רעגן בויגן קאלירן?! געלע לאטע!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

רעגן בויגן קאלירן?! געלע לאטע!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]די נייעס, אז די העכסטע געריכט אין לאַנד האט געטוישט די מיינונג פון די וואָרט "מערידזש" האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיין אזוי שוין לאכט-ווי-א-נעַר פָּנימ'נעל. מ'שטיינס, א דיסקוסיע וואס האט געזאלט פארנומען זיין דערמיט די הויפּטן פון די וואויל באקאנטע מרים-וועבסטער אינסיטיטוציע, צי דעפינירען דעם פּונקטליכן באַדייט פון א וואָרט, איז געווארן א וועלט-אישׁו. (בעצם פארשטיי איך נישט בכלל פארוואס זיי זענען נישט צופרידען געווען ביז יעצט, מיינען זיי טאקע אז אלע וואס "חתונה געהאט" זענען עכט צופרידען? א מכה.)

אין תוך איז מיר קיין וואונדער נישט געווען וואס זוכט אַן עטימאליג'יקעל דאבאטע אין די הויכע געזעץ-געבער הייזער, ווייל ערשט עטליכע וואכן צוריק האבן די זעלבע הויעכגעשעטצע (ניטאמאל ערוועילטע דורכן ציבור) געאורטיילט אז דער שטאט "ירושלים" איז נישט די הויפט שטאט פון מדינת ישראל. הא הא... מארגן איז ברלין מערנישט די הויפשטאט פון דייטשלאנד??

אבער אזוי איז עס אין פרידענס-צייטן, מ'האט נישט קיין בעסערע דאגה'ס.

נאכן איבערשלאפן דעם איבער-רעשינג, בין איך אריינגעפאלן אין גרויס זארג. לאמיך אייך באגלייטן מיין מחשבות שטורעם וועג:

הייסט אזוי, א קליינע ציבור, וואס ציילט זיך ניטאמאל פאר גאנצע מיליאן (לויט וויקיפדיע), האבן געמאכט א מהפכה, אז נישט נאר זאל דאס אנקומען צום הויכן געריכט, נאר אז יעדע טוויטער אקאונט owner, אנגעהויבן ביים פרעזידענט אראפ צו מיין OTD שכן (א זכר וואס דרייט זיך בלויז מיט מיידלעך) האט געפיעלט פאר וויכטיג צו טוישן זיין פראפיל מיט די לגב"ט קאליר, פון פריוואטע מענטשען ביז גרויסע קאמפאני'ס, שטאטישע אפיסעס, די מעיאר, פאליציי, וכו', וכו'. – אלע נעמען א שטעלע, און טאנצן מיט די וואגן.

שטעלט זיך די שאלה, איז דען נישט דא דאפעלט אזוי פיל מענטשען אין אמעריקע וואס האלטן אז מדינת ישראל איז א טעראר גרופע? אדער אז אידן אין אמעריקע זענען נישט געטריי פארן לאנד צוליב זייער "עינם ולבם" זענען כלפי ארץ ישראל? זענען נישט דא – לכל הפחות – 10 מיליאן אמעריקאנע אזרחים וואס זענען בשיטה אז א רעליגיעזע אינסטיטוציע זאל נישט זיין פטור פון שטייער?? וויאזוי ביסטו פארזיכערט אז 15 מיליאן גוים גייען נישט אויפשטיין מארגן מיט א כוואליע פון סאציעלע לחץ צו טוישן דעם וויעק-ענד פון שבת-זונטאג, צו זונטאג-מאנטאג??

די נייע פסק לערנט מיך אז גרויסע טאטעס פילן געפרעשטערט מיטצוטאנצען דעם יחיד וואס טענה'ט אז ער פילט אויסגעשלאסן צוליב זיין אנדערשטקייט. און פון דא ביז ווערן פאר'משפט למוות, איז גאר א קליינע שפאן.

גרייט אייך אן די געלע לאטעס.[/justify]
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליידער ביסטו ביטער גערעכט, ווי האט איינער געזאגט? די היטלער יוגענט און די נאצי׳ס זענען שוין דא, עס פעלט נאר דער היטלער.
[NAMELESS]

Re: רעגן בויגן קאלירן?! געלע לאטע!

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חידוש ווי נאך א וואך דעבאטירן קומט מען צוריק צו די זעלבע נערישע טענות,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די העכסטע געריכט האט נישט געאורטיילט אז ירושלים איז נישט די הויפטשטאט פון מדנ"י, זיי האבן צוגעטיילט די רעכט צו אנערקענען אויסערן פאליטיק אנגעלעגנהייטן (צום ביישפיל: אז מדנ"י איז נישט די הויפטשטאט פון מדנ"י, אדער אז קרים געהערט נישט צו רוסלאנד) אויסשלוסליך צום פרעזידענט, אפילו ווען די געזעצגעבער זענען זיך בפירוש מחולק מיטן פרעזידענט. אבער זיי זעלבסט האבן גארנישט צו זאגן איבער מדנ"י און איר הויפטשטאט.


יעצט צום טענה.
פון אנערקענען רעכטן פון דער רעגירונג צו א מינאריטעט געמיינדע (נישט נוגע וואס איך פערזענליך האלט איבער דעם), ביז אננעמען אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע מיינונגען פון פארשידענע מינאריטעטן אין אמעריקע צו באגרעניצן, אדער פארלעצן, די פרייהייט, ציווילע אדער מענטשן רעכטן פון אנדערע אמעריקאנער מינאריטעטן איז אין קעגנזאץ צו לאגיק.
געלע לאטעס און 'פאר'משפט ווערן למות' איז גענצליכע נאנסענס.


ווען די סופרים קאורט וועט אורטיילן אז די געשלעכט-מיסאידענטיפיקאציע-און-מיסאטראקציע-ספעקטרום ליידנדע דארפן ארומגיין מיט א רעגנבויגן-לאטע אויף די קלייד, וועלן מיר זיך דאן זארגן איבער געלע לאטעס.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: רעגן בויגן קאלירן?! געלע לאטע!

שליחה דורך דעת תורה »

כ'האב שוין ארויס געברענגט די נקודה אין מיין תגובה לעצטע וואך אין ראובן'ס אשכול.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א געטומל הערשט אין די קאווע שטיבל'ע גאסן.

ס'הייסט?! דער גדול בישראל, מורינו הרב וואס איז אפיליאירט מיטן נאמען 'קאווע' שטיבל, ה"ה כ"ק עטר"ר מרן 'קאווע טרינקער' שליט"א, [אזויווי צדיקים האבן געזאגט אז דער נאמען בארדיטשוב איז שוין מעורר רחמים. ה"ה בנידו"ד, דער נאמען 'קאווע' איז שוין מעורר גוטע זאכן] איז נארוואס צוריקגעקומען פון א לענגערע באזוך אין אנדערע שטעט, ווי מ'האט געשפירט זיין אפוועזנהייט פונעם הייליגן שטעטל 'קאווע שטיבל' יצ"ו.

מאסן פארזאמלטע מיט שילדן 'ברוכים הבאים בשם השם', האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי האט געוואלט זאגן דברי תורה. א טויט שטילקייט האט איבערגענומען דעם ריזן 'ארמארי' זאל, ווען דער רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש בקול דממה דקה. זיך צושפיצנדיג די אויערן, האבן מענטשן אנגעהויבן באמערקן ווי דער רבי'ס פנים ווערט פארפלאמט וואס אמאל מער מיט יעדן דורכגייענדן מינוט, טראפנס שווייס האבן זיך געזעצט אויף זיין הייליג צורה, און פון די קול דממה דקה איז געווארן א קול חוצב להבות אש.

זקני חסידים האבן נאכדערציילט, אז זייט דעם ערשטער רב זצ"ל'ס - דעם היינטיגן רבי'נס זיידע - דרשה אנטקעגן די מורדים, איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא קאכעדיגע 'דברי אלקים חיים'. אומפארשטענדליכע זאצן האבן זיך ארויסגעהערט: 'לגב"ט קאליר', 'ארץ ישראל', 'מליאנען גוים', און 'געלע לאטעס', זענען געווען די הויכפונקטן פונעם דרשה, וואו מ'האט באשיינפערליך באמערקט ווי ס'איז א מצב פון שכינה מדברת מתוך גרונו.

אבער ווען דער 'חוזר' האט איבערדערציילט פונקטליך וואס דער רבי האט געזאגט ביים טיפזיניגן מאמר, האבן די חסידים געשטוינט: נאך אזא לענגערע אפוועזנהייט איז דער רבי צוריקגעקומען צו צוברעכן די הערצער פון זיינע חסידים?! מיר ווארטן אויף א זאפטיג שטיקל תורה! זעט אויס אז דער רבי האט נישט געמאכט גענוג געלט ביי זיין מסע המלכות ווען ער איז אוועקגעפארן פון הייליג שטעטל 'קאווע שטיבל', און דער רבי איז אביסל... נו וויאזוי הייסט עס, 'אנגעזעצט'.

ווען דער רבי שליט"א האט געזען אז דער עולם וויל הערן א גוט שטיקל חסידות, האט ער זיי גלייך נאכגעגעבן. מ'שטיינס געזאגט, דער רבי איז דאך באמת אן איבערגעגעבענעם מנהיג לעדתו, און ער וויל זיי זאלן ריכטיג נהנה זיין מאורו הבהיר והזך והצח.

[tag]קאווע טרינקער[/tag], דו הערסט?!...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

איר האט פארגעסן ווי מען ליינט אן נקודות?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ישראל קאפקע האט געשריבן:פון אנערקענען רעכטן פון דער רעגירונג צו א מינאריטעט געמיינדע (נישט נוגע וואס איך פערזענליך האלט איבער דעם), ביז אננעמען אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע מיינונגען פון פארשידענע מינאריטעטן אין אמעריקע צו באגרעניצן, אדער פארלעצן, די פרייהייט, ציווילע אדער מענטשן רעכטן פון אנדערע אמעריקאנער מינאריטעטן איז אין קעגנזאץ צו לאגיק.

לאגיק וואלט אויך געזאגט אז אידן האבן א בלינדע אהבה צו מדנ"י, ובמציאות ביסטו א ראיה אויף פארקערט.
Under influence
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

מעט אינפארמאציע, ראובן, דוחה הרבה דעמאגאגיע, פחד און לופטיגע רייד
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

11666229_10204618332918143_5669743016116374101_n.jpg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
פארשפארט