ס ביכער האבן אויפגעשטורעמט די חרדי'שע וועלט און זענען אויפגענומען געווארן מיט ווארימקייט ביי די מאדערן ארטאדאקס, דער איינציגער פלאץ אין אייראפע דעמאלטס ווי תורה און חכמה האבן געבליט אינאיינעם איז געווען אין דעם דרום טייל פון פראנקרייך וואס האט דעמאלטס געהייסן פרובינציה אדער פרובאנס, ווי דער רמב''ם אליינס דריקט זיך אויס אין זיין אגרת לחכמי לוניל (מהדו' שילת עמ' תקנח) אז די איינציגסטע וועם ער האט געטראפן בעלי תורה ובעלי בינה וחכמה זענען די חכמי לוניל וסביבותיהם, שפעטער האט יא צוריק אויפגעבליט אויף א תקופה די פילוסופיה אין שפאניע ביז'ן גירוש, דער רמ''ה אליינס אבער איז געווען גאר שטארק אנטקעגן די רציונליסטישע מהלך און האט פאקטיש נוטה געווען מער צו קבלה, אין קובץ תשובות הרמב''ם איז געדרוקט א קורצע שיר פון רבי ששת ברבי יצחק בנבנשתי וואס האט זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן רמ''ה אין לויף פון דעם ביטערן געפעכט:

שְׁאָלוּנִי יְדִידַי אֵיךְ יְכֻנֶּה בְּשֵׁם מֵאִיר, וְהוּא הוֹלְךְ חֲשֵׁכִים?
הֲשִׁיבוֹתִים כְּבָר קָרְאוּ חֲכָמִים לְלַיְלָה אוֹר – וְהוּא מִן הַהֲפְכִים
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב דעם שיר שוין אויבן ציטירט אין אידישער איבערזעצונג.

דער רמ"ה האט געוואוינט אין טאלעדא, וואס טראץ עס איז זינט אלפאנסא דער זעקסטער געווארן איינגענומען אונטער די קריסטן, האט אבער חכמה לפי ידיעתי זיך קיינמאל נישט אפגעטון פון דארט, ביז די צייטן פון פערדינאנד און איזאבעלא.

פאקטיש האבן אין טולדו געוואוינט אין ר' מאיר'ס צייטן אזעלעכע חכמים ווי דער אבן עזרא און ר' יהודה הלוי.
און פאנאטיסטן האט אויך נישט געפעלט אין פראווינציע גופא.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

פרופ' דוד בערגער האט געמאכט א'ן אינטערעסאנטער באמערקונג ( זע דא עמ' 118 בהע' און זע אויך דער ארטיקל) וועגן דער באציאונג צו מדעים אין די ספרדי'שע לענדער, ביחס צו די אידן אין מדינות אשכנז. ער טענה'עט אז די אשכנזים האבן זיך אינטערעסירט אין די נאטורעלע וויסנשאפטן אן א חשש, און פאר זיי איז דאס געווען אפגעפרעגט אז ס'קען זיין עפעס א פראבלעם אין דערויף, וואס קען זיין שלעכט אין זיך פארטיפן אין די נפלאות הבורא.

דוקא די וואס האבן געלעבט אין די לענדער וואו פילאזאפיע האט געשטייגט האבן געקענט זען כל מיני פראבלעמען וואס קענען ארויסקומען פון די חכמות. דארטן זענען די סייענסעס ווי תכונה וכיו"ב געווען שטארק פארבונדן מיט כללות'דיקער שיטות אין פילאסאפישע און די גלייבונגען וואס קומען דערמיט.

זיינע ראיות וועט איר אליין בוחן זיין…
איך האב דעוואלט מצרף זיין קבצים, אבער ס'זאגט מיר אז ס'איז צו וואגיק. איז דען ניטא א וועג צו מצרף זיין א פייל פון צען פיידזעס און מער?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

די אשכנזישע חכמה איז געווען ווי מען זאגט באבסקע חכמה וואס פריוואטע מענטשן האבן אויסגעפיגערט. קייין חכמה
איינשטאלטן זענען נישט געווען, און זיכער נישט אזעלעכע וואס זענען געבויט אויף די פריי דענקערישע
גריכישע יסודות וואס האט מיטגעברענגט מיט זיך א גייסט פון ליבעלאריזם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

המשך:

דער מהלך פון מפרש זיין אלטע פארהייליגטע שריפטן אז עס זאל שטימען לרוח הזמן האט זיך שוין באמת אנגעהויבן ביי די פארצייטישע גריכן.

ווי באוויסט איז ביי די גריכן פארגעקומען א דראסטישער טויש בעניני אמונות ודעות אין די צייטן איידער זיי זענען געווארן וועלטס בארימט. פון גלויביגע אין איבערנאטורליכע געטער מיט זעאוס בראש (מיטעלאגיע) זענען זיי פארוואנדלט געווארן אין ראדיקאלע ראציאנאליסטן. אבער טראץ דעם האבן זיי זייער אלטע גלאויבונגען וואס איז ביי זיי געווען אין די ביינער נישט אוועק געווארפן. נאר אנשטאט דעם האבן זיי איבערגעפלאנצט די אור אלטע אידעען צו די נייע אנשאויאונגען.

און אזוי זענען די וואונדערליכע נבואות און ספורי מעשיות פון דער אלטער גריכישער קאנאן (תורה שבכתב) פון דער בלינדער נביא הומארוס, דער סעט "איליאדע" און "אדיסע", וואס איז פארבליבן אפילו ביי די פיליזאפישע תקופה דער ספר עץ החיים אין וואס עס דארף שטיין אלע סודות הבריאה מעתה ועד עולם, פארוואנדלט געווארן אין לויטער רמזים וואס שטימט מיט די נייע געדאנקענג.
וואס ווייטער דער מציאות'דיגער לעבן איז געוורן פון די מציאות החיים בימי הומערוס (בערך בימי שלמה המלך) אלס קינציגער זענען געווארן די פירושים אויף די ספרי הומאר. אין יעדן זאץ און ווארט האט מען געזיכט סודות משלים און רמזים. הומערס ערציילונגען וועגן געטער און העלדן זענען מגולגל געוורן אין משלים (אלעגאריעס) און אנצוהערענישן. דער שטרענגער גאט זעאוס איז בלויז א רמז אויפן אונטערבאוואוסטזיין. זיין טאכטער אטענע איז א רמז אויף קונסט. די מעשה ווי דער גאט אפאלט שליידערט טויטליכע פיילן צו די פיינט, איז א משל צו די מגפות אין די זומער היצן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט