קאך_לעפל האט געשריבן:ואס הייסט א הימעלישע זאך? יעדע זאך דארף האבן א מקור, און דארף מאכן עפעס קאמען סענס, עס איז נישט געווען קיינמאל אנגענומען אפי' ביי חסידי ברעסלב פאר די קריג צו האבן מס''נ צו פארן אוויף אומאן, די אמאליגע ברעסלב'ער חסידים אין פוילן (די אמתע נישט די וואס זיך צו גלייבן אין זאכן וואס זאל זיי ארויסציען פון זייער טיפע דיפרעסיע) פרעגן ארויס צו דינגען די ישיבה חכמי לובלין פון הרה''ג רבי מאיר שפירא ז''ל, אויף ראש השנה.
ווען ר' בנציון אפטער ז''ל וואלט ווען געגלייבט אין זיין ר''ה אין אומאן, וואלט ער ווען געפארן. די זעלבע איז מיט הגה''ק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.
אפגעזען פון די שמועס צו ס'איז א הימלישע זאך, צו א פארריקטע זאך. לאמיך מעורר זיין פאקטן, מיט וואס [tag]קאך_לעפל[/tag] איז גאנץ קנאפ אויסגעקאכט.
עס איז 'אלעמאל' געווען אנגענומען ביי חסידי ברסלב צו פארן קיין אומאן, אפילו מיט אזויגערופענעם מסי"נ. ליין א טראפקעלע פון זייער היסטאריע, און זע אליינס ווי דער 'קיבוץ' אין אומאן ר"ה איז געווען ריזיג און גאר טייער אין זייערע אויגן. די סיבה פונעם קיבוץ ביי ר' מאיר שפירא איז געווען וויבאלד אומאן איז שוין געווען אונטער די קאמוניסטן און ס'איז געווען זייער שווער צו פארן קיין אומאן. חוץ מזה, האט נישט יעדער געהאט געלט אויף שפעזן אזויווי היינט [און אודאי דעמאלס, ווען ברסלב איז באשטאנען פון עניים ואביונים].
ווען דו כאפסט אן רב"צ אפטער אדער רי"מ שכטר, איז אן עולה נוראה אז דו ברענגסט נישט אראפ די צענדליגע משפיעים מפורסמים למיניהם וואס זענען יא געפארן במסי"נ יאר איין יאר אויס קיין אומאן.
און צום לעצט: וואס רי"מ שכטר'ס חשבון איז, ווייס איך נישט קלאר [ושמעתי כמה אגדות ואכמ"ל], אבער וואס איז יא קלאר איז אז רי"מ שכטר איז פונקט אזא חסיד פון ר' נתן ווי אלע חסידי ברסלב וואס פארן קיין אומאן. אלזא, ווען דו ביזט מחלק צווישן ר' נחמן און ר' נתן איבער א 'בארעכטיגונג' צו מאכן א באוועגונג פון פארן קיין אומאן ר"ה, זאלסטו נישט ברענגען קיין ראיות פון ברסלב'ע חסידים אליינס [חוץ פון חסידי ר' נחמן אליינס, וואס האבן זיך געדינגען מיט ר' נתן איבער דעם].