היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב ס'איז ידוע אז וועם רבי משה'לע זצ"ל איז נתעלה געווארן על כסא האדמורו"ת האט מען געשמועסט אין בני ברק בלשון צחות אז אתה קדוש און אתה חונן זענען צוויי אנדערע ברכות און ס'מוז נישט גיין צוזאמען...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:ר' משה'לע האט מיר נישט אויס געזען ווי איינער וואס איז אנגעפאקט מיט אפאר מעלאנעס, און אפילו אויב יא, האט ער מסתם נישט געהאט קיין שליטה אויף דעם, נאר זיינע גבאים.
ער האט נישט געוואוסט? פארוואס טאקע נישט?

ער האט גאנץ גוט געוואוסט אלעס! מיר קענסטו דעס נישט איינרעדן, איך און יעדער ווייסט פאר א פאקט אז ער האט גאנץ גוט געוואוסט אלעס! אז ס'שטינקט שטינקט עס פון קאפ! באבע מעשיות זאלסטו פארציילן פאר א צווייטן.

ס'איז באוואוסט אז ער האט אפגערעדט שידוכים פאר ישראל'טשעס קינדער און ער האט געבעטן ישראל ארנסטר (אדער זיין ברודער זאבי) זאל זיך נישט משדך זיין מיט ישראל'טשע ווייל ער איז מיין שונא! און אויף דעם האט דעמאלט ר' מאטעלע מוחה געוועהן ברבים (כדרכו בקודש) און ער האט געזאגט קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז ס'איז הימילישע זאכן, עס איז פשוטע רציחה אפּצורעדן שידוכים פאר אייגענע אייניקלעך!

ווער געדענקט די מעשה?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס ר' מאטעלע זאגט היינט צוטאגס
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שבת, דו שפילסט מיט פייער. איך האב נישט קיין שייכות אהין, אבער זיין היסטאריע האב איך אביסל דורכגעטאן. ער איז געווען א איד משכמו ולמעלה, געהארעוועט אלע יארן אויף תורה און קדושה מיט מסירת-נפש כחד מקמאי. ער האט געהאט שווערע מידות? - קען זיין, אבער אויב וואלסטו דורכגעגאנגען אפס קצהו וואס ער איז דורך, ווייס איך נישט ווי אזוי דו וואלסט עס דורכגעטראגן, און איך וואונטש עס דיר נישט.

לאמיר דיר זאגן אין קורצן:
ער איז געווען א ווייעך הארציגער מענטש, מיט א הארץ פון פוטער. דערפאר האט ער זיך געלאזט פון יעדן און אלס תוצאה האט ער געשפירט פאר וויכטיג זיך ארומצונעמען מיט הארטע מענטשן וואס זאלן אים מסדר זיין, ווייל ער אליין האט נישט געקענט שטיין בראש פון א חסידות. די דאזיגע מענטשן האבן אים פארדרייט א קאפ, זיי האבן אים געהאלפן פון איין זייט און קאליע געלייגט פון די אנדערע זייט. זיין ווייב איז אויך געווען א שווערע סוחר'טע כידוע ליודעי חן, און דער צווייטער זוהן איז נאכגעגאנגען אין אירע דרכים.

א שטיקל ערקלערונג פארוואס ער האט געקענט אזוי טון זאכן פאר זיינע אייגענע קינדער: ער איז מתחילה געווען ווייעך און אלעס מוחל געווען, בשעת אין זיין הארץ האט עס אים געשטערט, ער פלעגט זיך אנעסן און אנעסן, ביז עס האט געפלאצט מיט אזא שארפקייט, אז די ארומיגע האבן נישט געקענט פארשטיין וואס עס האט פאסירט, אבער דער ענטפער איז געווען אז ער האט אזוי לאנג געשלונגען, ביז עס האט געפלאצט. אזוי איז געווען מיטן ערשטן זוהן, און שפעטער אויך מיטן צווייטן זוהן, וואס כידוע האט ער אים אויך געוואלט ארויסווארפן.

נאך עפעס: ר' מאטעלע האט קיינמאל נישט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס דו ביסט מיחס צו אים. אין פאקט האט ער אים קיינמאל נישט אטאקירט פערזענליך, נאר ארום. אויב עפעס פארקערט: אפילו אין די שווערע יארן האט ער געזאגט (און עס איז אויף טעיפ): "ער איז אסאך חשוב'ער פון מיר, ער האט שענערע יארן אפגעפירט פון מיר". אין די זעלבע דרשה זאגט ער אן, אז ווער עס וועט זיך וועלן אננעמען פאר זיין כבוד איז ער אים נישט מוחל. ער זאגט דארט אויך אז אפשר וואלט ריכטיג געווען אז ער זאל זיך גענצליך אפזאגן פון די רבי'סטעווע, אויב עס האלט דא, אבער איין באשעפער ווייסט ווי אזוי ער קען עס טון.

אלזא, שבת, היט דיין מויל. טשעפענען מיט צדיקים איז נישט קיין קלייניגקייט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קרעפל פשעטיל האט געשריבן:קען זיין עס שטייט שוין דא אבער געהערט לעצטנס פון איינען אז אמאל ביי א דרשה האט ער געזאגט אז ווער עס וויל נאשן פון אנדערע פלעצער מעג גיין ווי ער וויל עס וועט איהם נישט שטערן אדרבה מ'דארך נישט זיין נאר ביי איין פלאץ הפלא ופלא


ווען האט ער עס געזאגט, אין די גוטע צייטן אדער אין די שווערע?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

פרימו, דו ביסט אים זייער שיין מסביר, אבער מאך עס נישט קאליע מיט א "טשעפענען מיט צדיקים" טראמא, דאס קמט נישט דא אריין. טאמער איז ער געווען א ביליגער רודף דארף קיין רעכדענקיגער מענטש נישט זיין אינטרעסירט אין זיין הייליגקייטן און שמייליגקייטן, און זיכער זיך נישט דערשרעקן פונעם ווארט צדיק וקדוש.
דו האסט נאר א טענה אז וויבאלד ער איז מעיקר מהותו געווען א ארנטליכער מענטש, דעריבער קומט אים דן צו זיין לכף זכות טראץ זיינע שענדליכע מעשים, איבערהויבט אז ער איז געווען א איד א עובד. דאס קען איך הערן, אבער לאז פליז ארויס דעם הוי זהיר בגחלתן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרימו,
ר' מאטעלע האט עס יא געזאגט, איך האב דעמאלסט באלאנגט צו די וויזניץ-מאנסי חסידות און איך געדענק עס גאר גוט! און דער חכם מענדעלע האגער האט דעמאלטס געהאלטן א קאנטער דרשה ווי ער האט געזאגט "ער זאגט אז די הייליגע טאטע איז א רוצח"!!!??? איך האב נאך ערגעץ אין מיין ארכיוון דעם טעיפ! און איך האב עס געהערט פון מעהר ווי איין איד וואס איז געוועהן ביי די דרשה ווען ר' מאטעלע האט גערעדט צו די כולל אינגעלייט, איך ווייס באמת נישט פון ווי דו נעמסט דיינע פאקטן!!

חוץ מזה דארף איך נישט אז ר' מאטעלע זאל עס זאגן, פונקט ווי איך דארף נישט אז ר' מאטעלע זאל מיר זאגן אז 2+2 =4 - עס איז פשוט! דעס וואס מ'האט געטוהן פאר ר' ישראל האגער די אלע יאהרן, חוץ financially האט מען אים אנגעטוהן צרות צרורות, גע'רודפ'ט אויף טריט און שריט, באווארפן מיט שטיינער ווי ער איז נאר געגאנגען (איך האב עס אליינס געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!) גע'רודפ'ט יעדע מענטש וואס איז געגאנגען דאווענען צו אים אדער געשטיצט! דעס אלעס איז געוועהן לויטערע רשעות און רציחה, און זיין טאטע רבי משה יהושע האגער איז אסאך שולדיג געוועהן אין דעם!!!
כ'האב נישט קיין מורא עס צו זאגן נאך טויזענט מאל אין פראנט פון א ספר תורה אקעגן א אפענע ארון קודש יוהכ"פ שחל להיות בשבת ביי כל נדרי, ווייל דאס איז די ריינע אמת!!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

איך שפיר פאר א פליכט מוחה צו זיין אויף די דברי בזיון וניאוץ קעגן א מנהיג בישראל, אן ערליכע דורכגעווייקטער מסירת-נפש איד, איינעם וועמען דער שבת האט אים אים געקאכט, תורה האט אין אים געקאכט, געשטאנען אויף די פיס לאנגע שעות און געלערנט תורה מתוך קדושה וטהרה פון די פריסטע יוגנט יארן וגם מתוך הדחק אין זיינע עלטערע יארן, בשעת זיין רביצין האט אים אויסגעפייניגט די יארן. זיין קדושה איז געווען א שם-דבר, מיט א מסירת-נפש. יעדן שבת האט ער געברענט און געקאכט (נישט קיין פאפן מעשיות - ערנסט געברענט אין שבת).

אל תגעו במשיחי, גיב אכט וואס דו טוסט... מסתמא ווייסטו אז אלע וואס זענען געווען פון די מורדים, האבן נישט צופיל נחת גענאסן, און עס האט זיי געקאסט א פרייז.
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

קיינער קריגט זיך נישט מיטן פאקט אז ר' משה'לע איז געווען נישט דער קליגסטער יוד, אין סאיז פארשטענדליך אז איינער וואס איז געווען פארנימען מיט תורה און חסידות יעדע איבריגע רגע אין טאג איז נישט אזוי אריינגעטון אין די וועלט, אין די תוצאות האבן זיך גאר שטארק ארויסגעוויזן,
אבער זאגן אז ער איז ממש א רוצח אין א רשע נאכדעם וואס מען האט אים פארפירט מיט כל מיני שקרות וכזבות איז אביסעלע איבערגעטריבן,

אין ר' מאטעלע איז ווי שוין ערווענט געווען זייער האקל אין געהיטן אויף יעדעס ווארט וואס איז ארויס מפי קדשו,
אין כגעדענק אז ווען די בני ברק'ער האבן ארויסגעגעבן א שמיציגן גליון אנטקעגן ר' מאטעלע, איז אריין איינער צום רבין מיט א צוואנציג זייטיגע קאנטער גליון, אפפרעגנדיג אלעס אויף א הערליכן שיינעם שפראך, האט אים דער רבי עס געהייסן פארניכטן!..., אין ער האט אים געבעטן אפצישרייבן א הערליכן איבערבעטונגס בריוול פול מיט חרטה און אהבה!! (כדארף צו האבן ביידע בריוון אין מיינע ארכיוון, כוועל עס אי"ה ארויפלייגן ביי א געלעגנהייט)
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטן, אבער דוכט זיך אז אויפן בן הצעיר האט ר' מאטעלע יא גערעדט שארף. אפשר וועט פאפיטעס אדער אנדערע וויסן מער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאפיטעס , די בריוו איז געשריבן געווארן אפ צו ענטפערן די שאלישידס דרשה וואס ר׳ משהלע האט גערעדט קעגן ברודער נאכדעם וואס ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן ביי א יערליכע וויזניצער דינער פארן אויפנעמען יצחק שמיר די דעמאלסטדיגע פריים מיניסטאר פון ישראל , דער איד וואס האט גשריבן די גליון הייסט אלי׳ ניימאן און זיין פלאן איז געוועהן אז מ׳זאל עס ארויסשיקן צו יעדעם איינעם אין שיכון וויזניץ אבער ר׳ מאטעלע האט אים געזאגט אז ס׳וועט גארנישט אויפטוהן , עפעס אזוי! למעשה האט מען עס ארויסגעשיקט צו א דריטעל שיכון וויזניץ, איך האב עס געליינט מעהר ווי איינמאל.

ביי יענע דרשה האט ר׳ משהלע געזאגט :

מ׳גייט ארום אין אמעריקא שנארן אין די גאסן פאר וויזניצער רבי׳ס זוהן און מ׳מאכט בושות פאר וויזניץ! איר הערט ווערטער ?

נאכדעם וואס ער האט ארויסגעווארפן זיין זוהן איז ער נאך געוועהן ברוגז ווער עס העלפט אים? וואס האט ער געוואלט ער זאל אויסגיין פון הונגער ? וויאזוי פונקטליך זאל ער לעבן אז ער האט אים ארויסגעווארפן ? און וואס באדערט אים איז נישט די פאקט אז זיין זוהן איז א שנארער נאר אז מ׳מאכט בושות פאר ״כבוד ויז'ניץ! אהא !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

יא ר' מאטעלע איז געווען זייער שארף אנטקעגן מענדעלע אין ער האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט אז ער איז א קליין קינד, אין דארף נאך אויסוואקסן, בעיקר איז עס געווען נאך ער האט געגעבן זיין קאנטראווערסיע העכסט מאדנע "הכה את שיניו" דרשה, אין ווי אויך נאכן זיך אויסדריקן אז די בית המדרש אין מאנסי איז א קלויסטער ר"ל, אבער מענדעלע איז אויף דער עלטער אביסעל קליגער געווארן אין זיך איבערגעבעטן מיטן רבין.

שבת אחים
איין קלייניגקייט, דער שרייבער פונעם בריוו וואס איז ארויסגעקומען אין פאבליק איז ר' ישעי מאיר ניימאן, א ברודער פון ר' אלי' וואס האט געשריבן דאס בריוול וואס איז נישט ארויסגעקומען,
אין נאכאמאל ר' משה'לע איז געווען זייער זייער א גרויסע טיפוש, שיין גערעדט..., מען האט אים געניצט ווי א מיסט קאסטן, אין יעדער שמוגער האט אים געקענט פארקויפן דער ברוקלין ברידזש,
מיינס א קרוב וואס איז ווייט פון א וויזניצער חסיד איז אמאל געווען אין מאנסי ביים רבין שליט"א, אין דער רבי ווי זיין שטייגער האט אים שיין אויפגענימען, אין אויסגעפרעגט איבער אלעס אין אלעמען, אין דערנאך אים אנגעווינטשן, ושלום על ישראל.
א שטיק צייט שפעטער איז ער געווען אין בני ברק, אין ער איז אריין צום ברודער אויף א קוויטל, פרעגט אים ר' משה'לע "ווי געהערט איר? ", זאגט ער אים צו פלוני חסידות, פרעגט ער אים בזה הלשון "אין דארט זינגט מען א מנוחה ושמחה אזויווי ביי אונז?? ", וזה הוא... ,ניטאמאל א ברכה!, פשוט און פראסט אים געווינקן אז דער אודיענץ איז פארטיג....,
איך קוק אן די מעשה אלץ טיפשות מער ווי שלעכטסקייט, ער האט געציטערט צו טשעפענען א פליג! נאר די קליינקעפיגקייט האט גובר געווען...
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שבת אחים האט געשריבן:
ביי יענע דרשה האט ר׳ משהלע געזאגט :

מ׳גייט ארום אין אמעריקא שנארן אין די גאסן פאר וויזניצער רבי׳ס זוהן און מ׳מאכט בושות פאר וויזניץ! איר הערט ווערטער ?

נאכדעם וואס ער האט ארויסגעווארפן זיין זוהן איז ער נאך געוועהן ברוגז ווער עס העלפט אים? וואס האט ער געוואלט ער זאל אויסגיין פון הונגער ? וויאזוי פונקטליך זאל ער לעבן אז ער האט אים ארויסגעווארפן ? און וואס באדערט אים איז נישט די פאקט אז זיין זוהן איז א שנארער נאר אז מ׳מאכט בושות פאר ״כבוד ויז'ניץ! אהא !


שבת, דו ביסט איינזייטיג אז עס גייט א רויעך... איך וואלט דיר ווען געגלויבט, אבער אפאר בלעטער צוריק האט שעפטיל געברענגט דעם פולן דרשה פון ר' משה'לע. קענסט עס ליינען דא:
viewtopic.php?f=42&t=2700&start=75

זאל עס יעדער דורכליינען מיט אן עיון, און מיר זאגן צי ער רעדט נישט צו דער זאך.

עס איז גרינג צו נעמען איין סענטנס פון דארט, און דערויף אים מאכן צו נער, אזוי ווי שבת האט געטאן... אז מען זעט דעם גאנצן דרשה זעט מען גאר עפעס אנדערש... ער האט גערעדדט פון הארץ ווייטאג, און פון יענע דרשה קען מען אביסל ארויסהאבן זיין מהות.

שבת, זיי נישט קיין צועק לשעבר. טשעפע נישט מיט קיין צדיקים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמואל פרימו האט געשריבן: שבת, זיי נישט קיין צועק לשעבר. טשעפע נישט מיט קיין צדיקים.

ניין,ער רעדט נישט צו די זאך בכלל!
זיינע אייגענע חסידים האבן זיך אלע יאהרן פארשטעקט פאר בושה פון די שאנדפולע דרשה!

און בד"וו איך מעג האלטן אז ער נישט געוועהן אזא גרויסע צדיק! און איך מוז נישט אַגריען צו דיר!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

איך פארשטיי באמת נישט ווי אזוי מען מאכט אוועק הארעוואניע פון יארן במחי יד.

כ'פארשטיי נישט: ער האט נישט געלערנט? - ער האט געבלאפט ביים דאווענען, געבלאפט ביי שבת?
שרייב מיר וואס דו האלסט איבער אים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמואל פרימו האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט ווי אזוי מען מאכט אוועק הארעוואניע פון יארן במחי יד.

כ'פארשטיי נישט: ער האט נישט געלערנט? - ער האט געבלאפט ביים דאווענען, געבלאפט ביי שבת?
שרייב מיר וואס דו האלסט איבער אים.


א מענטש וואס לערנט און דאווענט האט א רעכט צוטוהן רשעות? זייט ווען? און ווייל ער לערנט און דאווענט האט ער א PASS צוטוהן וואס ער וויל און מ׳טאר ח״ו נישט מערער זיין אויף אים?
:נישטמסכים: :נישטמסכים: :נישטמסכים: :נישטמסכים:
ביסט דא אין קאווע שטיבל "!!!wake up and smell the coffee"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ווייסט דאך נישט צו ער האט געבלאפט ביים דאווענען אדער ביי שבת צו נישט. דו קענסט נישט אויפווייזען אז אפילו ווען ער בלאפט נישט, עכ"פ ביי שבת, האט עס א שייכות מיט צדקות. ווער האט איהם געבעטען מאכען אן עסק. זאל ער זיצען שטיל און נישט מאכען קיין עסק. אין תורה שטייט נישט אז מ'דארף. און די הארעוואניא אין לערנען איז א פיינער זאך, אבער א ת"ח איז איינער וואס קען תורה, נישט איינער וואס האט געהארעוועט. אן הארעווען קען מען נישט, אבער נישט יעדער מיט הארעוואניא קען.
וז"ל החזו"א דברים כדרבונות:
וכי אין אנו יודעים כי יתכן שאיש אשר עסקו לימוד התורה, ויהא גם שקדן ולפעמים אף מופלג בשקידה, ובכל זאת הוא ראוי תוכחה, ואף יתכן להוכיחו בעוז ולהגיד לו כי עדיין לא ראה אור. ואמנם פעולת שקידה מופלגת איננה מבטיחה את בעליה שם תלמיד חכם, כי יתכן כי לימודו באופן שטחי, ולא זו דרכה של תורה באמת, כי עיקר סגולת התורה לעמלים בה בעיון עמוק, ולא לעמלים במעשה זמרת הגמ'. ולפעמים סיבת הדבר בחסרון רב, שלא למד לפני חכמים, ולפעמים חלקו רע שלא חונן בכשרון מספיק, ולפעמים מפני קלקול המדות בקלקול מרובה, ולפעמים חסר לו י"ש, ועוד כיו"ב.

והדברים קילורין לעינים.
אלע זאכען וואס האלטען צוריק א מענטש וואס לערנט פון ווערען א ת"ח, קען מען זען בעינינו, אחוץ די לעצטער וואס איך האב נישט קיין וועג צו וויסען וואס פארא יר"ש דער רעבע איז געווען, ווייל די זאכען זענען דאך צוגעדעקט, אבער די אנדערע זענען גאנץ קלאר פאר דער וואס האט אויגען אין קאפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

אויב האט איינער קליפס פון יענע צייטען ביטע ארויפלייגען
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

פארוואס האט ר' משהלע דיסיידעט איהם צוריק צו נעמען די גאס שמועסט אז חיים משה איז זיך נישט אויסגעקומען מיט ר' מענדל
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראוונע האט געשריבן:אויב האט איינער קליפס פון יענע צייטען ביטע ארויפלייגען

איך האב נישט די קליפס פון די דרשות, אבער די ווידיאו ווי דער ישועות משה זי״ע טרעפט זיך מיט זיין זון, ביי זיין זון אינדערהיים לייג איך דא ארויף:
https://m.youtube.com/watch?v=OIBqgVvKKgU
לעניית דעתי קען מען קלאר זען אז דער ישועות משה איז שוין נישט אינגאנצען ביי זיך.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ליטואק, גוט ארויסגעברענגט די טענה אויף ענק
ולפעמים מפני קלקול המדות בקלקול מרובה, ולפעמים חסר לו י"ש, ועוד כיו"ב

אצלו היה הפוך היר"ש ראו כולם. ותורתו היתה בהצנע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

איך האב גראדע געזעהן די קליפ נעכטען
זעהט נישט אויס ווי דער ישועות משה כאפט פונקטליך וואס דארט גייט פאר
אבער אויף הרה״צ רבי ישראל קען מען זעהן ווי ער שיינט פאר שמחה
מוראדיג עמאשינעל צו זעהן ווי ער שטעלט פאר זיינע קינדער פאר זיין פאטער וואס האט זיי שוין נישט געזעהן פאר יארען

אויב האט איינער קליפס פון דרשות אדער אפילו נאר אודיאו פון די צייטען וואס מען האט אים געווארפען ביטע עס ארויפלייגען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב_שלום האט געשריבן:פארוואס האט ר' משהלע דיסיידעט איהם צוריק צו נעמען די גאס שמועסט אז חיים משה איז זיך נישט אויסגעקומען מיט ר' מענדל

ווייל די שוועסטערס, די רבעצין סאשע און ספעציעל די בעלזער רעביצין האבן זייער שטארק געארבעט אויפ'ן טאטן אז ער זאלל צוריק נעמען ר' ישראל'טשע. און איך האב געזעהן די קליפ פון ווען ר' ישראל'טשע איז צוריקגעקומען ווי דער טאטע קוקט אויף איהם מיט אזא ליבשאפט. פון די גאנצע מעשה איז משמע אז מ'האט איהם געקענט בייגן אויף אלע זייטן. און מענדעלע (צוזאמען מיט די אלטע "רעבעצין") האבן פארארבעט מעשים אז דער טאטע זאללן איהם ארויסווארפן.דאמאלס האט ער פארלוירן זיין גענצן פרעסטיזש און כבוד.
פארשפארט