מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים
[justify]איך הייב יעצט אהן אן אשכול וואס וועט האפנטלעך זיך ערווארבן צו א לענגערע אשכול. די נושא איז מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים. דהיינו אז עס מאכט זיך אז מער זעהן א שיינע זאך אדער הנהגה אויף א מנהיג דהיינו ער האט געטוהן א זאך וואס געווענטליך פאסירט נישט, ווי זיך גערעכנט מיט א צווייטע אדער זיך אוועקגעגעבן פאר צווייטע. די סיבה וואס ברענגט מיר צו מאכן דעם אשכול איז צוליב דעם וואס גאר אסאך מאל טוהן אונז (לייען מיך) ברעדן א מנהיג אז ער האט געטוהן דער עוולה אדער יענער עוולה. דאס פארבלענד אונזער אויגן און באלאנס אז מיר קענען נישט זעהן אז יענער טוהט אויך גוטע זאכן. עס קען גאר זיין אז ווען מיר וועלן שוקל זיין די גוטע מיט שלעכטע זאכן וועלן מיר זעהן אז מרובים מעשיהם הטובים. ולכן האב איך אהנגעהויבן דעם אשכול.
אלס אן הקדמה ברענג איך וואס איך האב געלייענט אין א ספר שלום אהלך וואס איז אויף עניני שלום בית. פונקטט געזעהן דעם ספר אין א שוהל. איך ווייס נישט צו עס איז גוט אדער נישט, אבער איך האב געזעהן דארטן א זאך בשעת איך האב געבלעטערט. זאגט ער אזוי: 'השונא הכי גדול של האדם הוא המחשבות של שנאה שיש לו על השני'. דער טעם איז ווייל די מחשבות שנאה מאכן אז ער זאל נישט קענען זעהן קיין שום גוטס אויף יענעם, ער האט שוין א שווארצע ליילעך אויף יענעם און ממילא דמיון'ט ער אז יענער טוהט נאר שלעכטס אז אפילו א גוטע זאך וועט ער אויסטייטשן אויף שלעכטס.
איך באשטים דעם אשכול פאר מנהיגי ציבור אינדלאדינג רבי'ס רבנים דיינים ראשי קהילה און עני פאבליק מענטש.
איך וועל לייגן צוויי מעשיות כדי ממני ילמדו אויף וואס מיין כוונה דא איז.[/justify]
אלס אן הקדמה ברענג איך וואס איך האב געלייענט אין א ספר שלום אהלך וואס איז אויף עניני שלום בית. פונקטט געזעהן דעם ספר אין א שוהל. איך ווייס נישט צו עס איז גוט אדער נישט, אבער איך האב געזעהן דארטן א זאך בשעת איך האב געבלעטערט. זאגט ער אזוי: 'השונא הכי גדול של האדם הוא המחשבות של שנאה שיש לו על השני'. דער טעם איז ווייל די מחשבות שנאה מאכן אז ער זאל נישט קענען זעהן קיין שום גוטס אויף יענעם, ער האט שוין א שווארצע ליילעך אויף יענעם און ממילא דמיון'ט ער אז יענער טוהט נאר שלעכטס אז אפילו א גוטע זאך וועט ער אויסטייטשן אויף שלעכטס.
איך באשטים דעם אשכול פאר מנהיגי ציבור אינדלאדינג רבי'ס רבנים דיינים ראשי קהילה און עני פאבליק מענטש.
איך וועל לייגן צוויי מעשיות כדי ממני ילמדו אויף וואס מיין כוונה דא איז.[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
שמעתי אז דער באיאנער רבי נעמט נישט קיין סנדקאות נאר נאך אלע זיידעס האבן באקומען סנדקאות. אזוי אויך נעמט ער נישט מער ווי איין מאל סנדקאות פון די זעלבע מענטש. אויסער אויב ער איז ציגאסט אין אמעריקא אדער כדומה וואס געווענטליך איז ער נישט דא וועט ער אהננעמן סנדקאות אפילו אויב די זיידעס האבן נישט געהאט, אבער בתנאי אז מען גענומען רשות פון אלע זיידעס וואס האבן נאך נישט געהאט ביי דעם אינגערמאן סנדיקאות.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]א בחור וואס איז געווען א געפערליכע טראבל מעיקאר אין ישיבה קטנה, וואס נאך לענגערע פארהאנגלונגען מיט זיין מנהל האט מען אים געזאגט אז נעקסטע זמן זאל ער זיכן א צווייטע ישיבה. וויבאלד דער בחור האט זיך קונה שם געווען אלץ א מחוצף האט קיין ישיבה אים נישט געוואלט ארייננעמן. נאך א פאר וואכן אריין אין זמן, איז די טאטע זיך געגאנגען אויסוויענען פאר רבי משה גרין ראש ישיבה דמאנסי אז זיין זוהן איז אין די גאס. רבי משה גרין איז איבערגענומען געווארן וואס הייסט א בחור אין גאס פאר פיר פינף וואכן? ער האט באלד גערופן זיין מנהל פון די ישיבה און אים געפרעגט אויב ער קען אהננעמן דעם בחור אין ישיבה? האט די מנהל געזאגט אז דער בחור באלאנגט נישט אין דער ישיבה. רבי משה האט זיך געטענהט מיט די מנהל, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל טוהן וואס ער קען אז דער בחור זאל אריינקומען אין די ישיבה. רבי משה האט גערופן די מנהל צוויי דריי מאל א טאג ביז די מנהל האט זיך געבראכן אין אריינגענומען די בחור אין ישיבה. דער מנהל האט געזאגט אז ווען נישט דער ראש הישיבה צווינגט אים וואלט ער בשום אופן אריינגענומען דעם בחור. דער טאטע איז א עני ואביון מגוזלו און האט נישט קיין שום פערזענליכע שייכות מיט די ראש הישיבה.[/justify]
אז האסט שוין דערמאנט באיאנער סאנדקאות; איך בין אמאל געווען ביי א ברית אין באיאן דא אין בארא פארק ווי דער זיידע - א רב - האט געקענט באשטיין צו האבן סנדקאות ס'צווייטע מאל, וכך הוה די באיאנער רבי האט עס עם אוועק געגעבן נאך א טאג פאר די ברית. (געווענדליך ווען ער האט נישט סנדקאות איז נעמט ער עמידה לברכות און דאס האט ער דא געהאט).
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זייער שיין!
איך האב גראדע געעפנט אן ענליכן אשכול א צייט צוריק.
viewtopic.php?f=24&t=4995
דער עולם איז מכובד צוצולייגן מעשיות.
איך האב גראדע געעפנט אן ענליכן אשכול א צייט צוריק.
viewtopic.php?f=24&t=4995
דער עולם איז מכובד צוצולייגן מעשיות.
וירח ה' את ריח הניחוח
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין!
איך האב גראדע געעפנט אן ענליכן אשכול א צייט צוריק.
viewtopic.php?f=24&t=4995
דער עולם איז מכובד צוצולייגן מעשיות.
עס קען זיין אז מען דארף עס צוזאם שמעלצן. אבער איך זעה צוויי חילוקים פון אונזערע אשכולות. בשעת דיין אשכול באציהט זיך נאר באופן כללי און נאר בנוגע רבי'ס ציהט זיך מיין אשכול באופן פרטי און צו אלע סארט מנהיגים ציבוריים.
כ'בין להדיא נישט זיין חסיד - בלשון המעטה, ואעפ"כ לא אמנע מלהביא שבחו שלא בפניו...
ר' בן ציון באבובער [48] איז אמאל צוגעגאנגען נאכן דאווענען צום בעל קורא, און האט אים געזאגט א גרויסער יישר כח. און האט צוגעלייגט, אז ווען ס'קומט אריין א בעל תפילה און גארגלט זיך אויס, געבט אים יעדער עטענשאן און מ'באדאנקט אים ווארעם. און דער בעל תפילה האט דאך הנאה פון זיין גארגלעריי, און טוט דאס נאר צוויי מאל א יאר. משא"כ דער בעל קורא, מוטשעט זיך אפ צו מאכן א גוטע דזשאב, מידי שבת בשבתו, און דער עולם איז נישט מכיר טובה כראוי, דערפאר קומט זיך דיר א באזונדערע דאנק.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם: איך קען איינעם א באלאגאלע (בעל עגלה) וואס טוט אן ענליכע זאך. כאטש נישט מדי שבת בשבתו. נאר אין ספעציעלע געלעגנהייטן. וואו ס'דא א שווער ווארט, אדער א טראפ וואס איז שווער ארויסצוזאגן. וואס געוויינליך איז רוב וועלט זיך טועה מיט דעם. גייט ער צו צו דעם בעל קורא און זאגט איהם א ייש"כ. און קאמפלימענטירט איהם. אדער ווען ס'דא א סאבסטיטוט בע"ק.
פארשטייצעך אז ס'איז אינו דומה די אויסדרוק פון דאנק וואס קומט פון אזא וויכטיגן מנהיג ישראל, צו דעם פון א פראסטן בעל עגלה. אבער, ס'איז בבחינת א מנחת עני. וואס, איך בין זיכער אז די כהנים אין ביהמ"ק האבן אנגענומען די ביסעלע סולת מיט די זעלבע שמחה וואס זיי האבן אנגענומען די אקס וואס דער עושר און שיינער איד האט געברענגט...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
מען זאל נאר געדענקען אז פונקט ווי די חכמים פון "אידישע חכמה און פקחות" זענען עפ"י רוב נישט געווען קיין איבריגע חכמים, נאר פשוט'ע מענטשן וואס האבן אמאל געמאכט א קלוגער אקט, אדער האבן זיך ספעציאליזירט אין עפעס. אזי זענען די רבי'ס און מנהיגים מיט די שיינע מידות עפ"י רוב נישט קיין ספעציעלע בעלי מידות נאר שיינע אקטן גליטשן זיך אמאל ארויס פון זיי אדער ספעציאלעזירן זיך אין א געוויסע מידה, כדרך כל האדם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם: איך קען איינעם א באלאגאלע (בעל עגלה) וואס טוט אן ענליכע זאך. כאטש נישט מדי שבת בשבתו. נאר אין ספעציעלע געלעגנהייטן. וואו ס'דא א שווער ווארט, אדער א טראפ וואס איז שווער ארויסצוזאגן. וואס געוויינליך איז רוב וועלט זיך טועה מיט דעם. גייט ער צו צו דעם בעל קורא און זאגט איהם א ייש"כ. און קאמפלימענטירט איהם. אדער ווען ס'דא א סאבסטיטוט בע"ק.
פארשטייצעך אז ס'איז אינו דומה די אויסדרוק פון דאנק וואס קומט פון אזא וויכטיגן מנהיג ישראל, צו דעם פון א פראסטן בעל עגלה. אבער, ס'איז בבחינת א מנחת עני. וואס, איך בין זיכער אז די כהנים אין ביהמ"ק האבן אנגענומען די ביסעלע סולת מיט די זעלבע שמחה וואס זיי האבן אנגענומען די אקס וואס דער עושר און שיינער איד האט געברענגט...
רבינו בעל העגלה, אם קטן אתה בעיניך, דע כי ראש לאלפי ישראל עתה.
ולא יקרא עוד שמך בעל עגלה, אלא 'אדמו"ר מאורוגוויי' יהיה שמך...
אגב, וואו איז דיין באשרייבונג אויפן לעבן אין אורוגוויי יאאאאאארן צוריק?!
moshav zekeinim האט געשריבן:מען זאל נאר געדענקען אז פונקט ווי די חכמים פון "אידישע חכמה און פקחות" זענען עפ"י רוב נישט געווען קיין איבריגע חכמים, נאר פשוט'ע מענטשן וואס האבן אמאל געמאכט א קלוגער אקט, אדער האבן זיך ספעציאליזירט אין עפעס. אזי זענען די רבי'ס און מנהיגים מיט די שיינע מידות עפ"י רוב נישט קיין ספעציעלע בעלי מידות נאר שיינע אקטן גליטשן זיך אמאל ארויס פון זיי אדער ספעציאלעזירן זיך אין א געוויסע מידה, כדרך כל האדם.
אבער ווען איין קריסט געט א זייפל אדער היטש, דאן ווערן אלע קריסטן ״מי כעמך הגוים״ און עס ווערט נישט גערעכנט אלץ א איינמאליגע אקט פון איין פארשוין.... אבער די יודן אויף וועם עס איז געזאגט געווארן ״מי כעמך ישראל״, אין ווערט געלייגט יעדן טאג אין די באשעפערס תפילין גייט עס נישט ארויף.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם:קודם כל א ייש"כ פאר די קאמפלימענטן. נאר איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד איך בין נישט אזא גרויסער עניו ווי מ'קען מיינען פון מיינע דיבורים. איך האב דאס אלעס געשריבן מיט א סארקאסטישן שמייכל אויף מיינע ליפן.
לגבי די סעריע באשרייבונגען פון דעם אידישן לעבן אין מאנטעווידעא, אורוגווי, וועל איך בלי"נ אי"ה אנהייבן די נעקסטע וואך.נאר אויב איך וועל ח"ו פארגעסן, קענמען מיך דערמאנען אין אישי. אדער אפילו ברבים.ייש"כ...!

- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
- האט שוין געלייקט: 165 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]א בחור וואס איז געווען א געפערליכע טראבל מעיקאר אין ישיבה קטנה, וואס נאך לענגערע פארהאנגלונגען מיט זיין מנהל האט מען אים געזאגט אז נעקסטע זמן זאל ער זיכן א צווייטע ישיבה. וויבאלד דער בחור האט זיך קונה שם געווען אלץ א מחוצף האט קיין ישיבה אים נישט געוואלט ארייננעמן. נאך א פאר וואכן אריין אין זמן, איז די טאטע זיך געגאנגען אויסוויענען פאר רבי משה גרין ראש ישיבה דמאנסי אז זיין זוהן איז אין די גאס. רבי משה גרין איז איבערגענומען געווארן וואס הייסט א בחור אין גאס פאר פיר פינף וואכן? ער האט באלד גערופן זיין מנהל פון די ישיבה און אים געפרעגט אויב ער קען אהננעמן דעם בחור אין ישיבה? האט די מנהל געזאגט אז דער בחור באלאנגט נישט אין דער ישיבה. רבי משה האט זיך געטענהט מיט די מנהל, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל טוהן וואס ער קען אז דער בחור זאל אריינקומען אין די ישיבה. רבי משה האט גערופן די מנהל צוויי דריי מאל א טאג ביז די מנהל האט זיך געבראכן אין אריינגענומען די בחור אין ישיבה. דער מנהל האט געזאגט אז ווען נישט דער ראש הישיבה צווינגט אים וואלט ער בשום אופן אריינגענומען דעם בחור. דער טאטע איז א עני ואביון מגוזלו און האט נישט קיין שום פערזענליכע שייכות מיט די ראש הישיבה.[/justify]
רבי משה גרין איז א באקאנטע fighter פאר בחורים וואס האבען נישט קיין ישיבות אדער מיידלעך וואס האבען נישט קיין סקול
איך האב נאכגעהערט אז ער האט געזאגט פאר א איד אז ער פרובירט שוין פאר א לענגערע צייט צוזאמצונעמען די מאנסי רבנים צו דן זיין איבער די נושא פון קינדער וואס דרייען זיך ארום אין די גאס אין קיין איין מוסד וויל זיי נישט אריינעמען ולא עלתה בידו
(זעהט אויס די רבנים זענען ביזי מיט וויכטיגערע זאכען)