היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו

שליחה דורך chaims »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:פארוואס האט ר' משהלע דיסיידעט איהם צוריק צו נעמען די גאס שמועסט אז חיים משה איז זיך נישט אויסגעקומען מיט ר' מענדל
ווייל די שוועסטערס, די רבעצין סאשע און ספעציעל די בעלזער רעביצין האבן זייער שטארק געארבעט אויפ'ן טאטן אז ער זאלל צוריק נעמען ר' ישראל'טשע. און איך האב געזעהן די קליפ פון ווען ר' ישראל'טשע איז צוריקגעקומען ווי דער טאטע קוקט אויף איהם מיט אזא ליבשאפט. פון די גאנצע מעשה איז משמע אז מ'האט איהם געקענט בייגן אויף אלע זייטן. און מענדעלע (צוזאמען מיט די אלטע "רעבעצין") האבן פארארבעט מעשים אז דער טאטע זאללן איהם ארויסווארפן.דאמאלס האט ער פארלוירן זיין גענצן פרעסטיזש און כבוד.

גראדע האב איך געהערט פון איינעם, א שטארקע ר' ישראל'ס א מענטש, וואס מענדל האט ארויסגעווארפן!
אז מענדעלע איז בכלל נישט געווען ערנסט פארמישט ווען מען האט ארויסגעווארפען זיין ברודער, נאר שפעטער מיט די יארן מיטן עסן (די כבוד און מאכט) איז געוואקסן די שנאה און טפשות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביים ארויסווארפן ר' ישראל האט עס טאקע גארנישט געהאט צו טוהן מיט מענדעלע, ער איז נאך דעמאלס געוועהן גאר יונג און קיינער האט נאך דעמאלס געקוקט אויף זיין זייט בכלל, נאר מיט זיין מאמע און טאטע. אגב שפעטער האט עס יא געהאט צו טוהן מיט אים, ער האט נישט צוגעלאזט אז מ'זאל צוריקנעמען ר' ישראל און אז זייין טאטע זאל זיך איבערבעטן מיט זיין ברודער ר' מאטעלע.

מיין פעטער, וואס איז געוועהן גאר שטארק בידידות מיט ר' ישראל, איז דעמאלס ארומגעגאנגען צו אלע גרויסע רבנים אין ארץ ישראל מיט א בריוו פונעם טשערנאבילער רבי פון ב"ב (ר' ישראל'ס שוואגער) זיך בעטן אז זיי זאלן פראבירן רעדן מיט ר' משה'לע, אז מ'זאל אים צוריק נעמען קיין וויזניץ. ער איז געוועהן ביי הרב וואזנער זצ"ל, גערער רבי די לב שמחה זצ"ל, תו"א רבי זצ"ל, ר' משה ארנסטר (ר' חיים מאירל'ס איידעם, שוואגער און מחותן פון ר' משה'לע). זיי האבן טאקע פראבירט צו רעדן צו ר' משה'לע, און גערער רבי האט זיך אפילו אנגעטראגן צוריק צו צאלן אלע חובות וואס ר' ישראל'טשע האט אנגעמאכט (כדי ארויס צו העלפן אנדערע אידן, ווי באוואוסט האט ר' ישראל געבארגט געלט כדי צו העלפן אנדערע) למעשה איז די אלע געבעטעכטס געפאלן אויף טויבע אויערן, ר' משה'לע האט נישט געוואלט הערן פון אים צוריקנעמען פון קיין שום געלט שבעולם, און ער האט זיי אלע געזאגט "ענק פארשטייען מיך נישט!".
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

דיין מעשה ברענגט שטארק ארויס זיין מהות. ער האט געשלינגען פון ר' ישראל זייער פיל, נישט נאר צוליב די חובות נאר אויך צוליב אנדערע זאכן (נישט אז ר' ישראל איז דערין שולדיג, אבער אזוי איז געווען). ער האט אים איינמאל באצאלט חובות און נאכאמאל, ער האט אים געמאכט אונטערשרייבן אז ער וועט מער נישט בארגן און אים נאכאמאל אויסגעבארגט. פון וואו האט ר' ישראל גענומען דאס געלט? - ער האט אויסגעליידיגט די קאסע פון די מוסדות! - דער טאטע האט געזען ווי אזוי דער זוהן שטייט, ווארפט זיך אריין אין חובות, ווארפט אריין די מוסדות אין בענקראפסי, פארשעמט זיך - פארשעמט די משפחה. אלס טאטע האט ער אלעס געשלינגען, באצאלט די חובות און זיך געבעטן ביי אים צו זיין וואויל.

אויב וואלט ר' משה'לע געווען א שטרענגערע כאראקטער, וואלט ער געהאט דעם כח אוועקצושטעלן זיין זוהן און אים מאכן פאר א מענטש. איז ער געווען א ווייעכער, האט ער זיך באגיניגט מיט א התראה, א הבטחה אז ער וועט מער נישט בארגן, אבער עס האט נישט געהאלפן... ער איז געווען אזוי לאנג ווייעך און געשלינגען ביי זיך אין בויך, ביז עס האט געפלאצט א באמבע מיט אזא שטארקקייט, אז אכצן יאר האט עס גענומען אז ער זאל זיך איבערבעטן מיט אים.

און אויב רעדסטו זיך איין אז ער האט אים גלאט אזוי געווארפן פאר שנאה, דאן האסטו א גרויסע טעות. געוואלט האט ר' משה'לע, אז דער זוהן זאל זיך דערזען אויפן גאס אן קיין שום גואל וקרוב, ער זאל זען וואס דאס מיינט געלט און וואס דאס מיינט חובות. ער האט געהאפט אז דעמאלס וועט ער זיך קומען צוריקבעטן און וויינען אז מען זאל אים העלפן, און אזוי וועט ער ווערן א מענטש. וואס איז אבער געשען? - ר' מאטעלע האט זיך אריינגעמישט, מקרב געווען ר' ישראל'ן - א זאך וואס איז געווען א שטארקע פאטש פאר ר' משה'לע, וואס האט געהאט א פלאן ווי אזוי אויסצומענטשלען זיין זוהן - און דערמיט האט ער צושטערט אלע פלענער וואס ער האט געהאפט. אבער דאס איז שוין א פרשה פאר זיך, לאמיר נישט אריינגיין דערין.
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך פאפיטעס »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:פארוואס האט ר' משהלע דיסיידעט איהם צוריק צו נעמען די גאס שמועסט אז חיים משה איז זיך נישט אויסגעקומען מיט ר' מענדל
ווייל די שוועסטערס, די רבעצין סאשע און ספעציעל די בעלזער רעביצין האבן זייער שטארק געארבעט אויפ'ן טאטן אז ער זאלל צוריק נעמען ר' ישראל'טשע.
דער בעלזער האט זיך מורא'דיג איבערגעגעבן פאר ר' ישראל, ער האט נישט געהאט וואס צו פארלירן פארן גיין קעגן דעם שווער. ר' ישראל האט געהאט א שטיקל אינטערוויו מיטן משפחה אפאר יאר צוריק, אין ער האט געזאגט דעמאלטס אז דער בעלזער שוואגער איז ממש געווען א ריקנביין אין די שווערע (זיסע...) יארן,

ביי איינער פון זיינע קינדערס חתונה'ס (כ'מיין יצחק ישעי'), וואס האט געדארפט צו זיין אין בני ברק, האבן די מענדעליסטן אנגערופן אלע זאלן פון שטאט און זיי געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב זיי געבן ארויס דעם זאל פאר די שמחה. אינגאנצן פארלארן האט זיך ר' ישראל אויסגערעדט פארן בעלזער, האט די בעלזער אויפגעהויבן א טעלעפאן צו די ראש "העסקנים" ביי די מענדעליסטן, און זיי מודיע געווען אז אויב ביז צוויי שעה איז נישטא אן "אויסגעצאלטע" זאל פאר די שמחה, וועט ער מאכן די חתונה ביי אים אין בית מדרש, מיט אלע חסידים, מיט שטריימלעך און ווייסע זאקן כאילו ער מאכט חתונה אן אייגן קינד!!...
דאס האט זיי נאר נישט אויסגעפעלט..., הקיצור, ביז א האלבע שעה איז געווען גרייט א אויסגעצאלטע זאל...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

@שמואל פרימו,
הער אויס, ס'איז אמת אז ר' ישראל איז געוועהן א שטיקל טראבל מעיקער, ער האט נישט געדארפט אנמאכן קיין חובות, אבער נישט "געלט" איז דארט געוועהן די פראבלעם בכלל, מ'דארף זיין זייער נאריש אזוי צו טראכטן ווען א מענטש באָדט זיך אין געלט, ווען ער האט איבערגעלאזט א ירושה פון איבער 30 מיליאן דאללער, אז ער גייט ארויסווארפן זיין זוהן וועגן 2 מיליאן שקלים חובות, בשעת אסאך מענטשען זענען דעמאלס געוועהן גרייט צו באצאלן אלע זיינע חובות, ובתוכם די דעמאלסדיגע וויזניצע גביר הרבני החסיד ר' יוסל ניימאן, איינע פון די גרעסטע בעלי צדקה אין יענע דור וואס האט זיך געווארפן מיט שווערע מיליאנען פאר צדקה, און נאך אסאך אנדערע גוטע אידן, זיי האבן זיך אונטערגענומען צו באצאלן אלע זיינע חובות אפילו אויף להבא, ס'האט אבער גאנץ קנאפּ געהאלפן, ר' משה'לע האט נישט געוואלט בכלל הערן, און איז געוועהן שטארק פאר'עקשנ'ט אים ארויסצווארפן און די חובות איז נאר געוועהן א תירוץ (איינע פון די תירוצים).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אויב איז זיין עבירה בארגן געלט פון די מוסדות קאסע וואלט געווען גענוג אוועקצונעמען צוטריט צו די קאסע, ארויסווארפן א זון און נאכדערצו האבן טענות אויף די מענטשן וואס העלפן איהם איז אן אכזריות שאין כדוגמתו און קיין שום תירוץ בארעכטיגט עס נישט, פונקט ווי א טאטע האט נישט קיין רעכט איינצושפארן זיין קינד אין א צימער און לאזן אויסהונגערן בלויז ווייל ער וויל איהם לייגן אויף א דיעטע, אפילו דאס קינד פרעסט ווי א בהמה און שאפט איהם בושות.
און יא א מענטש קען זיין א תלמיד חכם, אן אפגעהיטענע איד, און אן אכזר בענאזאם, זיין לערנען מאכט איהם נישט אויס אכזר
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און ווי @שושן זאגט, וואספארא תירוץ איז געוועהן צו פייניגן אים מיט זיין בני בית און זיינע קינדער אזויפיל יאהרן לאנג נאכאנאנד??? אפילו רשעים גייען דאך ארויס פון גיהנם נאך א יאהר???!!! אלעס פאר אביסל געלט?? ק'מאַן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

קודם כל פאר אלעס: ר' משה'לע איז נישט געווען קיין גאסן יונג, ער איז נישט ענקער חבר אז איר זאלט אים דן זיין. אויף קאווע שטיבל איז ער קיינמאל נישט געזעצן, ער האט עוסק געווען אין בעסערס דערפון. איר ווילט אים קריטיקירן, מברר זיין זאכן? - בסדר! אבער זאגט נישט אויף אים 'אכזר' אדער 'בלוט-זויגער', ער איז נאך געווען אזא בעל רחמנות ווי אייך. רעדט ביטע ווי מענטשן און מיט א טראפעלע דרך-ארץ פאר א איד וואס איז געווען איין שטיק יראת השם און אהבת השם.

דאס איז פאר אלעמען.

אצינד צו שושן-פורימ'ס טענה: ר' משה'לע האט יא אוועקגענומען צוטריט צו די קאסע. עס האט אבער געהאלפן א רעטעך, ווייל ווען דער רבי'ס זוהן קומט צום מנהל המוסד מיט א בהלה און בקשה אז ער 'מוז' יעצט האבן עטליכע אלפים, האט קיינער נישט די גאטס צו זאגן מיט א שטרענגער פנים "גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט", עס איז נישט אזוי פשוט. ר' ישראל האט געוויסט פון וואו צו נעמען געלט און ער האט גענומען אפילו נאכן פארשליסן די קאנטעס.

און איר ווייסט וועמען ער האט געהאלפן מיט די געלט? - זיין טאטע'ס גרעסטע שונאים און בלוט-זויגער, די וואס האבן געמאכט קעגן אים א מרידה, אים פארשעמט און אנגעטאן צרות. יעצט קומט מיר נישט זאגן אז דער טאטע איז שולדיג אין די מרידה אדער אהער און אהין. לאמיר אייך פרעגן בלענק: שטעלט אייך פאר ווען ר' מענדל טייטלבוים נעמט געלט פון די סאטמארע מוסדות אין מאנרא, און מאכט חתונה דערמיט משה גבאי'ס א זוהן, זיך אריינלייגנדיג דערמיט אין חובות וואס זיין טאטע ר' אהרן דארף באצאלן... ווי אזוי האלט איר אז ר' אהרן וואלט געהאנדלט? - ער ווואלט מסתמא געזאגט א דרשה ברבים און געזאגט אז אין קראלי וואלט מען געזאגט כהנים ארויס...
אט דאס איז דא געווען!

אין אנדערע ווערטער, ר' משה'לע האט זיך דערזען אז ער מאכט חתונה געצווינגענערהייט זיינע שונאים וואס האבן אים געטרינקען דאס בלוט (בצדק אדער שלא בצדק, אבער פארשטייט ביטע ווי אזוי עס שפירט). יא, ער איז געווען א בעל-חסד, אבער גלייכצייטיג גוט אויפגערעגט זיין טאטע'ן. ער האט באנקראטירט די מוסדות, זיך אנגע'חובות'ט אויף אן אופן וואס זיין טאטע האט געמוזט אים אויסלייזן עטליכע מאל, און אויפן חשבון פון זיינע שונאים. און דאס האט זיין טאטע געשלינגען איינמאל און נאכאמאל, אים באהאנדלט פוטערדיגערהייט, אים פראבירט צו העלפן און מסדר זיין, אבער איינמאל עס האט געפלאצט, האט עס געפלאצט.

יעצט צו שבת'ס טענה: ריכטיג, עס איז נישט געווען נאר וועגן געלט, נאר וועגן גוט אויפרעגן זיין טאטע, בשעת ער האט גענוצט די געלט אויף צוועקן וואס זיין טאטע וואלט קיינמאל נישט געוואלט, און דאס האט זיין טאטע געמוזט באצאלן. זיין טאטע האט געהאט איין שוואכקייט, אז ער האט נישט געקענט שטעלן זיין זוהן אין פלאץ, און ווען ער האט דאס יא געוואלט טון, האט זיך זיין אייגענע ברודער אריינגעמישט (אן אים צו פרעגן איבער דעם) און צושטערט אלע זיינע פלענער. ריכטיג, עס זענען געווען גבירים וואס האבן אים געוואלט באצאלן די חובות, אבער ר' משה'לע איז פון איין זייט געווען גוט אויפגערעגט סתם אזוי אויף זיין זוהן, און מאידך גיסא האט ער געשפירט אז באצאלן די חובות איז נישט די ריכטיגע זאך אצינד... דאס קינד דארף ווערן א מענטש און דארף זיך אויפפירן ריכטיג. וואס וועסטו האבן פון אים באצאלן חובות און מארגן וועט ער זיך מאכן נייע? - לא זו הדרך. ער האט אים געוואלט געבן א ביטערע פיל, אבער וואס וועט אים העלפן אין די לאנג ראן... ליידער האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, עס איז אריינגעקומען אינמיטן זיין ברודער וואס האט אים מקרב געווען (אבער ער אים נישט צוגעשטעלט קיין דזשאב אז ער זאל זיך שטעלן אויף די פיס - אפאר טייען און געלט אקציעס צווישן חסידי ויז'ניץ מאנסי, דאס יא) און דערמיט צושטערט אלע זיינע פלענער.

אצינד, איינמאל ער האט אים ארויסגעווארפן און ער איז געלאפן צום פעטער, איז דאס שוין געווארן א פערזענליכע מחלוקת, ער האט שוין אנגעהויבן שפירן אז זיין זוהן - פאר וועמען ער האט זיך אזויפיל איבערגעגעבן און געהאלפן - האט אים פארראטן און גייט זוכן שוץ ביי אנדערע, אבי נישט זיך אונטערבייגן אונטער אים. דאן איז דאס שוין געווארן פערזענליך, און איינמאל עס ווערט פערזענליך פרעגט מען נישט אזעלכע קושיות פון פייניגן די קינדער וכו'...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמואל פרימו האט געשריבן: אצינד, איינמאל ער האט אים ארויסגעווארפן און ער איז געלאפן צום פעטער, איז דאס שוין געווארן א פערזענליכער מחלוקת, ער האט שוין אנגעהויבן שפירן אז זיין זוהן - פאר וועמען ער האט זיך אזויפיל איבערגעגעבן און געהאלפן - האט אים פארראטן און גייט זוכן שיץ ביי אנדערע, אבי נישט זיך אונטערבייגן אונטער אים. דאן איז דאס שוין געווארן פערזענליך,

און איינמאל עס ווערט פערזענליך פרעגט מען נישט אזעלכע קושיות פון פייניגן די קינדער וכו'...

איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף די תגובה ווייל ס׳איז ראונג פון א־ת און איך האב נישט קיין נערווען יעצט, און יעדער נארמאלע מענטש קען אליינס זעהן ווי לעכעריג דיינע סברות זענען און וויאזוי דו בארעכטיגסט שונאה רשעות און אכזריות פאר גארנישט און פאר נישט,

יעצט וועל איך גייען צו א אנדערע נושא ווייל ס'איבלט מיר אז מ'דארף דעס בכלל מסביר זיין פאר מענטשן/אומ־מענטשן

בד"וו מ'קען אנזעהן אויף דיין שרייבן אז דו באלאנגסט צו די קולט פון די העיליגע מענדעליסטן :cry: :? :roll: :רח"ל :דיסלייק
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

מאכסט מיר לאכן, איך בין א מענדעליסט... האלסט אז אלס מענדעליסט וואלט איך געשריבן די דאזיגע תגובות?


שמואל פרימו האט געשריבן: זיין ווייב איז אויך געווען א שווערע סוחר'טע כידוע ליודעי חן, און דער צווייטער זוהן איז נאכגעגאנגען אין אירע דרכים.



שמואל פרימו האט געשריבן:ס'איז גלייך אויף גלייך: די מיליאנען אין שווייץ האט מענדעלע גע'לקח'נט, דעריבער האט ר' ישראל די מוסדות. בפרט אז דער טאטע האט געלאזט צוואה אז ר' מענדל דארף קומען אויף אמעריקע, א זאך וואס ער האט נישט געפאלגט. דעריבער, אויב וועט זיין א דין-תורה (וואס מענדל וויל נישט צוליב דעם וואס) דער דין תורה וועט פסק'ענען, אז וויבאלד יעדער זייט האט טענות איינע אויפן אנדערן, זאל יעדער בלייבן מיט זיינס, והכל על מקומו יבוא בשלום. דעריבער איז אלעס שטיל.


אויב דו קענסט זען פון מיין שרייבן אז איך בין א מענדעליסט, פארשטיי איך שוין וויפיל שיקול הדעת דו האסט... בכלל, האב איך נישט קיין סך מיט ויז'ניץ, קיינמאל אפילו נישט דארט געווען. איך בין א בחור, איך געדענק אפילו נישט די מאורעות, מסתמא דו אויך נישט. איך בין אויפגעצויגן געווארן טויזנטע קילאמעטער ווייט פון וויזניץ און בכלל נישט געלערנט אין ויז'ניצע מוסדות. איך האב קרובים פון דארט - ניין, נישט ביי די מענדעליסטן - פשוט, איך האב אסאך געליינט, געהערט און זיך נאכגעפרעגט, נישט נאר אויף דער נושא, נאר בכלל אויף אסאך אנדערע אוועלטליכע נושאים, וואו דו וועסט זען צווישן מיינע תגובות.

יעצט לעצם התגובה וואס דו האסט געשריבן צום לעצט:
שריי נישט אויף מיר און באשולדיג מיר נישט, ווייל אטאקירן איז נישט קיין וועג צו געווינען, איך קען דאס אויך טון. איך האב אויף דיר נישט געשריגן און דיר נישט אטאקירט. איך האב גערעדט ווי א מענטש. אויב דו האסט מיר צו ענטפערן ווי א מענטש, דאן ענטפער. אויב נישט, דאן שרייב אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן. געבן א וויש און שרייבן אז איך בין ראנג, איז ווי געשריבן "איך האב פארלוירן די מערכה, איך גיב אויף" און דאס האסטו געטאן. איך קען אויך צוריקשרייען און דיר אטאקירן אין די לופט אריין. אויב דו ווילסט געווינען דורך אטאקירן, לאמיר עפענען אן אשכול, זיך אטאקירן איינער דעם צווייטן און זען ווער עס קען בעסער. דאס איז נישט דער וועג דא, וואו מען רעדט פרידליך און נארמאל.

דערווייל קוקט מיר נישט אויס אז דו האסט וואס צו ענטפערן אויף מיינע תגובות, אויסער שרייבן אויף ר' משה'לע אז ער איז געווען א פראסטער גאסן יונג, אכזר און רוצח. אין דיינע אויגן וואלט ער מסתמא געווען פון די גרעסטע שרייבער אויף קאווע שטיבל אדער גאר אין פאליש...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דו רעדסט ווי איינע פון זיי!, אלע מענדעליסטן זענען נאך אלץ ביזי מיט די גרויסע עבירה פון ר׳ ישראלטשע אז ער האט געמאכט חובות צו העלפן אנדערע ארימע אידן אין ויזניץ וואס בלוטיגן פאר פרנסה און שטייצעך זיי בלאזן עס אסאך אויף, ר׳ משהלע און זיין זוהן מענדעלע האבן געטוהן אסאך גרעסערע עבירות לדעתי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עפעס מאכט דא נישט קיין סענ"ס. כפי וואס דו שרייבסט, דער ר' ישראל'טשע האט זיך נישט איינגעהאלטען און פאר זיין ווייכע הארץ האט ער געבארגט און געגעבען געלט פאר יעדער איינער וואס האט איהם געבעטען, כולל די מורדים אין וויזניץ (די מענטשען וואס מ'האט ארויסגעווארפען פון וויזניץ מיט זייער ראש ישיבה – אזוי פיל ווייסט מען. די פארוואס און פארווען דארף מען זיין א חסיד פון איין זייט צו גלויבען וואס מ'וויל). דער רעבע האט נישט געקענט אפזאגען זי מלווים פון זיין זוהן, און די מוסדות האבען נישט געקענט אפזאגען ר' ישראל'טשע פאדערונגען. און די איינציגסטע עצה איז געווען איהם צו דערלאנגען די ביטערע פיל.
יעצט איז דא אפאר קושיות:-
א. פארוואס האט ער נישט געקענט אפזאגען די מלווים? "איך האב דיר נישט געבארגט, גיי צוריק צו מיין זוהן". אלא מאי ווייל דאס וואלט געווען בזיונות, אבער יעצט איז אויך בזיונות.
ב. אז די מנהלי המוסדות קענען נישט אפזאגען ר' ישראל'טשע, דארף מען זיי פארבייטען. פארוואס איז די איינציגסטע עצה געבליבען דער הימעל געשריי פון א טאטע ארויסווארפען א קינד?
ג. אויב די מעשה מיט ר' ישראל'טשע איז אמת, דארף זיין אז נאכ'ן ארויסווארפען האט ער ווייטער געשטיצט די א.ג. 'מורדים'. וואס איז געשען מיט די אלע חובות פון דארט? נאר ס'איז פשוט אז ס'האט אפאר מאל פאסירט א חוב, און נישט אזוי אפט, און ווען ער איז געווען ביי זיין טאטע'ס טיש, איז דאס געווען א קליינער פראבלעם, און ווען מ'האט געדארפ'ט פאר'ענטפערען דאס ארויסווארפען, האט מען ארויסגעשלעפט די מעשה פון ערגעץ צו ריינוואשען.
ד. וויאזוי בארעכטיגט מען, אדער פארשטייט מען די פערזענליכע מחלוקת צווישען א טאטע און א קינד וועגען געלט. ממילא אז מ'דארף איהם לערנען לעקיש, אבער דאס תוספת ביז'ן אנרופען סיטרא אחרא ברבים ועוד נידרגיע אויסדרוקען, לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל פון א מענטש מיט נארמאלע הרגשים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לגבי דיין ערשטע פאוינט, איך ווייס אז ר' משה'לע איז נישט געזעסען אויף ק"ש. מסתמא אייוועלט אדער וואס ס'איז געווען דעמאלס.
וואס מיינסטו פערפעל טיילען און בענטשען מטבעות און די אלע וויכטיגע זאכען זענען ווייניגער געפאשטקע'ט די צייט ווי שמועס'ן געמוטליך אויף ק"ש?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שבת, איך טוה פשוט היסטאריע. רעדנדיג פון די פרשה פארשטיי איך אביסל די זייט פון ר' משה'לע, הגם איך בארעכטיג דאס נישט. איך ברענג נאר ארויס יענע זייט פון די מטבע.

איך וואלט אבער יא געקענט באשטיין אריינצוגיין אין די צד פון ר' מאטעלע, וואס איך פארשטיי ממש באמת נישט (עס קוקט מיר אויס ווי דו באלאנגסט דארט, דעריבער פרעג איך עס דא - אויב עס שטערט דיר די דאזיגע ווערטער, מעלד מיר אין אישי און איך וועל עס ארויסנעמען):

ר' משה'לע האט א פראבלעם מיט זיין זוהן, ער האט א שטיקל לייזונג, ער וויל אים ארויסווארפן פאר א שטיק צייט (לית מאן דפליג, קיינער לייקנט נישט אז זיין פלאן איז בלויז געווען צייטווייליג און נישט אויף שטענדיג). קומט דער ברודער, גיבט זיך א מיש אריין בריב לא לו, ער איז מקרב דעם זוהן על אפו וחמתו פון זיין ברודער. ניטאמאל פרעגט ער זיין ברודער פשט פון דעם ארויסווארפן, ער שמועסט נישט דורך מיט אים ווי אזוי צו האנדלען, נאר ער גייט און נעמט אים אויף בכבוד מלכים.

יעצט אזוי: ווען ער וואלט אים כאטש געגעבן א שטיקל דזשאב, ער וואלט אים אוועקגעשטעלט מסודר און אים געמאכט א מענטש, נו איז אויך א פראבלעם, אבער... ער האט דאך אים געהאלפן. ר' מאטעלע האט אים נישט אוועקגעשטעלט, ער האט סך-הכל געשיקט זיינע מענטשן זאלן ארומגיין מיט אים נאך געלט, פארשעמענדיג דערמיט זיין אייגענע ברודער. ער וויל אים שטיצן? - פיין, ער וואלט דאס געקענט טון פיל שענער בדרך כבוד און נארמאלער. ער האט אויסגעקליבן דעם וועג וואס וועט זיין בושות פאר זיין ברודער. פארוואס?

דער שריט פון ר' מאטעלע, כבודו במקומו מונח, איז אומפארשטענדליך. פאר א דרויסנדיגער קוקט עס אויס ווי חסד, ער האט אריינגענומען זיין ברודער'ס זוהן און אים געהאלפן (אויך מיר געהאלפן...). אבער וואס האט ער דא געטאן? - ער האט אריינגעווארפן א פלאקן צווישן זיך מיט זיין ברודער, אנגעזייעט א העסליכע מחלוקת וואס האט אנגעהאלטן לאנגע יארן און עס האט זיך געגאסן בלוט. פארוואס? פארווען? - ער האלט אז דער ברודער האנדלט נישט ריכטיג? - הייב אויף א טעלפאן, רעד כאטש דורך... ס'געלונגט נאך אלס נישט? - העלף אים דיפלאמאטיש, מאך א פשרה... וואס איז דאס מחלוקת קעגן דעם ברודער? - וואס איז די בושות? - און אויב דו שפירסט אז דו מיזט יא העלפן דוקא אויף דעם וועג פון מחלוקת, דאן העלף כאטש ריכטיג דיין נעפיו, שטעל אים אוועק מסודר אז ער זאל נישט מוזן לויפן נאך געלט בכל קצבי תבל... גיב אים א רבנות, גיב אים א מגיד-שיעור פאסטן, אפילו א גראסערי ארבעטער, עפעס... העלף אים כאטש... גארנישט...

איך פארשטיי עס פשוט נישט.

...
לוטוואק: איך האב געזען דיין ערשטע תגובה און דיר געקלערט צו ענטפערן אויף יעדע אות באזונדער, אבער זעענדיג דיין צווייטע תגובה זעה איך אז עס איז נישט ווערד - אמער, מען רעדט דא פון א מענטש וואס איז געזעצן אויף אייוועלט און בחדרי חרדים, נו האסטו קושיות אויף אים אז ער ווארפט ארויס קינדער? - איך רעד יעצט פון א צווייטער איד לגמרי.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לגבי דיין ערשטע פאוינט, איך ווייס אז ר' משה'לע איז נישט געזעסען אויף ק"ש. מסתמא אייוועלט אדער וואס ס'איז געווען דעמאלס.
וואס מיינסטו פערפעל טיילען און בענטשען מטבעות און די אלע וויכטיגע זאכען זענען ווייניגער געפאשטקע'ט די צייט ווי שמועס'ן געמוטליך אויף ק"ש?
ער וואלט קיינמאל נישט געשמועסט אויף קאווע שטיבל, אויסער תורה האט מען מיט אים גארנישט געקענט רעדן, ער האט גארנישט פארשטאנען חוץ זיינע ד' אמות און ס'איז אים גארנישט אנגעגאנגען חוץ תורה און כבוד ויזניץ. ווען מ'פלעגט אים פארציילן וועלטליכע נייעס פלעגט ער פרעגן: "און וואס א שייכות האט דעס מיט ויזניץ" ? ביי א באזוך אין אמעריקא יאהרן צוריק ווען ער האט אפגעשטאט א באזוך ביי ר' יואל מ'סאטמאר זצ"ל האט אים סאטמארער רב געפרעגט: ויזניצער רב, וואס הערט זיך אין ארץ ישראל? האט ער גענטפערט: איך לייען נישט קיין צייטונגען!

מיט ר' מאטעלע קען מען גראדע יא שמועסן אביסל מער וועלטליכע זאכן, פארשטייט זיך מיט א לימיט, און ס'מוז עפעס האבן צו טוהן מיט "זיין" זיידן דער אהבת ישראל זצוק"ל (וואס איז אגב איינע פון מיינע רבי'ס און א סעמפל וויאזוי א רבי וואלט געדארפט אויסצוקוקן), למעשה איז ער אסאך מעהר א געשמאקערע שמועסער ווי זיין ברודער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

וואס איז דא געשען מ'האט פארשלאסן "צימעס"? אמאל איז צימעס געווען געמאכט פאר די דיסקאסעס.
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

שמואל פרימו האט געשריבן:דיין מעשה ברענגט שטארק ארויס זיין מהות. ער האט געשלינגען פון ר' ישראל זייער פיל, נישט נאר צוליב די חובות נאר אויך צוליב אנדערע זאכן (נישט אז ר' ישראל איז דערין שולדיג, אבער אזוי איז געווען). ער האט אים איינמאל באצאלט חובות און נאכאמאל, ער האט אים געמאכט אונטערשרייבן אז ער וועט מער נישט בארגן און אים נאכאמאל אויסגעבארגט. פון וואו האט ר' ישראל גענומען דאס געלט? - ער האט אויסגעליידיגט די קאסע פון די מוסדות! - דער טאטע האט געזען ווי אזוי דער זוהן שטייט, ווארפט זיך אריין אין חובות, ווארפט אריין די מוסדות אין בענקראפסי, פארשעמט זיך - פארשעמט די משפחה. אלס טאטע האט ער אלעס געשלינגען, באצאלט די חובות און זיך געבעטן ביי אים צו זיין וואויל.

אויב וואלט ר' משה'לע געווען א שטרענגערע כאראקטער, וואלט ער געהאט דעם כח אוועקצושטעלן זיין זוהן און אים מאכן פאר א מענטש. איז ער געווען א ווייעכער, האט ער זיך באגיניגט מיט א התראה, א הבטחה אז ער וועט מער נישט בארגן, אבער עס האט נישט געהאלפן... ער איז געווען אזוי לאנג ווייעך און געשלינגען ביי זיך אין בויך, ביז עס האט געפלאצט א באמבע מיט אזא שטארקקייט, אז אכצן יאר האט עס גענומען אז ער זאל זיך איבערבעטן מיט אים.

און אויב רעדסטו זיך איין אז ער האט אים גלאט אזוי געווארפן פאר שנאה, דאן האסטו א גרויסע טעות. געוואלט האט ר' משה'לע, אז דער זוהן זאל זיך דערזען אויפן גאס אן קיין שום גואל וקרוב, ער זאל זען וואס דאס מיינט געלט און וואס דאס מיינט חובות. ער האט געהאפט אז דעמאלס וועט ער זיך קומען צוריקבעטן און וויינען אז מען זאל אים העלפן, און אזוי וועט ער ווערן א מענטש. וואס איז אבער געשען? - ר' מאטעלע האט זיך אריינגעמישט, מקרב געווען ר' ישראל'ן - א זאך וואס איז געווען א שטארקע פאטש פאר ר' משה'לע, וואס האט געהאט א פלאן ווי אזוי אויסצומענטשלען זיין זוהן - און דערמיט האט ער צושטערט אלע פלענער וואס ער האט געהאפט. אבער דאס איז שוין א פרשה פאר זיך, לאמיר נישט אריינגיין דערין.

אין לאמיר זאגען אז דעס איז געווען די פלאן
אין לאמיר זאגען עס וואלט געארבייט אין רבי ישראל וואלט זיך אויסגעלערנט איינמאל פאר אלעמאל אין ער וואלט געקומען וויינען ער זאל אים מוחל זיין וואלט ער אים צוריקגעמאכט רב? אין אויב יא וואס וואלט ער דעמאלטס געטון מיט מענדל?
אין לאמיר זאגען אז דעס איז געווען זיין פלאן אין עס האט זיך נישט אויסגעארבייט ווייל רבי מאטעלע האט זיך אריינגעמישט. נו הלמאי וועגן דעם דארף מען אים שוין אזוי מרחק זיין? (כידוע ליודעים)
איך מאל חלילה נישט אוועק רבי משה׳לע אין מיינע אויגען אין ער געווען זייער א ערליכע איד אבער וואס די זאגסט איז הוילע בלאף
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

ר' מענדל איז געווארן רב זעקס יאר נאך וואס ר' ישראל איז ארויס פון ויז'ניץ. עס איז נישט קיין ספק אז דער פלאן ארויסצושטעלן ר' ישראל איז געווען אויף צייטווייליג, קיינער איז נישט מחולק דערויף, און דערפאר איז ר' מענדל נישט געווארן תיכף רב, נאר נאכן זען אז שלום וועט נישט אזוי שנעל ווערן.

דאס מרחק זיין אויף אזא שטארקע פארנעם איז געווען, נאך וואס ר' ישראל איז געלאפן קיין מאנסי, וואס ר' משה'לע האט דאס אנגעקוקט ווי א פערזענליכע אטאקע. לאמיר נישט פארגעסן, ער איז געווען ארומגענומען מיט שלעכטע מענטשן, כולל זיין אייגענע ווייב. מען האט אים משוגע געמאכט און פארדרייט א קאפ, און ער מיט זיין שוואכער כאראקטער האט אפגעקויפט וואס מען האט אים געזאגט. נאכן ווערן אנגעפיטערט פון ארום, האט ער געהאט דעם בילד אז זיין זוהן האט פשוט מורד געווען אין אים (ער האט אמאל געזאגט פאר איינעם, אז עס איז נישט פאראן קיין סעיף אין הלכות כיבוד אב ואם, וואס ישראל האט נישט עובר געווען). זיינע מענטשן האבן אים געפירט, מען האט גע'רודפ'ט ר' ישראל מיט די קינדער, אבער עס איז נישט געווען זיין קאפ, ער האט עס נישט געטאן פערזענליך, און דאס וואס יא איז געקומען נאך פאלשע אינפארמאציע און ברעינוואשן פון זיינע ארומיגע.
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

פיין, אבער וואס בארעכטיגט רודפ'ן די אלע מענטשען וואס האבען געהאלפען רבי ישראל?

און נאכאמאל, רבי משה'לע איז געווען זייער א פיינע מענטש און מהאט אים זיכער צוגערעדט עס צו טון (א עקסטערע נושא איז ווי נעמט זיך אזויפיל רשעות צו א מאמע) ס'איז אבער נאך אלץ נישט בארעכטיגט וואס מ'האט געטון צו זיין בלוט אין פלייש און ער האט דאס אלץ צוגעלאזט.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו

שליחה דורך chaims »

שמואל פרימו האט געשריבן:ר' מענדל איז געווארן רב זעקס יאר נאך וואס ר' ישראל איז ארויס פון ויז'ניץ. עס איז נישט קיין ספק אז דער פלאן ארויסצושטעלן ר' ישראל איז געווען אויף צייטווייליג, קיינער איז נישט מחולק דערויף, און דערפאר איז ר' מענדל נישט געווארן תיכף רב, נאר נאכן זען אז שלום וועט נישט אזוי שנעל ווערן.

דאס מרחק זיין אויף אזא שטארקע פארנעם איז געווען, נאך וואס ר' ישראל איז געלאפן קיין מאנסי, וואס ר' משה'לע האט דאס אנגעקוקט ווי א פערזענליכע אטאקע. לאמיר נישט פארגעסן, ער איז געווען ארומגענומען מיט שלעכטע מענטשן, כולל זיין אייגענע ווייב. מען האט אים משוגע געמאכט און פארדרייט א קאפ, און ער מיט זיין שוואכער כאראקטער האט אפגעקויפט וואס מען האט אים געזאגט. נאכן ווערן אנגעפיטערט פון ארום, האט ער געהאט דעם בילד אז זיין זוהן האט פשוט מורד געווען אין אים (ער האט אמאל געזאגט פאר איינעם, אז עס איז נישט פאראן קיין סעיף אין הלכות כיבוד אב ואם, וואס ישראל האט נישט עובר געווען). זיינע מענטשן האבן אים געפירט, מען האט גע'רודפ'ט ר' ישראל מיט די קינדער, אבער עס איז נישט געווען זיין קאפ, ער האט עס נישט געטאן פערזענליך, און דאס וואס יא איז געקומען נאך פאלשע אינפארמאציע און ברעינוואשן פון זיינע ארומיגע.

איך בין מסכים 100% אז מענדעלע איז נישט שולדיג אין ארויסווארפן ר' ישראל, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, אבער צו זאגן אז ר' משה'לע איז נישט שולדיג איז נאריש גערעדט, מיט אלע תירוצים קען איך נישט קיין איין מענטש וואס איז זיך אומגעגאנגען אזוי מיט א קינד, און דאס איז שטארקע קשיא.

איך פארשטיי אז ער האט געהאט שלעכטע יועצים, אבער עס פארענטפערט נישט זיינע רשעות'דיגע מעשים בכלל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום chaims, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

האסטו געליינט מיינע פריעדיגע תגובות? - קוקט נישט אזוי אויס.

לאמיר עס מאכן קורץ:
וואס וואלסטו געטאן, ווען דיין זוהן ליידיגט אויס דיין באנק קאנטע צו העלפן דער צוועק וואס דו האסט די מערסטע פיינט (פיל אריין וואס דו האסט דער מערסטע). ער טוט דאס איינמאל און נאכאמאל און עס העלפט נישט קיין עצות קעגן אים. דו קלערסט אז דו וועסט אים נישט אריינלאזן אין שטוב אויף עטליכע וואכן, אזוי וועט ער זיך כאפן וואס ער האט געטאן. גייט ער און לויפט צו דיין ברודער נאך הילף, און דיין ברודער - אן זיך דורכרעדן מיט דיר, נעמט אים אריין אין שטוב, מאכנדיג דיינע פלענער צו אש און פארעך.

דו האסט אפילו נישט דעם נסיון, אבער פארמאך דיינע אויגן און שטעל דיר פאר...
וואס וואלסטו דעמאלס געטאן?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

געכאפט א פליגער קיין אמעריקע צום ברודער און פארציילט די אריגינעלע פלענער, און געבעטן הילף פון דעם ברודער אז ער זאל מיטארבעטן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[tag]שמואל פרימו[/tag] איך האב געמיינט אז ק"ש איז למעלה מכוחותיו אין כשרון וכדו'.
מ'טרעפט אמאל א מענטש אינ'ם אלטעסהיים וואס אגאנץ לעבען האט ער גע'ארבעט פון ניין ביז פינעף אין א נישטיגע דזשאב, אהיימגעגאנגען געשפילט מיט די קינדער און געקוקט טעלעוויזי"ע, געוויסט פון גארנישט מיט נישט און אזוי זיצט ער און טוט גארנישט.
ביי א איד קען אויך אזוי זיין. א מענטש מיט ווייניג שכל, ווייניג השגות, ער לערנט ערליך יעדען טאג, אבער פארשטייט גארנישט. מ'האט איהם קיינמאל געזאגט אז ס'איז דא עפעס צו פארשטייען. ער האט נישט וואס צו זאגען אויף קיין שום נושא שבעולם. ווען מ'שמועסט מיט איהם, אפילו אויף די נושא וואס ער 'לערנט' האט ער נישט וואס צו זאגען צו פרעגען. ווען ער עפענט דאס מויל צו דרשנ'ען הערט מען דברי פקחות פון א סגי נהור אין אלע דריי אויגען (ס'איז אלס געדרוקט און ארויף אויף היברובוקס) און דאס איז א פלעינע סתם מיכל במלא מובן המלה. צו ער לעבט לאנג, צו ער האט א רעביסטיווע, צו ער בארימט זיך מיט זיין יחוס, בלייבען בלייבט ער סתם מיכל.
אויף זיין יר"ש האסטו נישט קיין אהנונג, נאר לויט זיין מעשים. זיין קענשאפט אין תורה האט קיינער נישט געזען. און מ'רעדט גארנישט וועגען א צווייטען נאר דער ישועת משה אליינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט