ראש השנה אין אומאן???
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ראש השנה אין אומאן???
עס איז שוין באלד אלול!!! די פיש אין וואסער ציטערן שוין מאימות הדין, און גאנץ כלל ישראל גרייט זיך שוין ווידעראום ממליך צו זיין דעם הייליגען באשעפער אויף דער גאנצער וועלט, און זיך שטעלן כצאן לפני מרון פארן שופט כל הארץ, און אפגעבן א גענויעם ריפארט פארן מרא דעלמא אויף די מעשים פון א גאנץ יאר, און בעטן דעם שוכן במרומים אז ער זאל אונז פארשרייבען א גוט געבענשט יאר, מיט חיים טובים ארוכים.
אין דער זעלבער צייט גרייטען זיך חסידי ברעסלב יונג און אלט, צו זייער יערליכע נסיעה קיין אומאן צו דער ציונא קדושא פון הרה''ק רבי נחמן מברעסלב זי''ע, ווי זיי פארוויילן דעם הייליגען יו''ט ר''ה.
אפגעזעהן פינעם פאקט אז מען האט טאקע נישט קיין לחם לאכול, מען הונגערט פאר ברויט אינאיינעם מיט די בני בית, אבער צו פארן אויף אמאן שאפט זיך יעדער געלט, מען פארמשכנט זיך די שבת – לייכטער, אבי מען זאל קענען זיין אין אמאן אויף ר''ה.
השתטחות על קברי צדיקים איז גאר א גרויסע ענין, (פארשטייט זיך נאר נאכן מתקן זיין די פגמי הנפש כמבואר באר''י ז''ל) ר''ה צו זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז אויך א גרויסע ענין, כמבואר בספרי חסידות, חסידישע אידן האבן אלעמאל פארוויילט די הייליגע טעג במחיצת רבם. אבער צו פארן על קבר של צדיק על ר''ה איז טרם נשמעו.
געוויסע לייצים האבן ערפינדען א נייע מצוה, וואס לכאורה נישט קיין שום ערענסטע מקור, אפילו רבי נחמן זעלבסט שרייבט נישט איבער אזא מצוה, דאס איז דער מצות עשה דאורייתא, פון נסיעה לאומאן על ר''ה, וחייב אדם למשכון כל אשר לו לנסיעה לאומאן.
די לייצים זענען נאך געגאנגען א שריט ווייטער, זיי האבן אנגעהויבען א מאסיווע פראפאגאנדע אז די נסיעה קיין אומאן אויף ר''ה איז "די גרינגע וועג ארויס" דאס איז די שארטקאט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט, אפי' די האסט א גאנץ יאר ארום געבארדערט און זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, מאכט עס נישט אויס. מען קומט קיין אומאן אויף ר''ה און מען קלאשט ביי המלך, קומט באלד ארויס א בת קול פול הימעל וסר עוונך וחטאתך תכופר. סארא לייצים....
דער אמת איז אז דער גאנצער אומאן - ראש השנה בוועגונג האט נאר געקענט צושטאנד קומען, אין דעם היינטיגען שוואכן דור, וואס דער דעת איז פולקאם אין גלות, און דאס קטנות המוחין בושעוועט ארום אין דער אלגעמיינער מענטשהייט, און מענטשען גלייבען אין אלע מינע שטותים מיט בארשט וואס מען פארקויפט נאר, און מען זוכט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט אויפן גרינגסטען אויפן וואס איז נאר שייך, אפגעזעהן צו עס לייגט אויפן שכל צו נישט, אבי צו לעבן א חיים טובים אן די מינדעסטע לחץ...
צום שלוס:
רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון:
תיקון הכללי איז א גיוואלדיגע זאך, ווי רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מהר''ן:
השתטחות ביים ציון פון א צדיק איז גיוואלדיגע זאך:
ר''ה זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז א גרויסע ענין:
דער פראבלעם איז בלויז דער קוגל, און דאס אז בעלי עבירה מיינען אז זיי קופן מיט דעם אפ ג-ט! עס איז שוין העכסט צייט אז דער מענטשהייט זאל נישט אזוי פארבלאפט ווערן פון די נ-נח-נחמ-נחמן מאומאן פראפאגאנדע.

- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
קיין שום פראפאגאנדא האט דאס נישט געאורזאכט און קען דאס נישט אורזאכן. עס איז זאך פון הימל. כאטש איך בין זיך נישט נוהג צו פאהרן קיין אומאן און איך בין בכלל נישט שייך צו דער חסידות (אזויווי איר זעהט מן הסתם פון די תוכן פון מיינע תגובות וואס באציט זיך צו חסידות), איז ביי מיר פשוט אפגעלייגט אז די ר"ה אין אומאן איז א הימלישע זאך. איך זאג אלץ פאר מיין בני בית אז איך גיי בע"ה פאהרן איין יאהר קיין אומאן. די סיבה וואס עס ברענט מיר נישט איז ווייל איך ווייס אז רבי נחמן גייט נישט שטארבן. אויב איך וועל ח"ו נישט זיין געזונט און מורא האבן פארן טויט וועל יענס יאר פארן קיין אומאן!
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
Re: ראש השנה אין אומאן???
למעשה גייט הרב הקדוש והטהור והזך מנקיי הדעת שבמאנרא רבינו שליט״א זיין אין אוהעל צום ישמח משה יארצייט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:קיין שום פראפאגאנדא האט דאס נישט געאורזאכט און קען דאס נישט אורזאכן. עס איז זאך פון הימל. כאטש איך בין זיך נישט נוהג צו פאהרן קיין אומאן און איך בין בכלל נישט שייך צו דער חסידות (אזויווי איר זעהט מן הסתם פון די תוכן פון מיינע תגובות וואס באציט זיך צו חסידות), איז ביי מיר פשוט אפגעלייגט אז די ר"ה אין אומאן איז א הימלישע זאך. איך זאג אלץ פאר מיין בני בית אז איך גיי בע"ה פאהרן איין יאהר קיין אומאן. די סיבה וואס עס ברענט מיר נישט איז ווייל איך ווייס אז רבי נחמן גייט נישט שטארבן. אויב איך וועל ח"ו נישט זיין געזונט און מורא האבן פארן טויט וועל יענס יאר פארן קיין אומאן!
ואס הייסט א הימעלישע זאך? יעדע זאך דארף האבן א מקור, און דארף מאכן עפעס קאמען סענס, עס איז נישט געווען קיינמאל אנגענומען אפי' ביי חסידי ברעסלב פאר די קריג צו האבן מס''נ צו פארן אוויף אומאן, די אמאליגע ברעסלב'ער חסידים אין פוילן (די אמתע נישט די וואס זיך צו גלייבן אין זאכן וואס זאל זיי ארויסציען פון זייער טיפע דיפרעסיע) פרעגן ארויס צו דינגען די ישיבה חכמי לובלין פון הרה''ג רבי מאיר שפירא ז''ל, אויף ראש השנה.
ווען ר' בנציון אפטער ז''ל וואלט ווען געגלייבט אין זיין ר''ה אין אומאן, וואלט ער ווען געפארן. די זעלבע איז מיט הגה''ק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
פאר די מלחמה איז שוין געווען שווער צו פארהרן. אבער דעמאלס איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ וואס פלעגט זיך צוזאם קומען אין אומאן. ואף על פי אז עס איז געווען שווער צן פאהרן האבן אלע פרובירט צו פאהרן. איך האב געקענט א איד וואס איז נישט בהאי עלמא וואס איז דריי מאל געפארן פאר די קרוג קיין אומאן אויף ראש השנה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:פאר די מלחמה איז שוין געווען שווער צו פארהרן. אבער דעמאלס איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ וואס פלעגט זיך צוזאם קומען אין אומאן. ואף על פי אז עס איז געווען שווער צן פאהרן האבן אלע פרובירט צו פאהרן. איך האב געקענט א איד וואס איז נישט בהאי עלמא וואס איז דריי מאל געפארן פאר די קרוג קיין אומאן אויף ראש השנה.
אקעי: לאמיר גיין צו שטייטליך.
דער ענין פון פארן ר''ה קיין אומאן שטייט ערגעץ? דער הייליגער רבי נחמן האט דאס פארלאנגט? ער האט דאס געשריבען אין זיין הייליג ספר לקוטי מהר''ן?
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
די מציאות איז אז אסאך זענען נתקרב געווארן צו ברסלב דורכדעם וואס זיי זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה. די וואס פראפאגאנדירן איבער דאס אהין פארן זענען אזעלכע וואס האבן אן אינטערעסע אז ברסלב זאל זיין ווי מער פאפיולער. צו זיי מיינען לשם שמים אדער נישט, ווייס איך נישט.
ס'דא וואס מאכן א פייער לג בעומר אין מאנרא, כאטשיג ס'האט נישט קיין מקור (כפי עדות הגה"ק בדרשה הידוע), איז אבער די סיבה די זעלבע. מ'האלט אז אויב ס'וועלן זיך צאמקומען טויזענטער וועט עס מאכן א רושם וואס מ'וועט בענעפיטירן דערפון.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן.
דער ליצנות אז "מען פארט זיך אויף אומאן און מען איז זיך מוחל די עבירות" איז אזוי נאריש אז עס פארלאנגט ניטאמאל אן ענטפער. נעכטן זע איך ווי איינער זאגט הויך אמן יהא שמיה רבה, פרעג איך אים מה כל הרעש? זאגט ער אז די גמרא זאגט אז ווער עס ענטפערט איש"ר איז מען אים מוחל די עבירות. סארא ליצנות, מען זינדיגט זיך אפ און נאכדעם איז מען זיך מוחל די עבירות? וכהנה וכהנה איז דא גוטע זאכן וואס מען טוט פאר תשובה, מיינט דאס אז מען איז זיך מוחל די עבירות?
עס קומט ראש השנה, עס כאפט א ציפ און א פחד פארן יום הדין, זוכט מען א גוטן אדוואקאט, און טייל וועלן נעמען רבי נחמן אלס אדוואקאט, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך אננעמען פאר די מענטשן וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
איינער פרעגט מיר וואס איך וועל טון ווען איך וועל ארויפקומען אויבן און איך וועל זען אז רבי נחמן קען מיר בכלל נישט ארויסציען פון שאול תחתית. זאג איך אים אז איך גלייב עס טאקע נישט, איך זע עס מיט די אויגן ווי רבי נחמן שלעפט מיר ארויס פון שאול תחתית נאך אויף די וועלט, איך דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט. די מציאות איז אז רובו דרובו מענטשן וואס פארן אויף אומאן ר"ה,ווערן גאר שטארק נתעורר און ווען זיי קומען צוריק, טוישט דאס זייער לעבן צום גוטן.
די צאמשטעל פון אומאן ר"ה מיט די נ-נח'ס איז אויך שקר. פון די 30 טויזנט אידן וואס קומען אויף אומאן ר"ה, זענען אפשר דא א צוויי דריי הונדערט נ-נח'ס. אין די אויגן פון א סאטמערער איד, איז יעדער וואס גייט נישט מיט א שטריימל און בעקיטשע אום יום טוב, א נ-נח.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ברסלבער האט געשריבן:רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן.
לויט ווי די זאגסט שטאמט דאס פארן אויף אומאן נישט פון ר' נחמן, נאר דאס שטאמט פון ר' נתן...איך הער...
דער ליצנות אז "מען פארט זיך אויף אומאן און מען איז זיך מוחל די עבירות" איז אזוי נאריש אז עס פארלאנגט ניטאמאל אן ענטפער. נעכטן זע איך ווי איינער זאגט הויך אמן יהא שמיה רבה, פרעג איך אים מה כל הרעש? זאגט ער אז די גמרא זאגט אז ווער עס ענטפערט איש"ר איז מען אים מוחל די עבירות. סארא ליצנות, מען זינדיגט זיך אפ און נאכדעם איז מען זיך מוחל די עבירות? וכהנה וכהנה איז דא גוטע זאכן וואס מען טוט פאר תשובה, מיינט דאס אז מען איז זיך מוחל די עבירות?
דער חילוק איז: אז בים זאגן הויער איהש''ר איז מען מוחל די עבירות שטייט אין די הייליגע גמרא, משא''כ פארן אויף אומאן ר''ה שטייט ניטאמאל פון ר' נחמן... נאר ר' נתן האט דאס גאר געזאגט..
עס קומט ראש השנה, עס כאפט א ציפ און א פחד פארן יום הדין, זוכט מען א גוטן אדוואקאט, און טייל וועלן נעמען רבי נחמן אלס אדוואקאט, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך אננעמען פאר די מענטשן וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
איינער פרעגט מיר וואס איך וועל טון ווען איך וועל ארויפקומען אויבן און איך וועל זען אז רבי נחמן קען מיר בכלל נישט ארויסציען פון שאול תחתית. זאג איך אים אז איך גלייב עס טאקע נישט, איך זע עס מיט די אויגן ווי רבי נחמן שלעפט מיר ארויס פון שאול תחתית נאך אויף די וועלט, איך דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט. די מציאות איז אז רובו דרובו מענטשן וואס פארן אויף אומאן ר"ה,ווערן גאר שטארק נתעורר און ווען זיי קומען צוריק, טוישט דאס זייער לעבן צום גוטן.
א נעכטיגן טאג...
די צאמשטעל פון אומאן ר"ה מיט די נ-נח'ס איז אויך שקר. פון די 30 טויזנט אידן וואס קומען אויף אומאן ר"ה, זענען אפשר דא א צוויי דריי הונדערט נ-נח'ס. אין די אויגן פון א סאטמערער איד, איז יעדער וואס גייט נישט מיט א שטריימל און בעקיטשע אום יום טוב, א נ-נח.
קוק די צעדנליגע ויידיאוס וואס עס איז דא פון אומאן ר''ה וועסטו זעהן פונקט קאפויער
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:לויט ווי די זאגסט שטאמט דאס פארן אויף אומאן נישט פון ר' נחמן, נאר דאס שטאמט פון ר' נתן...איך הער...
אפשר ביזטו מיר מסביר וואס מיינט עס קומט פון רבי נתן און נישט פון רבי נחמן? אפשר זאלסטו אויפהערן לערנען נועם אלימלך ווייל עס קומט פון זיין זון און נישט פון אים אליין? ס"ה האט זיין זון אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי'ן ר' אלימלך, וואס זאל איך טון אז ער האט עס נישט אליין געשריבן.
ביי רבי נחמן האט ער געהאט זיין תלמיד רבי נתן וואס האט אפגעשריבן אלעס וואס ער האט געזאגט. אויב גלייבסטו וואס שטייט אין ליקוטי מוהר"ן, זאלסטו וויסן מהיום והלאה אז דאס איז נישט פון רבי נחמן, דאס האט רבי נתן געשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.
קאך_לעפל האט געשריבן:דער חילוק איז: אז בים זאגן הויער איהש''ר איז מען מוחל די עבירות שטייט אין די הייליגע גמרא, משא''כ פארן אויף אומאן ר''ה שטייט ניטאמאל פון ר' נחמן... נאר ר' נתן האט דאס גאר געזאגט..
דו האסט געפרעגט פארוואס מענטשן פארן אויף אומאן, זאג איך דיר אז דאס איז ווייל די מענטשן גלייבן יא רבי נחמנ'ן. דו גלייבסט נאר אין די גמרא און נישט אין קיין שפעטערדיגע צדיקים, און די מענטשן גלייבן יא אויך אין אנדערע צדיקים. דערווייל צווינגט מען קיינעם נישט צו פארן אויף אומאן. אבער אז דו ווילסט וויסן די סיבה פארוואס מענטשן פארן האב איך דיר געזאגט.
קאך_לעפל האט געשריבן:קוק די צעדנליגע ויידיאוס וואס עס איז דא פון אומאן ר''ה וועסטו זעהן פונקט קאפויער
איך דארף נישט קיין ווידיאס, איך זע עס לייוו יעדעס יאר. צענדליגע טויזנטער אידן שטייען ביים ציון און וויינען זיך אויס אז דאס הארץ קען צוגיין נאר פון שטיין אין די זייט און דאס צוקוקן, די תפלות ר"ה איז מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש. פארשטייט זיך אז פון דעם איז נישט דא צופיל ווידיאס, כאטש וואס פון דעם איז אויך דא גענוג און נאך. די ווידיאס וואס דו באקומסט אויף וואטסעפפ דארף דאך זיין אינטערעסאנט, שיקט מען דיר די נארישע ווידיאס וואס געפונט זיך דא און דארט אין אומאן בקצה המחנה, דאס שפיגלט איבערהויפט נישט אפ די כאראקטער פון אומאן, אדרבה, פרעג זיך נאך ביי מענטשן וואס זענען שוין דארט געווען. אדער נאך בעסער, כאפ דיך אריבער איין יאר און טשעק עס אליין אויס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון: - מסתמא איז אזוי, נאר קיין שבועה קען קיינער נישט מאכען, ווייל אלס איז לוטה בערפל, און די באשרייבאכצער זענען אויך נישט גערעדט תורה שפראך, וויפיל תורה ער האט געקענט, אדער וואס פאר א מצוות האט איינער געזען טוהן, נאר מעשה'לעך און מופתים'לעך. עכ"פ דער וואס גלויבט נישט קען מען איהם נישט שטראפען אין עוה"ב אזוי ווי עובר זיין אן עכטע עבירה.
תיקון הכללי איז א גיוואלדיגע זאך, ווי רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מהר''ן: מאנכע האלטען אזוי, אבער למעשה ס'האט נישט קיין מקור אין תורה, און אזוי ווי די ראשונים זאגען פשט אין משה קבל תורה מסיני וכו', אז אפילו דער התעוררות און אלס וואס איז ארום תורה, דארף אויך האבען א מקור מסיני, און ביזדערווייל האט ר 'נחמן נישט אויפגעוויזען קיין מקור, בלייבט עס א געפיל פון א חשוב'ער איד, וואס דאס איז ווייט פון א מצוה אדער אפילו אן ענין פון תורה.
השתטחות ביים ציון פון א צדיק איז גיוואלדיגע זאך: מאנכע האלטען אזוי אין געוויסע אופנים, אבער אז דאס זאל דוקא האבען א שייכות מיט דער תפלה פון אנשי כנסת הגדולה, אז ס'מאכט א מעלה אין יענער תפלה, האט לע"ע נישט קיין מקור, און וויבאלד מעולם לא ראינו אזא מנהג צו דאווענען א מנחה ביי א ציון פון א צדיק, און די אלע וואס זענען געגאנגען צו קברי צדיקים איז אויף עקסטער תפלות ווי תהלים וכדו' און נישט דער תפלה פון חיוב (בלשון הגרי"ז מבריסק - קשתי נישט חרבי), איז מסתבר אז דאווענען א שחרית מוסף מנחה מעריב דארט איז נישט קיין ענין.
ר''ה זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז א גרויסע ענין: האלטען מאנכע. ווידער אין שו"ע ראשונים איז מבואר אז דער עיקר איז אויסנוצען די צייט אויף תורה ותפלה, און אוועקגעבען א וודאי פון קענען לערנען און דאווענען (בעת הנסיעה בדרך) אויף א ספק מעלה פון א נסיעה לצדיק, ובפרט אין די אופנים וואס דער צדקות איז נישט באשטעטיגט לויט תורה מקורות, נאר פארטיי מקורות, זעט אויס עפ"י שכל א שוואכער חשבון.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא