מיט א טיפערן בליק
פרשת בלק תשע"ה
כבר קדמך אברהם אביהם..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
די וואך אינעם פרשה פארציילט אונז די תוה"ק די פאסירונג פון בלק און זיין שותף בלעם, בלק דער קעניג פון מואב בעט זיך ביי בלעם דער גרויסע נביא ביי די אומות העולם אז ער זאל דעם הייליגן אידישן פאלק שעלטן, די תוה"ק גייט אריין אין אַן אריכות און פארציילט אונז אלע דעטאלן און שמועסן וואס איז פארגעקומען צווישן בלק און בלעם, און צווישן בלעם מיט השי"ת ..בלעם בעט זיך ביי השי"ת אז ער זאל אים לאזן גיין שעלטן דעם פאלק, און השי"ת זאגט אים צוריק לֹא תָאֹר אֶת הָעָם כִּי בָרוּךְ הוּא, שעלט נישט דעם פאלק ווייל ער איז געבענטשט, בלק פון די אנדערע זייט לאזט נישט נאך, נאר מיטשעט ווייטער בלעם, ער שיקט כל מיני מכובד'דיגע מענטשן זאלן אים צורעדן אז ער זאל יא שעלטן דעם אידישן פאלק, בלעם ענטפערט אבער מיט א געמאכטע תמימות לֹא אוּכַל לַעֲבֹר אֶת פִּי ה' אֱלֹקָי איך קען נישט עובר זיין אויפן דבר ה', אבער דער בעל תאווה שטייט אויף דעם נעקסטן אינדערפרי שפאנט איין זיין אייזל און מיט א זריזות גייט ער ארויס אויפן וועג צו בלק, השי"ת איז זייער ברוגז אויף בלעם, און שיקט א מלאך ה' אים צו שטערן אין וועג אז ער זאל זיך אויסדרייען און נישט גיין וכו'...
בלעם פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו געווינען השי"ת'ס רצון אז השי"ת זאל ענדליך מסכים זיין אז ער זאל קענען שעלטן כלל ישראל, ער האט אלעס פרובירט ווי חז"ל זאגן אונז (ברכות ז א) וא-ל זועם בכל יום אז איעדע טאג איז דא א רגע וואס הקב"ה איז בכעס און בלעם הרשע האט געוואוסט אויסצורעכענען ווען דאס איז, און טאקע אין יענע רגע האט ער געוואלט שעלטן, וַיִּשָא בִלְעָם אֶת עֵינָיו זאגט רש"י אז ער האט געוואלט אריין לייגן א עין הרע אויף כלל ישראל, ער האט געניצט אלע טאַקטיקן וואס איז נאר פארהאן, אז ס'זאל אים געלונגען צו שעלטן די אידישע קינדער... אבער פון גרויס ליבשאפט וואס הקב"ה האט צו אונז האט השי"ת נישט צוגעלאזט אז דער רשע זאל מצליח זיין, די רגע פון כעס איז בכלל נישט געווען, ס'זענען געווען טעג פון כולו רחמים, הקב"ה האט געהיטן זיינע טייערע קינדער, און גאר פארקערט צום סוף טוט דער רשע זאגן א נבואה וואס איז פיל מיט ברכה מַה טֹּבוּ אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב מִשְׁכְּנֹתֶיךָ יִשְׂרָאֵל...
צווישן די פסוקים געפינען מיר, (כב כא) וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר וַיַּחֲבשׁ אֶת אֲתֹנוֹ וַיֵּלֶךְ עִם שָׂרֵי מוֹאָב, וַיִּחַר אַף אֱלֹקִים כִּי הוֹלֵךְ הוּא וכו' כאטש בלעם האט געהערט א קלארן רמז נישט צו גיין שעלטן די אידישע קינדער, האט ער זיך נישט געקענט צוריק האלטן, נאר דער בלעם שטייט אויף אינדערפרי און בכבודו ובעצמו שפאנט ער איין דעם אייזל זיינע, און ער איז אונטערוועגנס צוזאמען מיט די הערן פון מואב... זאגט די פסוק אז דער צארן פון הקב"ה איז אנגעהיצט געווארן ווייל דער בלעם גייט נאך אלץ כאטש ער ווייסט אז דאס איז אקעגן דעם ווילן פון השי"ת וכו'... זאגט רש"י בא"ד אמר הקב"ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם וכו', הקב"ה האט געזאגט ..די רשע שפאנסט איין דיין אייזל, זייער טאטע אברהם האט דאס שוין אסאך פאר דיר געטוען ווי ס'שטייט אין פסוק ביי די עקידת יצחק וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו...
איידער מיר שטעלן זיך אפ צו פארשטיין עומק דברי רש"י הקדוש איז כדי צו כאפן א בליק אין די משנה אבות (ה יט), כל מי שיש בידו שלשה דברים הללו מתלמידיו של אברהם אבינו, ושלשה דברים אחרים מתלמידיו של בלעם הרשע. דער וואס פארמאגט די דריי זאכן איז פון די תלמידים פון אברהם אבינו און דער וואס האט די אנדערע דריי איז פון די תלמידים פון בלעם הרשע, און די משנה רעכנט אויס: עין טובה - א גוט אויג, ורוח נמוכה – א נידריג געמיט, ער האלט זיך קליין, ונפש שפלה – און א באשיידן הארץ, מתלמידיו של אברהם אבינו. עין רעה – א שלעכט אויג, ורוח גבוהה – א הויכ'ן געמיט, ער האלט זיך גרויס, ונפש רחבה – א ברייט הארץ, ער געבט זיך נאך די גליסטענישן וכדומה, מתלמידיו של בלעם הרשע.
וואס מיר דארפן פארשטיין איז גאנץ קלאר, א) וואס פאר א שייכות איז פארהאן צווישן אברהם און בלעם, לכאורה איז עס צוויי אנדערע וועלטן אברהם איז די העכסטע און בלעם איז די נידריגסטע, פארוואס זענען זיי בכלל צוזאמען געשטעלט, וואס פאר א פארגלייך איז פארהאן צווישן זיי? ב) פארוואס דוקא אברהם אבינו? אלע אונזערע אבות הקדושים האבן פארמאגט גוטע מידות? ג) וואס איז פשט פון דעם לשון 'מתלמידיו של בלעם הרשע', ס'זענען געווען אסאך שלעכטע רשעים פאר אים אויף די וועלט, איז פארוואס פאררופן זיך די וואס האבן די דריי שלעכטע מידות זיינע תלמידים? לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען פשט אין די פרשה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע הדרכה און חיזוק פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.
שטייט דער גרויסע מגיד און געבט איבער זיינע ווארעמע דיבורים מיט א פייערדיגע ברען, און בתוך דבריו זאגט ער איבער די באקאנטע ווערטער "פתחו לי פתח כחודו של מחט" הקב"ה זאגט: מיין טייער קינד מאך אויף איין קליינע עפענונג פון תשובה, ס'דארף נישט זיין גרויס אפילו ס'איז נאר ווי דער שפיץ פונעם נאדל... ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם און איך וועל אויפמאכן פאר ענק א עפענונג גרויס ווי דער טויער פון א גרויסע זאַל... דער בעל דרשן האט אבער געמאכט א טעות און אנשטאטס צוענדיגן די ווערטער מיט אולם האט ער געזאגט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של 'בלעם', דער ציבור האט זיך צושריגן "נא נא אולם אולם"...
צווישן די פילע פארזאמעלטע איז געזיצן דער הייליגער טשיבינער רב זצ"ל און געזאגט ..ריכטיג! ריכטיג! גוט האט ער געזאגט, ס'איז ווי דער פתח פון בלעם, דער גרויסע גאון האט זיך נישט געלאזט ווארטן נאר האט גלייך מסביר געווען: חז"ל הקדושים זאגן אונז אז בלעם האט אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזעהן פתחיהם שאינן מכונין זה מול זה אז די טויערן פון די אידישע שטיבער זענען נישט איין אקעגן די צווייטע, האט ער מחליט געווען אז ער גייט זיי נישט שעלטן נאר געזאגט מה טבו אהליך יעקב, בפשטות מיינט עס אז בלעם האט געזעהן די הערליכע מידת הצניעות וואס הערשט ביי עם ישראל, און דערפאר האט ער געזאגט איך קען דעם פאלק נישט שעלטן נאר מה טובו אהליך...
אבער בדרך רמז ליגט דא באהאלטן א סוד, בלעם האט געזעהן אז די טויערן זענען נישט גלייך פתחיהם שאינן מכונין זה מול זה א איד מאכט אויף א קליינע פתח א קליין טויערל גרויס ווי דער שפיץ פונעם נאדל און הקב"ה מאכט אויף גרויסע טויערן כפתחו של אולם, בלעם האט געזעהן די געוואלדיגע חביבות און ליבשאפט וואס הערשט צווישן אבינו שבשמים און זיינע טייערע קינדערלעך, א איד טוט א קליין ביסל און הקב"ה באגיסט מיט כל מיני השפעות טובות, האט ער געזאגט ..ווי קען מען זיי בכלל שעלטן?! פונקט פארקערט ס'איז מה טובו אהליך יעקב - גליקלעך איז ענק אידישע קינדערלעך, איר האט א טאטע וואס האט ענק ליב! נו יעצט איז שוין גאר געשמאק די ווערטער פונעם בעל דרשן ואני אפתח לכם פתח כפתחו של 'בלעם' הקב"ה מאכט פאר אונז אויף אזעלכע גרויסע טויערן, די ליבשאפט צו אונז איז אזוי שטארק, אז אפילו דער רשע בלעם וואס וויל מיט אלע כוחות שעלטן די אידישע קינדער אבער ווען ער זעט דעם אפענע טויער טוט ער גלייך איבערדרייען זיינע ווערטער צו ברכות און שרייט אויס מה טובו אהליך יעקב...
אונזער פאטער אברהם איז געווען דער וואס האט אין אונז אריין געפלאנצן דעם עין טובה ורוח נמוכה ונפש שפלה, ער איז געווען די ערשטע פון אונזערע אבות וואס האט אונז געלערנט אז א איד דארף האבן א גוט אויג און אנערקענען די טייערקייט פון א איד, די טייערקייט פון א איד'ס עבודת ה', איעדע ברעקל גוטס וואס א איד טוט איז גאר גרויס און חשוב ס'מאכט אויף גרויסע טויערן, ס'דרייט איבער וועלטן און ברענגט אונז השפעות עד בלי די, ווי די תוה"ק פארציילט אונז פילע מעשיות ווי אזוי אברהם אבינו האט זיך אראפגעלאזט און עוסק געווען אין די קלענסטע פשוט'סטע זאכן און דערפון זענען ארויסגעקומען די גרעסטע און הייליגסטע זכותים וואס באגלייטן אונז עד היום... און נישט סתם וואס אברהם האט עס געטוען און געלעבט, האט ער אונז אויך געלערנט אז מען דארף עס טוען מיט א ברען און א פלייסיגקייט, מיט זיין הייליג אויג באגלייט מיט זיין באשיידן הארץ, האט ער פארשטאנען און אונז געלערנט אז איעדע רגע קען אויסגעניצט ווערן צו ברענגן די גרעסטע ישועות פאר די וועלט, און אט דאס האט זיך אפגעשפילט ביים עקידת יצחק, כאטש הקב"ה האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק זעט ער דער געוואלדיגע זכות וואס ליגט פאר אים, די שטארקע חובת השעה און ער ניצט אויס די געלעגנהייט, און כאטש באמת האט ער געקענט כאפן א שיינעם רואיגן שפאציר צום עקידה און שמועסן מיט זיין יצחק'ל, אדער ניצן אפאר באדינער און באגלייטער זאלן איינשפאנען די אייזל וכדומה, אבער אברהם פארשטייט אז די קורצע פאָר סעקונדעס מאכן א וועלט פון א חילוק, דערפאר שפאנט ער אליין איין זיין אייזל, גייט מיט א שנעלקייט וישכם אברהם בבקר, און דערמיט לערנט ער אונז אז אין איעדע רגע קען א איד אויפטון אזוי פיל, דער גוט אויג זעט וואס ליגט אין איעדע קליינע מינוט, ווי א איד קען טוישן די וועלט אין עטליכע סעקונדעס!
פון די אנדערע זייט שטייט דער רשע בלעם און כאטש אז ער האט גוט געוויסט דאס וואס אברהם אבינו האט אונז געלערנט, ס'איז ביי אים גאר קלאר אז דער מענטש קען טוישן די וועלט אין אפאר סעקונדעס, אויך ווייסט ער די טייערקייט און די אויסטערלישע גרויסע כוחות וואס דער מענטש פארמאגט, ווי מיר געפינען אין חז"ל אז ער זיכט דעם רגע וואס הקב"ה איז בכעס ווייל ער וויל שעלטן עם ישראל, ער ווייסט וואס מען קען טוען מיט א רגע ער ווייסט וואסערע כוחות ליגט אין א דיבור פון א מענטש, אבער אנשטאטס ניצן די כוחות ווי אונזער פאטער אברהם ארויסצוברענגן כבוד שמים אויף די וועלט – ניצט ער עס חרוב צו מאכן די וועלט און מחלל זיין שם ה', אנשטאטס צו פארשטיין וויפיל מען קען בויען אין א רגע - ניצט ער דעם רגע צו צוברעכן, ער ארבעט זיך אנצוכאפן אין דער מינוט וואס הקב"ה איז בכעס וואס דאס מיינט דער מינוט וואס זאגט אז ס'איז נאך נישט פארהאן שלימות ביי עם ישראל, דער רגע וויל ער כאפן און דאס געבט אים כח, און נישט סתם וואס ער שטרעבט חרוב צו מאכן נאר מיט חשק און א ברען טוט ער עס, ער שפאנט איין זיין אייזל און מיט א שנעלקייט וויל ער גיין שעלטן דאס הייליג פאלק, זאגט הקב"ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם זייער פאטער אברהם האט שוין מקדים געווען און אוועקגעשטעלט דעם יסוד אז די אלע כוחות ווערן געניצט לטוב, ער האט שוין געוויזן פאר די וועלט אז ווען השי"ת געבט געלעגנהייטן ניצט מען עס נענטער צו ווערן... שנעלקייט און התלהבות איז עפעס וואס מען ניצט בעסער צו מאכן און מקדש צו זיין שמו יתברך, מען טוט זיך אנכאפן נאר אין די רגעים און מינוטן וואס ברענגן ארויס דאס טייערקייט און הייליגקייט פון דאס מענטשהייט!
בדרך רמז אפשר איז דאס פשט אין פסוק וַיִּחַר אַף אֱלֹקִים כִּי הוֹלֵךְ הוּא דער צארן פון הקב"ה איז אנגעהיצט געווארן 'כי הולך הוא', בדרך כלל איז דער בלעם א 'הולך' וואס דאס מיינט איינער וואס גייט - ער שפאצירט צופיס געלאסן, אבער דא פלוצלינג ווען ס'קומט צו שעלטן די אידישע קינדער ווערט ער מיר א 'זרוז' א פלייסיגער, ער שפאנט איין דעם אייזל, זאגט הקב"ה: ..אזוי די ניצט די כח פון התלהבות פון זריזות חרוב צו מאכן?! דאס ברענגט א ויחר אף אלקים, ווייל ניצן גוטע כוחות חרוב צו מאכן, ניצן הייליגע מינוטן און רגעים צו צוברעכן, דאס ברענגט א חרון אף?!
טייערע ברידער אין אונזער טעגליכע לעבן איז פארהאן פילע כוחות מינוטן און רגעים וואס הקב"ה געבט אונז, און ס'ליגט ביי אונז אין די הענט צו מיר וועלן עס ניצן לטוב צו בויען און נענטער ווערן אדער חלילה דאס פארקערטע, ..צוויי חברים האבן זיך צוקריגט און דעם נעקסטן טאג טרעפן זיי זיך פנים אל פנים, ס'איז א רגע וואס מען קען בויען וועלטן אדער חלילה... בערל זאגט עפעס א קרום ווארט פאר שמערל – פאר שמערל איז עס א מינוט וואס ער קען קויפן וועלטן אדער חלילה... א איד בעט דיר א חסד איז עס א מינוט וואס מען קען בויען וועלטן אדער חלילה... גייסט אין גאס א בליק א קוק... א שמירת הלשון... כהנה וכהנה... מיר דארפן זיין פון די תלמידים פון אברהם האבן דעם עין טוב אנערקענען די טייערקייט פון א איד, די טייערקייט פון א איד'ס עבודת ה', זעהן וואס ליגט פאר אונז און כאפן די געלעגנהייטן, געדענקן אז מיר קענען טוישן וועלטן אין אפאר סעקונדעס, דער איד טוט א קליין ביסל און הקב"ה באגיסט מיט כל מיני ישועות און השפעות, און ווען מען טוט עס דארף מען עס טוען ווי אונזער פאטער אברהם איינשפאנען דעם אייזל מיט די גרעסטע שמחה און התלהבות, יא ברידער טייערע ס'ליגט ביי אונז אין די הענט געוואלדיגע כוחות באגלייט מיט אַן אויסטערלישע אחריות, לעב כסדר מיטן מחשבה פון ..ווער ווייסט צו דאס איז נישט די מינוט וואס עם ישראל וועט דערפון זוכה זיין צו איר תיקון השלום?!
לסיכום געדענק:
• אז א תלמיד פון אברהם אבינו פארמאגט די דריי עין טובה ורוח נמוכה ונפש שפלה!
• איעדע מינוט און רגע וואס ליגט פאר אונז איז א געלעגנהייט צו טוישן די וועלט, מען דארף זיי כאפן.
• דער איד טוט א קליין ביסל און הקב"ה באגיסט אונז מיט כל מיני השפעות טובות.
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com