מזל טוב!! "קים דזשאנג אן" האט חתונה.....

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

מזל טוב!! "קים דזשאנג אן" האט חתונה.....

שליחה דורך [NAMELESS] »

די רעגירונג פון צפון קאריע האט היינט געמאלדען אז זייער פירער , דער צוואנציג יעריגע שנאק קים דזשאנג אן האט חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת. די חידוש איז אז ביז היינט פלעגט די רעגירונג קיינמאל נישט רעדען וועגען די פערזענדליכע לעבנ'ס פון די פירער'ס ,און קיינער האט גארנישט געוויסט ווער עס זענען די "פערסט לעידי'ס". אבער עס קיקט אויס אז די נייע פירער טוישט די פאליסי.

מאך נישט קיין טעות. דאס איז נאכאלץ צפון קאריע. קיינער ווייסט נישט ווי אלט די פרוי איז, און אויך נישט ווען פינקטליך זיין האבען חתונה געהאט...
http://www.washingtonpost.com/world/asi ... story.html
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נו אוודאי, ער האט אפגעלייענט גאנץ מאחורי הפרגוד און ער האט געטון צום זאך
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

פאר עטליכע וואכן צוריק האט זיך קים דזשאנג אליין דערהויבן צום ראנג פון 'מיליטער מארשאל', דאס איז געווען דער לעצט פארבליבענער טיטל אינעם מיליטער וואס ער האט נאכנישט געהאט, ווי נאר די נייעס איז ארויסגערינען צום פאלק זענען זיך גלייך צאמגעקומען די מאסן און געפייערט געהויבענע טענץ אינעם צענטער פון שטאט, צוליב די גרויסע שמחה זייערע האבן זיי נישט געקענט אראפנעמען דעם שמייכל פון זייער פנים
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
פארשפארט