אויפגעקלערט:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

אויפגעקלערט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאר יעדער איינער וואס פאלט נאר אריין אפילו אויף א קורצע באזוך דא אין קאווע שטובל, האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסען אין דעם ווארט - טערמין "אויפגעקלערט", און האבן געוויס באמערקט ווי מאנכע ניקיקים, פראבירן זיך מיט אלע כוחות אהערצושטעלן אלס אויפגעקלערטע לייט, מיט ברייטע מוחות, וואס לעבן פולשטענדיג אונדרויסען פון די באקס, און לאזן נישט אז קיינער זאל ח''ו שולט זיין אויף זייערע מוחות. (טייל מאהל אפילו די תוה''ק אויך נישט).

דעריבער האב איך געקלערט א ביסל אויסצושמיעסן דעם ענין פון אויפגעקלערטקייט, אין זיך צו דער גרונטעווען צו פארשטיין דער חילוק פון א רעכטן אויפגעקלערטען אין פולן זין און ווארט, ביז א טיפוש וואס זוכט בלויז אז מען זאל אים אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער.

עמיצער האט זיך אמאהל אויסגעדריקט: איך בין אויפגעצויגען געווארן אלס א אנטי-ציוני, ווען איך בין עלטער געווארן בין איך געווארן אויפגעקלערט, און איך בין געווארן א ציוני, און ווען איך בין נאך עלטער געווארן בין איך געווארן אזוי שטארק אויפגעקלערט אז איז בין געווארן א נטורי קרתא'ניק ודפחי''ח.

אויפגעקלערט:

דער אויפגעקלערטער – טראכט זעלבס-שטענדיג, ער האט זיין אייגענעם ספעקטיוו אויף יעדע זאך. דאס הייסט אזוי. דער סיסטעם איז איינגעשטעלט אז דער אלגעמיינער מענטשהייט טאר נישט טראכטן, עס איז פארבאטן צו האבן אן אייגענעם מיינונג, די רבנים, עסקנים, און פאליטיקאנטען טראכטען און האבן זייער מיינונג, און דער אלגעמיינער געזעלשאפט דארף דאס אנעמען פאר הייליג און טייער, און עמיצער וואס וואגט זיך צו טראכטען אנדערש ווי די גרויסע קארפן קעפ, קען ער נאך באשולדיגט ווערן מיט ערענסטע קלאגעס ווי השכלה וכדו' ח''ו. דער אלגעמיינער ציבור איז נישט מער ווי נומערן און וואקענדע קעלבער.

דער מערסט – אנגענומענער אינסטרעמענט מיט וואס די ראשי העדה באנוצען זיך שולט צו זיין אויף די מוחות פון דער מענשהייט איז א צייטונג, אדער אין דער היינטיגע עפאכע ווירטואלע געזעלטשאפט, וואס זענן די טאן-געבערס איבער אלעם און אלמענעם, די רעדאקטארן און פאלטיקאנטען זענען מוציא דער אלגעמיינעם ציבור מיט מצוות מחשבה.

דער אויפגעקלערטער טראכט אבער יא! ער האט זיין אייגענעם מיינונג אויף אלעם און אלמענעם, און לאזט זיך נישט פארפירן פון די דאזיגע וואס ווילן מיט די גיוואלד זיך שולט זיין אויף זייערע מוחות. זיי טראכטען און זענען שוקל יעדע געשענעניש מיט זייער אייגענעם שכל.
( טייל פון די אויפגעקלערטע טענה'ען גאר, אז דאס וואס די רבנים זענען אזוי שארף קעגן דעם אונטערנעט, איז אויך בלויז צילוב דעם, ווייל זיי ווילן ווייטער שולט זיין אויך די מוחות פון די מענטשהייט, און דער פרייע אינפארמאציע פונעם געוועב קאנטערדיקט דאס)

איצט אזוי: דער תורה הק' איז אונזער לעבן, דער תורה הק' דוקטירט דער מוח פון א איד, א איד דארף אויסארבייטען זיין מחשבה לויט די הייליגע תורה, טראץ דעם וואס איז א טיילמאל שווער, ווייל דער שכל דוקטירט אנדערש, דאך האט אונז דער תורה הק' געזאגט לא תתרו אחרי לבבכם, לשעבד בהם תאוות ומחשבות לבינו לעבדותו יתברך שמו, דאס איז איינס פון די שווערסטע חלקים פון עבודת ה'. די משכילים האבן דאס נישט געקענט באווייזען דעריבער זענען זיי אנגעקומען אין שאול התחתות.

דעריבער אויב דער אויפגעקלערטער איז א ערליכער, ער איז זיך שולט אויפן מוח, און טראכט אלעס לויט דער דעת פון די הייליגע תורה, וועט ער אין אידישקייט פעלער האלטן די זעלביגע פון דער אלגעמיינער המון עם, וואס פארלאזן זיך אויף די מחשבות פון די רבנים, און טראכטען נישט אליינס. אויב איז דער אויפגעקלערטער נישט קיין ערליכער, און ער טראכט ראציאנאל, אפגעזעהן וואס דער תורה הק' זאגט, וועט ער אין אלגעמיין אנקומען ווי משה מענדלזאהן שר''י איז אנגעקומען, און ויאבד מתוך קהל השם רח''ל.

שוטים:

דערנאך איז פארהאנען אזעלעכע (דא אין ק''ש קען מען זיי טרעפן לרחצה...) וואס זענען ווירקליך נישט קיין אויפגעקלערטע לייט, גאר פונקט קאפויער זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע מחשבה, זיי פארשטייען ווייניגער ווי דער אלגעמיינער פערד וואס שפאצירט זיך געמיטליך אין סענטעראל פארק פארשטייט. אבער ער דארשט פאר אטענציע און אויפמערזאמקייט (בלשון ק''ש: לייקים) און ער לעכעצט מיט א קינדערישע לעכעצעניש אז מען זאל אים אנקוקן ווי א יש, דעריבער שטעלט ער זיך אהער אלס אן אויפגעקלערטער, און לאזט הערן דברי שטות ורוח נגד התורה והמסורה, און ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, אבי מען זאל אים אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער.

די דאזיגע שוטים ריפן ארויס עקל און אפשיי, ביי יעדען רעכט-דענקיגער באשעפעניש. עס איז נישט קיין בושה צו טראכטן און שרייבען ע''פ תורה, מען קען זיין אויפגעקלערט און זיין א ערליכע חסידישע איד.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר