איך בין א דרייסיג יעריגע חסדיש'ע יונגערמאן מיט גאר א שטארקע געפיל צו מענטשען, קולטור, איך האב געלערנעט און דו ליטע אסאך קונה געווען דארט, געוואוינט און א"י, אסאך פארברענגעט און ארופגעפארן, איך האב זייער ליב ספרים, ירחונים וכו' פלענער צו וואקסען א ת"ח בכל עניני התורה
לייברערין האט געשריבן:איך בין א דרייסיג יעריגע חסדיש'ע יונגערמאן מיט גאר א שטארקע געפיל צו מענטשען, קולטור, איך האב געלערנעט און דו ליטע אסאך קונה געווען דארט, געוואוינט און א"י, אסאך פארברענגעט און ארופגעפארן, איך האב זייער ליב ספרים, ירחונים וכו' פלענער צו וואקסען א ת"ח בכל עניני התורה
שלום עליכם [tag]לייברערין[/tag], וועלקאם טו דע קלאב! יהא בואך להרמת חדר הקאווע. הערה בעלמא: אויב האסטו טאקע פלענער אויסציוואקסן א תלמיד חכם בכל עניני התורה, דאן זיץ נישט דא צופיל.
בטבע בין איך פאליטיק פון אלץ קינד נאך האב איך מיר אלעמאל אינטרעסירט אין נייעס - וועלטליכע פאליטיק בכלל און אויך אביסל אידישע פאליטיק, איך לייען גאר אסאך און פאליטיזיר וויפיל איך קען - ליידער
גר ותושב אנוכי עמכם איך בין געווען א גר ביז יעצט און פון היינט און ווייטער וויל איך ווערן א תושב עמכם האבן די געלענהייט צו צילייגן נאך א טעם אונעם שטיבעל איך בין א מאנסי יוד וואס עס גייט מיר בעיקר אן נייעס פון מאנסי און אויך פאליטיק און וועלטליכע נייעס
איך האב הנאה גיהאט פון די נושאים אין רייגע ידיעות אויף קאווע שטיבעל, ואקווה שביחד עם שאר החברים אמצא נחת ושמחה במחקרים שהנני עורך. וואוינט אין בארא פארק ולבי במזרח ועבודתי במערב. מיין ערעסטע אינטרעסעאיזאלטע בילדער סיי םוןדערהיים אין בפרט פון אמאלידען אמעריקא
איך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.
אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.
איך בין א בחור אין ישיבת מיר ירושלים, וואס קען באשטיין אביסל צו הנאה האבן פון א גוט שטיקל,(פארשטייט זיך אז נאר בין הסדרים) האב איך אזוי קלערנדיג צו מיר וואס צו טון, באגעגנט א חבר וואס אופססס... שוין 40 ווערטער. יוצא געווען.
פישערער רבי האט געשריבן:איך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.
אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.
שלום עליכם, פישערער רבי. וויאזוי זאגט מען ארויס אייער געערטן נאמען...? מפיק פא. מיט א פינטל אין די פ"א...?! ס'איז מיר א נפקא מינה צו וויסן...
איך בין א פשוטע יוד, פאר פרנסה טו איך אין גרעפיק'ס, און ב"ה איך זע א געוואלדגע הצלחה. איך בין א חסידישע יוד פון א חשובע חסידישע קרייז. איך קום פון א שטוב געבנטשטע משפחה. חשובע יוחס. כ'האב שטארק הנאה אין א געוואלדיגע אינטערעסע צו נייעס פון מדינת ישראל.