אויפגעקלערט:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אויפגעקלערט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאר יעדער איינער וואס פאלט נאר אריין אפילו אויף א קורצע באזוך דא אין קאווע שטובל, האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסען אין דעם ווארט - טערמין "אויפגעקלערט", און האבן געוויס באמערקט ווי מאנכע ניקיקים, פראבירן זיך מיט אלע כוחות אהערצושטעלן אלס אויפגעקלערטע לייט, מיט ברייטע מוחות, וואס לעבן פולשטענדיג אונדרויסען פון די באקס, און לאזן נישט אז קיינער זאל ח''ו שולט זיין אויף זייערע מוחות. (טייל מאהל אפילו די תוה''ק אויך נישט).

דעריבער האב איך געקלערט א ביסל אויסצושמיעסן דעם ענין פון אויפגעקלערטקייט, אין זיך צו דער גרונטעווען צו פארשטיין דער חילוק פון א רעכטן אויפגעקלערטען אין פולן זין און ווארט, ביז א טיפוש וואס זוכט בלויז אז מען זאל אים אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער.

עמיצער האט זיך אמאהל אויסגעדריקט: איך בין אויפגעצויגען געווארן אלס א אנטי-ציוני, ווען איך בין עלטער געווארן בין איך געווארן אויפגעקלערט, און איך בין געווארן א ציוני, און ווען איך בין נאך עלטער געווארן בין איך געווארן אזוי שטארק אויפגעקלערט אז איז בין געווארן א נטורי קרתא'ניק ודפחי''ח.

אויפגעקלערט:

דער אויפגעקלערטער – טראכט זעלבס-שטענדיג, ער האט זיין אייגענעם ספעקטיוו אויף יעדע זאך. דאס הייסט אזוי. דער סיסטעם איז איינגעשטעלט אז דער אלגעמיינער מענטשהייט טאר נישט טראכטן, עס איז פארבאטן צו האבן אן אייגענעם מיינונג, די רבנים, עסקנים, און פאליטיקאנטען טראכטען און האבן זייער מיינונג, און דער אלגעמיינער געזעלשאפט דארף דאס אנעמען פאר הייליג און טייער, און עמיצער וואס וואגט זיך צו טראכטען אנדערש ווי די גרויסע קארפן קעפ, קען ער נאך באשולדיגט ווערן מיט ערענסטע קלאגעס ווי השכלה וכדו' ח''ו. דער אלגעמיינער ציבור איז נישט מער ווי נומערן און וואקענדע קעלבער.

דער מערסט – אנגענומענער אינסטרעמענט מיט וואס די ראשי העדה באנוצען זיך שולט צו זיין אויף די מוחות פון דער מענשהייט איז א צייטונג, אדער אין דער היינטיגע עפאכע ווירטואלע געזעלטשאפט, וואס זענן די טאן-געבערס איבער אלעם און אלמענעם, די רעדאקטארן און פאלטיקאנטען זענען מוציא דער אלגעמיינעם ציבור מיט מצוות מחשבה.

דער אויפגעקלערטער טראכט אבער יא! ער האט זיין אייגענעם מיינונג אויף אלעם און אלמענעם, און לאזט זיך נישט פארפירן פון די דאזיגע וואס ווילן מיט די גיוואלד זיך שולט זיין אויף זייערע מוחות. זיי טראכטען און זענען שוקל יעדע געשענעניש מיט זייער אייגענעם שכל.
( טייל פון די אויפגעקלערטע טענה'ען גאר, אז דאס וואס די רבנים זענען אזוי שארף קעגן דעם אונטערנעט, איז אויך בלויז צילוב דעם, ווייל זיי ווילן ווייטער שולט זיין אויך די מוחות פון די מענטשהייט, און דער פרייע אינפארמאציע פונעם געוועב קאנטערדיקט דאס)

איצט אזוי: דער תורה הק' איז אונזער לעבן, דער תורה הק' דוקטירט דער מוח פון א איד, א איד דארף אויסארבייטען זיין מחשבה לויט די הייליגע תורה, טראץ דעם וואס איז א טיילמאל שווער, ווייל דער שכל דוקטירט אנדערש, דאך האט אונז דער תורה הק' געזאגט לא תתרו אחרי לבבכם, לשעבד בהם תאוות ומחשבות לבינו לעבדותו יתברך שמו, דאס איז איינס פון די שווערסטע חלקים פון עבודת ה'. די משכילים האבן דאס נישט געקענט באווייזען דעריבער זענען זיי אנגעקומען אין שאול התחתות.

דעריבער אויב דער אויפגעקלערטער איז א ערליכער, ער איז זיך שולט אויפן מוח, און טראכט אלעס לויט דער דעת פון די הייליגע תורה, וועט ער אין אידישקייט פעלער האלטן די זעלביגע פון דער אלגעמיינער המון עם, וואס פארלאזן זיך אויף די מחשבות פון די רבנים, און טראכטען נישט אליינס. אויב איז דער אויפגעקלערטער נישט קיין ערליכער, און ער טראכט ראציאנאל, אפגעזעהן וואס דער תורה הק' זאגט, וועט ער אין אלגעמיין אנקומען ווי משה מענדלזאהן שר''י איז אנגעקומען, און ויאבד מתוך קהל השם רח''ל.

שוטים:

דערנאך איז פארהאנען אזעלעכע (דא אין ק''ש קען מען זיי טרעפן לרחצה...) וואס זענען ווירקליך נישט קיין אויפגעקלערטע לייט, גאר פונקט קאפויער זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע מחשבה, זיי פארשטייען ווייניגער ווי דער אלגעמיינער פערד וואס שפאצירט זיך געמיטליך אין סענטעראל פארק פארשטייט. אבער ער דארשט פאר אטענציע און אויפמערזאמקייט (בלשון ק''ש: לייקים) און ער לעכעצט מיט א קינדערישע לעכעצעניש אז מען זאל אים אנקוקן ווי א יש, דעריבער שטעלט ער זיך אהער אלס אן אויפגעקלערטער, און לאזט הערן דברי שטות ורוח נגד התורה והמסורה, און ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, אבי מען זאל אים אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער.

די דאזיגע שוטים ריפן ארויס עקל און אפשיי, ביי יעדען רעכט-דענקיגער באשעפעניש. עס איז נישט קיין בושה צו טראכטן און שרייבען ע''פ תורה, מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך-לעפל: איך האף אז דו מיינסט נישט מיך. ווייל איך האב ב"ה איין מחלה פון וואס איך האף און בין מתפלל צו השי"ת אז איך זאלל קיינמאל נישט אויסגעהיילט ווערן. (אזו ווי טוביה (דער מליכיגער האט מתפלל געווען אז הקב"ה זאלל איהם שטראפן מיט די מחלה פון געלט גייציגקייט און ער זאלל קיינמאל נישט אויסגעהיילט ווערן. איך בין א שטארקער ציוני. קודם כל זאג איך דריי מאל א טאג "ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"... נאכדעם האלט איך אז בעיני הקב"ה איז א סאך בעסער ווען אידן. אפילו נישט אזעלכע ערליכע אידן, וועלכע האבן נאכנישט געהאט די זכייה תשובה צו טון, זאללן פירן די רעגירונג אין ארץ ישראל, ווי איידער די שמוציגע מטונפ'דיגע נואפים, גנבים ורוצחים די בני ישמעאל זאללן האבן א שליטה אין ארץ ישראל. ווייל דער אייבישטער האט געגעבן א"י פאר די קינדער פון אברהם יצחק ויעקב און נישט פאר די שטינקעדיגע בני ישמעאל...! כאטש ס'איז פארהאן אידן חסרי דעת ותבונה, וועלכע ווילן ענדערש זעהן די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש געוועלטיגן אין ארצינו הקדושה...אדער איז מעגליך אז זיי שטאמען נישט פון אידן. נאר זענען פון ערב רב.'ען זיין אפילו רומענישע אדער אונגארישע גויים אויך. וועלכע האבן זיך אויסגעמישט מיט די אידן. זיי האבן זיך אויסגעלערנט רעדן אידיש. אבער די הארץ איז נאך געבליבן גוי'איש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: אויפגעקלערט:

שליחה דורך סאשי פיש »

איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס דו שרייבסט נאך דא מיט אזעלכע אויפגעקלערטע שוטים כלשנך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

סאשי פיש האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס דו שרייבסט נאך דא מיט אזעלכע אויפגעקלערטע שוטים כלשנך.


....
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

גראדע זייער גוט געשריבן, אבער למעשה האקסטו אליינס אונטער דיינע אייגענע ווערטער, דו שרייבסט: "דער תורה הק' דוקטירט דער מוח פון א איד, א איד דארף אויסארבייטען זיין מחשבה לויט די הייליגע תורה, טראץ דעם וואס איז א טיילמאל שווער, ווייל דער שכל דוקטירט אנדערש, דאך האט אונז דער תורה הק' געזאגט לא תתרו אחרי לבבכם", בשעת ווען דאס איז דער עיקר נושא דא, וואס די תורה זאגט און איז מחייב, עס זענען דא אין די אידישע היסטאריע הונדערטער מהלכים אין אפלערנען דעם דעת תורה פון עקסטרעם רעכט ביז עקסטרעם לינק, און דאס רוב איפגעקלערטע זענען דן (עכ''פ אין אנהייב) וואס איז ערלויבט אריינצולערנען אין די תורה, און צו זאגן אז מיר דארפן גיין אויפ'ן וועג וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט/שטייט אין חסיד'ישע ספרים/דער רבי ז''ל וכדומה האסטו שוין אוועקגענומען יעדן מעגליכקייט פון טראכטן זעלבסטשטענדיג וואס דו האסט כלומר'שט ארויסגעהויבן.

טראכטן ראציאנאל אפגעזען פון וואס ווער אימער זאגט איז איינס פון די היבש באקאנטע מהלכים אין אידישקייט וואס איז געהאלטן געווארן דורך אזעלכע באקאנטע לייבן ווי דער רמב''ם רלב''ג אבן עזרא און נאך פילצאליגע באקאנטע און אומבאקאנטע גדולי ישראל, און ניין א אויפגעקלערטער האט בכלל נישט מורא אנצוקומען וואו משה מענדלזאהן איז אנגעקומען, און אסאך וואלטן זיך זייער געפרייט פטור צו ווערן פון דעם אזויגערופענעם קהל ה'.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: אויפגעקלערט:

שליחה דורך סאשי פיש »

קאך_לעפל האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס דו שרייבסט נאך דא מיט אזעלכע אויפגעקלערטע שוטים כלשנך.


....

אויב איינער פארשטייט די ענטפער און איז עס מיך מסביר באקומט א לייק!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיימון האט געשריבן:גראדע זייער גוט געשריבן, אבער למעשה האקסטו אליינס אונטער דיינע אייגענע ווערטער, דו שרייבסט: "דער תורה הק' דוקטירט דער מוח פון א איד, א איד דארף אויסארבייטען זיין מחשבה לויט די הייליגע תורה, טראץ דעם וואס איז א טיילמאל שווער, ווייל דער שכל דוקטירט אנדערש, דאך האט אונז דער תורה הק' געזאגט לא תתרו אחרי לבבכם", בשעת ווען דאס איז דער עיקר נושא דא, וואס די תורה זאגט און איז מחייב, עס זענען דא אין די אידישע היסטאריע הונדערטער מהלכים אין אפלערנען דעם דעת תורה פון עקסטרעם רעכט ביז עקסטרעם לינק, און דאס רוב איפגעקלערטע זענען דן (עכ''פ אין אנהייב) וואס איז ערלויבט אריינצולערנען אין די תורה, און צו זאגן אז מיר דארפן גיין אויפ'ן וועג וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט/שטייט אין חסיד'ישע ספרים/דער רבי ז''ל וכדומה האסטו שוין אוועקגענומען יעדן מעגליכקייט פון טראכטן זעלבסטשטענדיג וואס דו האסט כלומר'שט ארויסגעהויבן.

טראכטן ראציאנאל אפגעזען פון וואס ווער אימער זאגט איז איינס פון די היבש באקאנטע מהלכים אין אידישקייט וואס איז געהאלטן געווארן דורך אזעלכע באקאנטע לייבן ווי דער רמב''ם רלב''ג אבן עזרא און נאך פילצאליגע באקאנטע און אומבאקאנטע גדולי ישראל, און ניין א אויפגעקלערטער האט בכלל נישט מורא אנצוקומען וואו משה מענדלזאהן איז אנגעקומען, און אסאך וואלטן זיך זייער געפרייט פטור צו ווערן פון דעם אזויגערופענעם קהל ה'.


א אויפגעקלערטער וואס איז האט א שיטה ע''פ תורה, איז אשרי לו... נישט פון די האב איך גערעדט.
איך האב גערעדט פון א אויפגעקלערטער, וואס האט נישט קיין שיטה ע''פ תורה..און וואס וואס ער קוועשט עס ארין אין די תורה, אדער ער זוכט אין יעדע נושא א שיטה וואס שטומען מיט זיין אייגענע מחשבה, מיינט נישט אז ער רעכענט זיך מיט די תורה... אזוי ווי קרח האט געטאן....

ב') איך מיין אז מען טאר נישט אזוי רעדן אויף די הייליגע ראשונים, כמדומה לי האסטו א שטיקל טעות....
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קאך_לעפל האט געשריבן:

שוטים:

דערנאך איז פארהאנען אזעלעכע (דא אין ק''ש קען מען זיי טרעפן לרחצה...) וואס זענען ווירקליך נישט קיין אויפגעקלערטע לייט, גאר פונקט קאפויער זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע מחשבה, זיי פארשטייען ווייניגער ווי דער אלגעמיינער פערד וואס שפאצירט זיך געמיטליך אין סענטעראל פארק פארשטייט. אבער ער דארשט פאר אטענציע און אויפמערזאמקייט (בלשון ק''ש: לייקים) און ער לעכעצט מיט א קינדערישע לעכעצעניש אז מען זאל אים אנקוקן ווי א יש, דעריבער שטעלט ער זיך אהער אלס אן אויפגעקלערטער, און לאזט הערן דברי שטות ורוח נגד התורה והמסורה, און ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, אבי מען זאל אים אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער.

די דאזיגע שוטים ריפן ארויס עקל און אפשיי, ביי יעדען רעכט-דענקיגער באשעפעניש. עס איז נישט קיין בושה צו טראכטן און שרייבען ע''פ תורה, מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד.

:גוווט: oh ye! big time
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳באַדערט דיך אז מענטשען האבן זייער אייגענע מיינונג??? כ׳פארשטיי נישט!!! ווייל ס׳שטימט נישט מיט וואס דו וואלסט געוואלט אז מענטשען זאלן טראכטן איז עס שוין אפגעפרעגט און זיי ווערן שוטים??? :roll: :?: :roll: :?: :roll:
איי געיס נישט אלעס דארף/קען איך פארשטיין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ער טענהט אז דאס איז נישט דיין אייגענע מיינונג! ליין נאכאמאל.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:ס׳באַדערט דיך אז מענטשען האבן זייער אייגענע מיינונג??? כ׳פארשטיי נישט!!! ווייל ס׳שטימט נישט מיט וואס דו וואלסט געוואלט אז מענטשען זאלן טראכטן איז עס שוין אפגעפרעגט און זיי ווערן שוטים??? :roll: :?: :roll: :?: :roll:
איי געיס נישט אלעס דארף/קען איך פארשטיין.


שבת ח''ו:
במילי דעלמא: מיז מען האבן א אייגענע מיינונג!
ביהדות: נאר ע''פ תורה, (נישט זיכען א שיטה ווען מען נויטיגט זיך).
שוטה וואס האט נישט קיין מיינונג: זאל עס טאקע בלייבן ביי דעם!
שוטה וואס האט נישט קיין מיינונג, און רעדט דברי טיפשות ומינות צו ווייזען אז ער איז א יא א ויפגעקלערטער. אין דער ערד אריין!

פארשטנטא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד!



!I totally disagree
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:
מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד!



!I totally disagree


You are totally in tilt to have your own opinion
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ס׳באַדערט דיך אז מענטשען האבן זייער אייגענע מיינונג??? כ׳פארשטיי נישט!!! ווייל ס׳שטימט נישט מיט וואס דו וואלסט געוואלט אז מענטשען זאלן טראכטן איז עס שוין אפגעפרעגט און זיי ווערן שוטים??? :roll: :?: :roll: :?: :roll:
איי געיס נישט אלעס דארף/קען איך פארשטיין.


שבת ח''ו:
במילי דעלמא: מיז מען האבן א אייגענע מיינונג!
ביהדות: נאר ע''פ תורה, (נישט זיכען א שיטה ווען מען נויטיגט זיך).
שוטה וואס האט נישט קיין מיינונג: זאל עס טאקע בלייבן ביי דעם!
שוטה וואס האט נישט קיין מיינונג, און רעדט דברי טיפשות ומינות צו ווייזען אז ער איז א יא א ויפגעקלערטער. אין דער ערד אריין!

פארשטנטא?


איך פארשטיי נישט קיין איינציג ווארט וואס דו רעדסט, און יענער ווערט נישט קיין שוטה ווייל דו האלטס אנדערש!, אז דו האסט עפעס צו זאגן און דו ווילסט ארויסברענגען אז דיין זייט איז גערעכט שרייב א fair argument אבער סתם באטיטלען יענעם שוטה ווייל דו גלייכסט עס נישט איז נישט קיין קונץ.
מעגסט האלטן און שרייבן וואס דו ווילסט אבער ס׳מאכט בכלל נישט קיין סענס צו מיר!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שוטה: פרעזידענט אבאמא איז א באהאלטענע איד, ער שטאמט פון די אנוסים פון שפאניע!
מענטש: וואס פאלט דיר ביי?
שוטה: ער הייסט באראק, באראק איז ברוך!
מענטש: ביזט א שוטה!
שוטה: איך מעג האלטן אנדערש פון דיר!
מענטש: אנטשולדיג מיר האבן זיך געטראפן, זיך ווידער זעהן...
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד!



!I totally disagree


You are totally in tilt to have your own opinion


אויב איז ער אויף א טילט קען זיין ער ליידט פון ווערטיגא. בעסער זיך לאזען אינטערזיכען
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

ביטע נישט שרייען און זיך האלטן מיט רעספעקט ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ן פלאץ ווי קאווע שטיבל.

דו טענה'סט אז מען דארף נוצן דעם אייגענעם שכל צו פארשטיין זאכן, און דו האלט'סט אז מען מעג זיין קלוגער פון די פאליטיקאנטן און עסקנים און היינטיגע רבנים, אבער פון די אנדערע זייט זאגסטו אז מ'טאר נישט האלטן אין אידישקייט אנדערש ווי די אנגענומענע וועג, אבער דו כאפסט נישט אז בעת וואס ביי דיר זעט אויס אז דאס איז דער פשוט'סטער וועג זעען דאס אנדערע לגמרי נישט אזוי, עס זענען פארהאן קהילות וואס פרעגן א רב אדער איש הציבור מהיכן דנתני איז עקירת כל התורה, און ביי זיי ווערט דאס פאררעכנט אלס אפיקורסות אזוי ווי ביי דיר אנדערע זאכן, די טענה קוקט אויס ווי דעם אלט באקאנטן ווערטל ''פרומער פון מיר איז משוגע, ווייניגער פון מיר איז אפיקורסות'' (די דאזיגע אלטע אויסגעדראשענע שיטה האב איך געמיינט איז שוין היינט אזוי אראפגעקוקט און יעדער בר דעת פארשטייט שוין די לעכערליכקייט דערפון, ביז איך האב באמערקט אויף איי וועלט ווי דער באקאנטער מוכיח בשער טענה'ט מיט אזא תמימות אז מ'דארף גיין אנגעטון ''נאמאל'', ד. ה. אזוי ווי יענעמ'ס טאטע, נישט פארפרומ'ט אבער נישט ח''ו מאדערן נאר ''נארמאל''...).

דיין עיקר טענה איז זייער אמת, עס זענען דא אסאך אזויגערופענע אויפגעקלערטע וואס זענען פשוט תמימות'דיג אין זייער אויפגעקלערטקייט פונקט אזוי ווי עס זענען פארהאן געריבענע פרומע, אבער דיין הגדרה אז ווער עס האלט אנדערש ווי די אנגענומענע סיסטעם אין אידישקייט מוז זיין אז ער איז סתם א נארישער אויפגעקלערטער איז לעכערליך, ווייל דו נעמסט אוועק דעם גאנצן מיין פון נוצן דעם שכל, און אפילו אויב דו ווילסט זאגן אז לגבי יהדות איז נישט ערלויבט צו נוצן דעם שכל, האב איך שוין געשריבן אז אין אידישקייט אליינס זענען פארהאן אלע מיני מהלכים ביז גאר לינקס (וואס איז כולל כמעט אלעס ממש ואין כאן המקום להאריך), און ער קען טענה'ן אז ער איז גאר דער בעסערער איד פונקט ווי דו פארשטייסט אז דאס וואס דו האלטסט נישט פון א געוויסן מנהיג מאכט דיר נאר פאר א חשוב'ערער איד וואס נוצט דעם קאפ.

איינער וואס נוצט דעם שכל איז חשוב בכל אופן, אפילו א נטורי קרתא'ניק וואס רעדט צום זאך וועט זיין רעספעקטירט ביי מענטשן (פארשטייט זיך אז נאר אויב ער פירט זיך אויף בנימוס ובדרכי בני אדם מן היישוב), ביי די אומות העולם זענען געווען צענדליגער פילאסאפן וואס האבן געשריבן זאכן איינער פארקערט ווי דעם צווייטן און אלע ווערן אייניג רעספעקטירט, א מענטש וואס טראכט אריגינעל און נוצט זיין מחשבה צו פארשטיין וואס ער זעט איז חשוב און ארויפגעקוקט נישט קיין חילוק וואס ער האלט.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

הרב מיימון,

האסט א נקודה, עפטער אלל זענען מיר משועבד צו די תורה און די תורהדיגע מהלך החיים און מסורה וואס דאס אלעס ווערט דעפינירט ביי רבנים (צו פון אמאליגן דור צו פון יעצטיגן), און דער אינדיווידואל רעדט געווענליך נישט אריין אין דעם, אלע שיכטן און קרייזן האבן רבנים וואס גיבן ארויס הוראות פאר זייערע קהילות און אנהענגער, אין אנדערע ווערטער, מ'נעמט אוועק אונזער אינדיפענדענס צו טראכטן, ווייל איינמאל דו פאלגסט אויס א הוראה פון א רב, און דו טוהסט נישט וויאזוי דו פארשטייסט, מיינט דאס אז דו ביסט שוין נישט אויפגעקלערט,

אשר ע"כ לגבי די דעפיניציע פון 'אויפגעקלערט' מיין איך אז די ריכטיגע באדייט איז 'אנדערש' פון ציבור, אפגעזעהן צו יענער גייט אוועק מיט חכמה צו מיט טיפשות, אדער סתם בלינדע שנאה, ס'איז נישט רעסערווירט עקסקלוסיוו פאר חכמים און בעלי דעת, די ליידיגע מוחות (איך אז ס'איז די רוב דארט) האבן אויך אן אחיזה דערין,

אבער קאך לעפל האט א נאך אלץ א וואלידע נקודה, אז ס'איז דא חברה וואס באלאנגן צו די אויפגעקלערט לאגער, וואס ווייסן נישט בחייכון פארוואס זיי האלטן וואס זיי האלטן, דער עיקר איז אז ס'איז 'אנדערש' פון די צד פרומע,
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער פראבלעם איז נאר אז דער מוחה אנטקעגן די חברה באלאנגט צו די אנטי-אויפגעקלערטע לאגער, וואס ווייסט נישט בחייכון פארוואס ער האלט וואס ער האלט, דער עיקר איז אז ס'איז שטאטוס קווא,
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איינס פון די מעלות פון א בלאג אזוי ווי ק"ש, איז אז מען שרייבט אנאנים. די מעלה דערפון איז אז מען איז נישט דן אויף די מענטשן נאר אויף די ווערטער. וואס א חילוק וואס ער איז, צי ער איז אויפגעקלערט צי א שוטה, לאמיר הערן וואס ער זאגט און זען צו ער רעדט צו די זאך אדער נישט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ברסלבער האט געשריבן:איינס פון די מעלות פון א בלאג אזוי ווי ק"ש, איז אז מען שרייבט אנאנים. די מעלה דערפון איז אז מען איז נישט דן אויף די מענטשן נאר אויף די ווערטער. וואס א חילוק וואס ער איז, צי ער איז אויפגעקלערט צי א שוטה, לאמיר הערן וואס ער זאגט און זען צו ער רעדט צו די זאך אדער נישט.


מסכים, אבער נאך א שטיק צייט באקומט דער ניק א היסטארי, און דעמאלטס זעהט מען ווי דער זעלבער מענטש ציעט אלעמאל אויף איין זייט, וויבאלד ער האט שוין אפגעמאכט וועלכע זייט ער באלאנגט, וועט ער עס דיפענדן אפי' ווען פון זיין קיבאורד גיסט זיך א געמיש פון טיפשות און היפאקריסי,
פארשפארט