גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

די אלע תירוצים גיט נישט קיין רעכט צו ווידערשפעניגן. אִם-רָאִיתָ גַנָּב, וַתִּרֶץ עִמּוֹ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס מיינט 'ווידערשפעניגן'?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

פאפיטעס האט געשריבן:כהאב שוין געשריבן אז איך קען עטליכע וואס זענען אין נצח יהודה (אדער ישראל -נחל חרידי סאיז איין זאך) אין סאיז נישט דא קיין איין טאג וואס זיי האבן נישט א אויפגאבע פון היטן געוויסע גרעניץ פונקטן.

פיר פונקטן:
1) דו ווייסט אז נישט מער פון בערך 20% פון נצח יהודה/ישראל, נחל חרדי בלייבן פרום נאכ'ן ענדיגן זייער צה"ל דינסט. דאס איז געווען געשריבן פון א צה"ל רב און אויך פעסטגעשטעלט פון א פרייע געשעפט וואו די בחורים דרייען זיך.
2) פרומע אידן האבן זיך נישט וואס צו דרייען אין צה"ל אזוי ווי זיי האבן זיך נישט צו דרייען אין טיימס-סקווער. מאראליש גלייך.
3) פרייע אידן האבן נישט בעסער וואס צו טון ווי היטן גרענעצן. א פרומע איד, ווען ער האט צייט קוקט ער אריין אין א ספר און פאר'בטל'ט נישט זיין צייט שטיין און גארנישט טון. (דרך אגב, בדרך כלל שטיין בחורים מיט אן אשה עס זאל נישט זיין "דיסקרימינעישן" אדער "רעסיסט" אדער ווי אימער אזוי זיי רופן דאס אן.) אפילו די וואס קוקן נישט אריין אין א ספר ווען זיי האבן צייט, דאך איז צה"ל איז נישט פאר פרומע אידן ח"ו. ממש א טמא'נע פלאץ וואו דאס ערגסטע קומט פאר, ה"י. דאס איז א פאקט וואס מען קען זיך אפילו נישט דינגען.
4) דינען אין מיליטער איז נישט איינע פון די מצוות פון תורה. די וואס טון נישט קיין מצוות פון תורה, זאלן כאטש זיין די וואס היטן גרענעצן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וויאזוי מאכט מען א מיליאן דאללאר? מ'הייבט אן מיט צען מיליאן!
ווי פרום זענען נצח יהודה ביים אנהייב? מ'רעדט אפט פון בחורי הברזיליים, בחורים וואס האבען קיין סאך נישט געהיטען פאר דעם, און מ'שטופט זיי דארט אריין צו קענען הייבען די ציפער'ן פון 'חרדים' אין מיליטער.
טאמער ס'איז אזוי טמא, איז דאס א רעכט נישט צו גייען? מאך א טהרה, עפען א דיוויזי"ע ווי מ'קען יא האלטען תורה. ווען מ'איז מחוייב צו גייען איז דאס נישט קיין תירוץ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

נאכאמאל.
די אלע משלים וואס איך ברענג צו זענען טאקע "משלים" , די נמשל איז א פאקט וואס די באהערדע זענען פולקאם מסכים דערצו, אין די סקונדע וואס מען מאכט א באשלוס צו שיקען די בחורים, ווערט געגרינדערט א דעוויזיע אנגעפירט דורך אפאר אליאירטע צוזאמגענימענע רבנים, וואס וועלן פארזיכערן אז אלעס וועט לויפן על טהרת הקודש
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

לאחר המהפך בחסידות ויז'ניץ בנושא ההתייצבות בלשכות הגיוס וההחלטה כי כל הבחורים יתייצבו במרוכז ביום מיוחד ובפיקוח ראשי הישיבות, יתייצבו הבוקר (ב') 300 הבחורים במדור בני הישיבות בתל השומר שאליהם יצטרפו גם בחורי חסידות סלונים, שעד עתה נמנעו גם הם מלהתייצב בצו ראשון. http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=85595
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

קען א חסיד מהר"א געבן מער פרטים איבער דע נייע ישיבה פאר ארויסגעפאלענע?
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/309695
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

chusid האט געשריבן:קען א חסיד מהר"א געבן מער פרטים איבער דע נייע ישיבה פאר ארויסגעפאלענע?
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/309695



איינער זאגט גוט דארט. דאס אז פולע בחורים פאלן אוועק און לאזן את אידישקייט גייט נישט אן פאר סאטמאר, אבער אז מ'הערט אז זיי ווערן פארכאפט אין ציונות דאן מוזר מען שוין עפענען פאר זיי א ישיבה
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ענדליך !!
נאך א האלב יאר פון אימערמידליכע כוחות און העפטיגע פראפעסיאנאלע ארבעט איז מארגן ערווארטעט אז עס זאל אריבערגיין די "תיקון חוק הגיוס" אין כנסת פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג.

די "תיקון חוק הגיוס" וועט אפשטופן די דעדליין וואס חרדי'שע ישיבות האבן באקומען אויפצואווייזן אז חרדי'שע רעקרוטירער מערן זיך ביז יאר 2023 (!), און אפילו דאן וועלן זיי נישט ווערן קיין לעגאלע קרימינאלן, נאר דער שר הבטחון וועט דעמאלט דארפן מחליט זיין וואס די ווייטערדיגע שריט וועט זיין.

ס'איז דא נאך אסאך פרטים, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז דער איבערגעמאכטער געזעץ א געוואלדיגע פארלייכטערונג פאר חרדי'שע אידן אין ארה"ק, וואס האבן זיך דערזען אין א שווערן פראבלעם מיט די אריגינעלע געזעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן צוויי יאר צוריק, וואס מ'האט נישט געקענט אנגיין מיט דעם, און יעצט מיט דער נייער חוק קען מען אפאטעמען אז מה שהיה הוא שיהיה...

בשעת רוב מנין ובנין פון אידן שותו"מ חרדים לדבר ה' געבן אפ א שבח והודי' פארן רבוש"ע, און זענען מכיר טובה פאר די געטרייע עסקנים, איז ערווארטעט אז א הייפעלע יודן וואס זענען זיך מתפרנס פון אזעלכע גזירות הגיוס וכדו' וועלן זיין גאר בייז אויף די נייע תיקונים אינעם חוק.

נאך וואס די אלטע סלאגאנען -אז אלעס איז נאר אדאנק די הפגנות- האבן שוין אויסגעוועפט, און די יוגנט קויפט עס נישט, איז געבליבן ביי די יעניגע אז מ'מוז גאר שארף פארפירן אנטקעגן די א.ג. תיקון וואס איז באמת נאר א הירוס און א קלקול ווייל ס'איז בעסער צו גיין דרך מלחמה אזויווי עס שטייט: "צאו והפגינו בשווקים ורחובות". און יעצט וועלן די ציונים קענען אריינשלעפן אין מיליטער בפה רך די חסידי'שע בחורים וואס לערנען נישט פלייסיג...וכו' וכו' הכונו עצמכם למערכה כבידה למען קדושת ישראל ונגד אלו שעושים פשרות...גיוואלד
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

צו קפה נמס (מען האט אראפגענומען די quote און מען וועט נישט וויסן צו וועמען איך רעד) האסט ליב קויפן באבקעס. מאך אויף דיינע אויגן און קוק אביסל ווייטער וועסטו זען מיט דיינע פליישיגע אויגן פארוואס גדולי ישראל - נישט קיין הייפעלע אידן, נאר גרויסע תלמידי חכמים וואס פארשטיין אביסל בעסער וואס טוט זיך דא ווי דער דורכשניטליכע איד - זענען גארנישט אזוי בשמחה מיט דעם נייעם געזעץ טאמער עס וועט חס ושלום דורכגיין ווייל ס'איז כמעט גארנישט אנדערש ווי דער פריערדיגע געזעץ, ה' ישמרנו. ס'איז נישט מער ווי אפשטופן דאס שמד פאר נאך דריי יאר און דאן אריינעמען אלע חוץ פון בערך 1800 בחורים. איז דאס וואס צו זיין אזוי בשמחה? ס'איז א הימל געשריי און מען דארף דאס מיט אלע כוחות שוין אויפהערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר הערש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פארשטיי נישט וואס איז דא געשען. ביז יעצט איז דער דעדליי"ן געווען 2020 און יעצט 2023 . ביז יעצט איז דא אוטומאטישע קרימינאלער שולדיגען פאר דער וואס שטעלט זיך נישט, יעצט ווענד עס זיך אויף אן אנאנימער שר הבטחון.
קיין אנדערע חילוק האב איך נישט געהערט.
איך גלויב נישט אז ס'איז אלס א באנדע נערנים, איז וואס טוט זיך יא? טאמער איינער האט בעסערע אינפארמאציע, ביטע ערקלער'ן, ווייל ביזדערווייל דארף מען אנקומען צו אמונת חכמים, וואס פון הימל האט מען מיר נישט געשאנקען מיט א גרויסע פארציע.
איך בין נישט פון קיין צד אין דער נושא, איך זעי נאר א פלאנטער, נישט צוויי עמטליכע צדדים. איך וואלט זייער געוואלט הערען וואס טוט זיך.
ייש"כ
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

ווי איך פארשטיי עס, היות אז עמטליך קען מען דאך נישט זאגן אז חרדים זענען פטור, דרייט מען און מפאשטייט אליין וואס דאס מיינט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט מ'גייט זיי אפנער'ן שפעטער. אפשר גייען זיי אונז אפנער'ן? דאס איז גאנץ א שוואכע שמחה, און איך גלייב נישט אז הרב שטיינמאן פארשטייט עס נישט. 'כמיין, די גאנצע הפגנה איז געווען וועגען די סנקציות פליליות. איי, וועסטו פרעגען, פארוואס איז דאס די נושא? וועמען גייט ען צו מ'הייסט א קרימינאל צו נישט? דער עיקר איז דאס נישט גייען אין מיליטער? נאר ער פארשטייט אז מ'איז גארנישט אזוי ארויסגעטוהן פון די גאס קולטור ווי מ'רעדט זיך איין, און טאמער אין גאס ביסטו א קרימינאל, בלייבסטו אזוי אין קאפ, און אזוי קען מען נישט עגזיסטירען אין א לאנד. יעצט איז די זעלבע זאך. טאמער געזעצלי ביסטו נישט פטור פון די מיליטער, העלפט עס נישט קיין טמיר ונעלם וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

ליטוואק פון בודאפעסט, דא http://www.kikar.co.il/186123.html קענסטו א ביסל אדורכטון דער נושא און נאכדעם וועט יעדער גרונטליך פארשטיין וואס טוט זיך און ווי מען נער'ט אלע.
א פאר ציטאטן פון דער סייט:
"רוב חברי המועצת של דגל התורה לא יודעים מה כתוב בחוק"
"ואני רק יזכיר דבר נוסף כי בחוק הגיוס נכתב פעמיים 'שלא ייפגע מעמדה של יוצאת צבא אישה בגלל גיוס החרדים'. ודי למבין."
"דבר נורא נוסף שקרה השבוע הוא מה שכתוב בחוק החדש - יקימו וועדה של בכירים שתפקידם להציע תיקוני חקיקה שיפקחו על החלטות הממשלה בענין המכסות. כך שמלבד מערכת הבילוש שקיימת כבר נגד עולם הישיבות ושכבר ניסו ליישם את זה בישיבתנו (פוניבז'), יתקנו הצעות חוק שמטרתם להכניס עוד ועוד בחורים לגיוס."

ס'איד כדאי אדורלייענען פון אלף ביז תיו. מורא'דיג גוט אדורכגענומען פון א חשוב'ע תלמיד חכם וואס געבט א גוטע הסברה - שיעור כללי אין תיקון חוק הגיוס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געליינט דארט. דו מיינסט טאקע הרב שטיינמאן איז א פולקאמע שוטה? אדער א שפיאן געשטעלט צו שמד'ן אידען?
איך קען אננעמען אז ס'איז דא צוויי דעות אין דער ענין, אבער דאס ליגט נישט אויפ'ן שכל אז ס'איז פשוט לצד אחד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

ליטוואק פון בודאפעסט', מען רעדט דא וועגן חוק הגיוס המתוקן ,נישט וועגן רב שטיינמן שליט"א. דער ארטיקל זאגט דער אמת וואס איז שווער איז צו פארדייען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, דער ארטיקעל איז איין מענטש'ס מיינונג, וואס פערצופעל איז ער א צד אין די נושא. מ'קען מסתמא באקומען די געזעץ כלשונו און נאכפארשען. איך האב נישט די צייט און די כוחות דערצו יעצט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

ס'איז נישט קיין 'מיינונג' פון א מענטש נאר פשוט מסביר געווען אויף קליין געלט דאס געזעץ. אנשטאט צו רעדן וואס דו ווייסט נישט, פארשאף דאס געזעץ און צייג דיר אליין איבער. דאס אמת טוט וויי, זייער וויי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזויפיל ווייס איך אז הרב אשר דויטש איז נישט איינער פון די זייט. ער איז א צד אין די פאליטיק. ברענגען זיין דרשה אלס א פאקט איז פונקט ווי ברענגען א ראיה פון באבוב 48 אויף באבוב 45 צו פון וואס די אהרונים זאגען אויף די זאלי'ס (רעפובליקאנער אויף דעמאקראטען).
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

נו וואס איז? ער ברענגט גוטע פאקטן. צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין. ער רעדט צו דער זאך. דו זאגסט ס'איז נישט ריכטיג - prove it. ווען דו וואלסט געזאגסט "מיין רבי זאגט אזוי און וואס ער זאגט איז קודש קדשים פאר מיר, און איך פאלג אים מיט פארמאכטע אויגן", פארשטיין איך. אבער טאמער דו ווילסט זיך איבערצייגן וואס איז ריכטיג, איז קבל האמת ממי שאמרו. צו מיר זעט עס אויס ער רעדט צו דער זאך און האט אפגעלערנט די סוגיא אזוי ווי "ר' אשר" קען. רוב פון די גדולים פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה האבן אים קלאר געזאגט אז זיי האבן נישט דורכגעליינט דעם געזעץ. ווען א מענטש וויל וויסן וואס טוט זיך אין ענגלאנג, וועט ער פרעגן א מומחה פון אוסטראליא וועגן דעם? אדער וועט ער פרעגן א מומחה וואס וואוינט אין ענגלאנד וואס האט ערשט קלאסיגע אינפארמאציע? די ירושלימער ליטווישע, וויבאלד זייער שיטה איז קעגן די גיוס און ליגן שטארק דערין, זענען זיי בקי דערין מער ווי אנדערע! פונקט אזוי ווי א סאטמערער חסיד איז בקי אין "דעם שיטה" פון רבי'ן זצ"ל, איז ער מסתם א גרעסערער בקי ווי עפעס א ליטווישער איד אדער א לובאוויטשער איד וועגן דער סאטמער רבי'ן זצ"ל'ס שיטה. בקיצור, ווייז אויף וואס רב אשר דויטש זאגט איז נישט ריכטיג. צו מיר זעט עס אויס ווי ר' אשר זאגט דברים של טעם, צו דער זאך מיט א מורא'דיגע קלארקייט. נאר דערפאר וואס ער איז פון ר' שמואל שליט"א'ס מענטשן מאכט עס איז נישט אוטאמאטיש ווי איינער וואס רעדט נישט צו דער זאך.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך mevakesh »

http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=92537
האדמורים מוויזניץ וסלונים הביעו התנגדות לחוק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט נאר איז דער סאטמארער מער באקאנט אין די שיטה הק', ער ווייסט אויך מער פון איזרעאליש'ע געזעצען ווי דער אדוואקאט אין א"י אויך, ניין? ובפרט דער וואס שרייבט 'פון דא און דארט' און מנשה פיליפ, ניין?
ספינ'ן פאקטען איז לייכט. ווען מ'עט הערען פון די אנדערע זייט פארוואס זיי האלטען אז ס'איז יא גוט, וועט מען אפשר מער וויסען.

[tag]mevakesh[/tag] האקט, אבער איך האף ער פארשטייט אז די דעה פון וויזניץ סלונימ'ער אעבבע'ס זענען נישט אזוי וויכטיג אפילו פון הרב אשר דויטש, וכ"ש הרב שטיינמאן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך mevakesh »

עס ווייזט אז עס איז דא א אומצופרידנהייט מיט דעם אינדרויסען פון די מחבלים קרייז
פארשפארט